בלעם איז מקנא - מה טובו אהליך יעקב

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

בלעם איז מקנא - מה טובו אהליך יעקב

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג יולי 11, 2019 9:56 am

בינעך מגלה דעת לכתחילה, סוף מעשה במחשבה תחילה' כ'האב דאס געטראפן אין ארכיוון און ס'איז געשריבן בלויז לשם ארטיקל אבער נישט חלילה צו אראפרייסן אדער קריטקירן אנדערע, כמש"כ קשוט עצמך וכו'


נאָך א לאנגע פארמאטערטע רייזע, נאך וואס ער האט שוין געזעהן דאס טויט פארן אויגן, שטייט בלעם הרשע הויעך אויפן בארג, און פראבירט צו נוצן זיינע בייזע טאקטיקן און צופרידן שטעלן דעם בלק'ן וואס האט אים אהער געברענגט מיטן ציל צו פארטרייבן און שעדיגן כלל ישראל.

דער אויבערשטער האט אים שוין געלאזט וויסן קלאר און דייטליך דו וועסט רעדן גענוי וואס איז וועל דיר אריינפיטערן אין מויל. ער האט שוין פראבירט אויף אלע סארט וועגן, ער האט שוין גע'שחט'ן בהמות, געאפפערט קרבנות, און גארנישט רוקט זיך נישט.

בלק לויפט שוין אויס פון געדולט, די רייזע איז אים געווען צו טייער און קאסטבאר ער זאל ארויסגיין מיט גארנישט, ער ווייזט אים אן אויף א געוויסע הויכע בארג ווי ער לייגט דערויף האפענונג, בלק מיט בלעם קלעטערן ארויף דעם בארג צום שפיץ. עס שפילט זיך אפ דאס זעלבע, בלעם האט גע'שחט'ן און געאפפערט נאך אפאר בהמות, און בלעם פאנגט אן צו זינגען זמירות...
ער קוקט זיך או אויף דאס אידיש פאלק, וועלכע איז נארוואס ארויסגעקומען פון שקלאף דינסט פון דעם הערמאטיש פארשלאסענע לאנד מצרים, און זעהט דאס אויסשטעל פון די געצעלטן ווי אזוי אידן וואוינען צווישן זיך און ער דרוקט זיך אויס דאס פאלגענדע ווערטער:

"מה טובו אהליך יעקב משכנותיך ישראל"

ברענגט רש"י הק' פון חז"ל א געוואלדיגע פראגע, מה ראה? וואס האט שוין דער גוי געזעהן דארט?

זאגן חז"ל, על שראה פתחיהם שאינן מכוונין זה מול זה!
ער האט געזעהן ווי אזוי די געצעלטן פון כלל ישראל זענען אויסגעשטעלט אז די טירן זענען נישט איינע אנטקעגן די אנדערן.

ווען מ'טראכט אין די דאזיגע ווערטער, וואס האט ער שוין געזעהן דארט? וואס איז די גרויסע מעלה פון דעם?

דער נידריגע רשע, וועלכע איז געלעגן אין אלע סארט טומאה און זוהמא וואס איז נאר פארהאן אויפן וועלט, וואס זעהט ער דארט?! נישט נאר דאס, ער קלויבט אויס די דאזיגע ווערטער, אלץ זיין קאמפלימענט וואס ער האט ארויסצוגעבען אויפן אידישן פאלק! פארוואס פונקט דאס?

נאר וואס דען, מ'וועט נעמען דעם ע' פנים לתורה און אריינקלערן וואס ליגט טיפער באהאלטן אונטער דעם, וואס דאס איז גאר א וויכטיגע אין יסודות'דיגע געדאנק, צו מגדיר זיין און איין זאץ, "נישט קריכען אין יענעמ'ס קישקעס" כשמו כן הוא! לאמיר דאס אביסל ערקלערן.

יעדער מענטש אויפן וועלט האט זיך זיין אייגענארטיגע לעבן, יעדער האט זיך זיין פעקל וואס ער טראגט, דאס איז 'מסדר הבריאה' וויאזוי דער באשעפער האט זיך אויסגעשטעלט
זיין וועלט'לע, יעדער האט עס, קיינער איז נישט אויסגעשטראכן דערפון. איינעמ'ס פעקל איז גרעסער, איינעמ'ס איז אביסל קלענער אבער הצד השוה שבהם, דאס גלייכע ליניע וואס יעדער גייט דורך, יעדער האט זיך זיינס וואס ער טראגט ארום מיט זיך. אבער דאס נישטערן אין יענמ'ס פעקל, זיין פארנומען און אינטרעסירט וואס קאכט זיך ביי יענעם, דאס איז שוין נישט 'מסדר הבריאה' אין אויף דעם האט די אויבערשטער נישט געשטעלט זיין וועלט, דאס מאכט א מענטש מיט זיינע אייגענע צען פינגער'ס... און צום סוף איז ער וואס דערלייגט דערפון.

ער וויל וויסן וואס טוט זיךביי יענעם. צו פארשטיין די געדאנק אביסל גרונטליכער, לאמיר אריינטראכטן וואס איז טאקע דער באדייט אז מענטשען זענען אזוי אינטרעסירט צו וויסען וואס גייט פאר ביי יענעם? וואס פארדינסטו דערפון? אדער פארקערט, וואס דערלייגסטו?

קודם כל, עס קען זיין פשוט און גראד, מ'איז 'נייגעריג' וואס ס'קאכט זיך ביי יענעם אין טאפ, נאכדערצו, אויב ס'איז עפעס וואס פאסירט זיך נישט יעדע מאנטאג און דאנערשטיג, דאס טוט הייבן די אינטרעסע פון די חברים און באקאנטע, וואס גייט פאר? וואס האט פאסירט? ווי אזוי גייט זיך דאס אויסלאזן? ווי אזוי גייט מען דאס באהאנדלען? וכו' וכו'.

אבער געוואלד! טראכט אריין א מינוט! וואס איז יענער נעבאך שולדיג אז ער איז דיר אריינגעפאלן פאר אן אומשולדיגע שעיר לעזאזל... פארוואס קומט זיך אים מ'זאל אים צומאלן לעבעדיגערהייט?? ווייל פאר דיר איז עפעס אינטרעסאנט צו וויסען, דארף יענער פארצוקט ווערן צווישן דיינע גרויזאמע ציינער???! נישט קיין נפק"מ וואס עס האט פאסירט... בני... חיי... מזוני... וואס האט עס מיט דיר??
אפגערעדט, ווען ס'מאכט אויף א געוויסע סיטואציע וואס מ'כאפט דאס אפ, און מ'האלט דאס כדי צו דערליווערן גוטע סחורה פון די חברים, כדי אלע זאל צוריקשיקן א פינגער אדער א לייק, און יעדער זאל וויסן כ'קען פאויסטן פיינע סחורה... איך טויג אויכעט... איין מינוט! איידער דו דרוקסט דעם קנעפל, טראכט אריין:
רבוש"ע! ווי קען מען אזוי קאלטבלוטיג רייטן אויף יענעם'ס געפילן?! בלויז פאר דיינע אינטערעסע און אומוויכטיגע סיבות...

נאך מער, אפילו רעדען פון יענעמ'ס גוטע חלק איז אויך נישט וויכטיג... קענסט זיין זיכער ער דארף נישט דו זאלסט אים אויספויקן זיינע מעשים טובים פאר דיינע חברים, ער איז העכסט צופרידען אן דעם...
אויף דעם שטייט שוין אין חפץ חיים 'על ידי שיזכיר בשבחיו יבואו לספר גנותו', ספיציעל פאר איינער וואס האט איבסל פארבינדונג מיטן ציבור, וועט שטענדיג זיין צו געפונען א שווארץ קוקער וואס וועט האבן אויף אים א בייזע בליק, פאר סיי וועלכע סיבה עס זאל נאר נישט זיין, ודו"ק.

אלזא, ביטע האלט איין דעם נייגער, און עסט נישט קיין 'אבר מן החי' און לאזט יענעם לעבן מיט זיינע גוטע און שלעכטע זאכן צוגלייך.

ס'איז אבער דא געוויסע מאלן וואס עס גייט פיל טיפער פון דעם, און דאס איז אסאך ערגער.

מען פארציילט א מעשה'לע אויף א געוויסע אידל וואס מ'האט געטראפען מוצאי ראש השנה מיט אן אנגעזויערטע פנים, פרעגט אים זיין חבר "פארוואז'שע זענט איר אנגעזעצט"? "איר גלייבט דען נישט באמונה שלימה אז מהאט אנגענומען אייערע תפילות און איר וועט שיין מצליח זיין דאס קומענדיגע יאר"?
ענטפערט דער אידל: יא יא! "זיכער גלייב איך מ'האט אנגענומען מיינע תפילות, אבער איך האב מורא מ'האט אויך מקבל געווען די תפילות פון מיין שכן, און ער וועט אויך מצליח זיין"!!

יא! ס'איז נאר א וויץ, אבער ווי זאגט דער וועלט, ווען דער נאַר וואלט נישט געווען מיינער וואלט איך אויך געלאכט! דרייען זיך ארום מענטש וואס האבן נישט אזוי שטארק הנאה ווען עימיצער איז מצליח, (איידל גערעדט...).

אדרבה! פראבירט עס אליין אויס, איבערצייגט איך אליין, צום ביישפיל, ווען עימיצער איז מצליח, ער איז געווארן סוקסעספול אין זיין ביזנעס, פארשטייט זיך וועט מען אנפאנגען צו רעדן איבער אים, וואס וועט מען רעדן איבער אים? נישט דוקא פון די עצם הצלחה זיינע, מ'וועט רעדן פון דאס גאנצע מענטש מיט זיין געשטעל ארום אין ארום... פון אויבן ביז אונטען... פון ווען ער איז געבוירן... ביי וועמען ער איז א איידעם... וואס טוט זיך ביי זיינע קינדער... וכו' וכו'.

מ'קען נישט פארגינען... נישט אייביג וועט דאס שטערן שלאפן ביינאכט... אבער פרייליך און צופרידען וועט מען נישט ווערן... אויב גייט א געוויסע פערזענליכקייט מיט די פיטום אראפ, וועט מען שטיין און קוקען מיט הינער אויגן ווי יענער מוטשעט זיך מיט א פראבלעם... רעדן... קייען... און פארדייען... אלעס ארום דעם, אין אפשר נאכדעם וועט מען טראכטן אויב מ'קען יענעם העלפן.
דאס איז די ווייטאגליכע מציאות, מ'האט ליב צו רעדן פון יענעמ'ס צרות, משפירט אז יענער איז דיר א שטעהר אין דיין לעבן, דיין קאווע איז דיר נישט זיס ווען ס'גייט יענעם גוט, און מ'האט הנאה צו זעהן יענעם זיך לייגן אין די ערד.

מ'קען אפשר זאגן, דער ווערטער אין שו"ע פאר דער וואס רעדט ביים דאווענען - "גדול עונו מנשוא"...
"וגוערין בו" איז נישט נאר ווייל ער רעדט אינמיטען קדיש... ס'איז אויך אויף דעם אינהאלט פון דעם שמועס...

האסט נישט עפעס וויכטיגער און לעבן נאר יענעמ'ס פראבלעמען? די זיצט ביים שבת טיש מיט דיינע קינדער, איידעמער און אייניקלעך, האסט נישט בעסער וואס צו פארקויפען נאר וועגן וואס טוט זיך ביי יענעם??!! האסט נישט גארנישט זאכליך וואס ארויסצוגעבן... נאר איבערצוקייען דאס וואס דו האסט געשמועסט מיט דיין חבר ביי קבלת שבת... וואס טוט יעצט דאס זעלבע ביי זיך אינדערהיים...

מ'פארציילט א מעשה פון א משפחה וועלכע איז אריין צו דער 'בית ישראל' זי"ע און זיך אויסגערעדט אז דער ראש המשפחה שפירט זיך זייער נישט גוט, דער דאקטער פאדערט א באַלדיגע אפעראציע... האט דער רבי געגעבן א פרעג: זאגט'ס נאר, "ביים שבת טיש רעדט מען פון אנדערע מענטשען"? האבן די קינדער גענטפערט שעמוועדיג, "יא", זאגט דער רבי: אויב מ'שניידט אנדערע מענטשען דארף מען אים שניידן!! אויב ווען מען אויפהערן שניידן אנדערע מענטשען וועט מען אים נישט דארפן שניידן !!!!!
נורא ואיום!! די מעשה רעדט פאר זיך אליין מ'דארף גארנישט צולייגן אויף דעם!!!

מ'מוז נישט אייביג שטילן די נייגער... מ'קען זיין פארנומען מיט די אייגענע געצעלט... ס'איז דא גענוג און נאך וואס צו טוהן ביי זיך... איידער מ'גייט פאשענן אין פרעמדע פעלדער...

"שאין מכוונין זה לזה" די קאפ איז נישט געווען אויסגעשטעלט צו מישן יענעם'ס טאפ... דאס איז די גרויסע מעלה וואס אפילו דער בלעם האט פארשטאנען אין כלל ישראל, דער 'מה טובו אהליך' שטייט אין ספרים איז מרמז אויפן פסוק 'ויעקב איש תם יושב אהלים' דאס איז די שטאלץ פון בני יעקב אבינו, יא! כ'בין א 'תם', כ'ווייס נישט צו פארקויפן יענעם'ס פראלעמען... כ'בין א יושב אהלים.... אבער דאס איז גוט.... 'מה טובו אהליך'...
אויב איז דא אזא הנהגה אין כלל ישראל, זאגן חז"ל (ב"ב דף ס.), "אמר, ראוין הללו שתשרה עליהם שכינה"
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג יולי 11, 2019 10:50 am

לבני א"י
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג יולי 11, 2019 10:51 am

שמו האט געשריבן:לבני א"י

זיי זענען נישט קיין 'בני מיעוטים' דא אויפן וועלטל.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג יולי 15, 2019 4:31 am

מענין לענין, הא איך לעצטענס געהערט א גוט ווארט:

זיין נישט פארנומען וואס יענער טראכט פון דיר,
יענער איז דאך פארנומען צו טראכטן וואס דו טראכס'ט אויף אים,
און האט נישט קיין צייט צו טראכטן פון דיר...
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

יושב בית המדרש
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 5:58 pm

תגובהדורך יושב בית המדרש » מאנטאג יולי 15, 2019 6:50 am

סתם א שיינע ידיעה אויף המשך פסוק ותהי עליו רוח אלוקים אויף וועמען?
איז דער פשוט פשט אז ס'גייט אויף בלעם און אזויי טאטשט רש"י.
אבער אין תוס' בבא בתרא דף ס. שטייט אז ס'גייט אויף עם ישראל.
עיי"ש בגמרא מנהני מילי א''ר יוחנן דאמר קרא {במדבר כד-ב} וישא בלעם את עיניו וירא את ישראל שוכן לשבטיו מה ראה ראה שאין פתחי אהליהם מכוונין זה לזה אמר ראוין הללו שתשרה עליהם שכינה זעגט תוס' סיפיה דקרא דריש דכתיב ותהי עליו רוח אלהים
אזוי האב איך געהרט פון א ת"ח וואס האט געהרט דאס ווארט פונעם סטייפלער זיע"א.

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מאנטאג יולי 15, 2019 4:31 pm

זייער שטארק הנאה געהאט - שכח
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג יולי 16, 2019 5:05 am

יושב בית המדרש האט געשריבן:סתם א שיינע ידיעה אויף המשך פסוק ותהי עליו רוח אלוקים אויף וועמען?
איז דער פשוט פשט אז ס'גייט אויף בלעם און אזויי טאטשט רש"י.
אבער אין תוס' בבא בתרא דף ס. שטייט אז ס'גייט אויף עם ישראל.
עיי"ש בגמרא מנהני מילי א''ר יוחנן דאמר קרא {במדבר כד-ב} וישא בלעם את עיניו וירא את ישראל שוכן לשבטיו מה ראה ראה שאין פתחי אהליהם מכוונין זה לזה אמר ראוין הללו שתשרה עליהם שכינה זעגט תוס' סיפיה דקרא דריש דכתיב ותהי עליו רוח אלהים
אזוי האב איך געהרט פון א ת"ח וואס האט געהרט דאס ווארט פונעם סטייפלער זיע"א.

א דאנק פארן שיינעם הוספה.
(כ'בין אבער נישט קלאר וועלכע חלק קומט פונעם סטייפלער זצ"ל).
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

יושב בית המדרש
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 5:58 pm

תגובהדורך יושב בית המדרש » דינסטאג יולי 16, 2019 7:02 am

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
יושב בית המדרש האט געשריבן:סתם א שיינע ידיעה אויף המשך פסוק ותהי עליו רוח אלוקים אויף וועמען?
איז דער פשוט פשט אז ס'גייט אויף בלעם און אזויי טאטשט רש"י.
אבער אין תוס' בבא בתרא דף ס. שטייט אז ס'גייט אויף עם ישראל.
עיי"ש בגמרא מנהני מילי א''ר יוחנן דאמר קרא {במדבר כד-ב} וישא בלעם את עיניו וירא את ישראל שוכן לשבטיו מה ראה ראה שאין פתחי אהליהם מכוונין זה לזה אמר ראוין הללו שתשרה עליהם שכינה זעגט תוס' סיפיה דקרא דריש דכתיב ותהי עליו רוח אלהים
אזוי האב איך געהרט פון א ת"ח וואס האט געהרט דאס ווארט פונעם סטייפלער זיע"א.

א דאנק פארן שיינעם הוספה.
(כ'בין אבער נישט קלאר וועלכע חלק קומט פונעם סטייפלער זצ"ל).

וואס היסט וועלכען חלק? דעם מציאה פון תוס' בבא בתרא.
למעשה איינער האט מיר געזאגט אז שוין שטייט אין דברי דוד.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט