פון א ניק אין אישי: מכתב פרידה לבנו היקר

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

צדקה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:40 pm

תגובהדורך צדקה » מאנטאג מאי 13, 2019 9:58 pm

איך וויין...

דער יונגערמאן האט א ריין הארץ...

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג מאי 13, 2019 10:20 pm

רבותי! אידן מאכן דאס מיט יעדן טאג, זעהסט דיין חבר איז צוגעלייגט גיי זאג אים א גוט ווארט, קענסט קיינמאל נישט וויסן ווי זיין הארץ בלוטיגט
ל״ע ווען א איד זיצט שבעה איז דא עת לספוד, עת לבכות און א עת לנחם
אבער ווען א איד גייט דורך אזא מצב קען מען נישט געהעריג וויינען, מגיט נישט ארויס די געפילן און קיינער טרייסט אים. און אין די נעקסטע טאג גייט ער געהעריג אין ס׳מדרש און אין די ארבעט. אוי טאטע ווי נעמט די פיזישע און זעלישע כוחות
זאל שוין השי״ת יעדן דערפרייען, שמחינו כימות עיניתנו

משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 10:41 pm

תגובהדורך משק ביתי » מאנטאג מאי 13, 2019 10:28 pm

ניין
כהאב נישט געקענט ליינען ביזן סוף כהאב פשוט נישט געקענט
אוי ווייי מיין הארץ.. מיינע אויגן...

פינחס
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » מאנטאג מאי 13, 2019 11:11 pm

דער אויבערשטער זאל דיך טרייסטן אזא שריפט נאך קיינמאל געזען

Haklal
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג מאי 13, 2019 11:13 pm

משק ביתי האט געשריבן:ניין
כהאב נישט געקענט ליינען ביזן סוף כהאב פשוט נישט געקענט
אוי ווייי מיין הארץ.. מיינע אויגן...

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מאנטאג מאי 13, 2019 11:35 pm

זייער הארציג נישטא קיין ווערטער.

אבער טאמער קען עס דיר זיין א טרייסט.

איך האב עס 8 מאל מיטגעמאכט, לא עלינו ולא עליכם, און איך האב ב"ה נאכדעם געהאט ביז דערווייל, אנדערע ניין געזונטע קינדערלעך לאורך ימים ושנים טובים וכ"י.
דער באשעפער זאל דערפילן דיין טרייסט מיט זיסע געזינטע נחת בקרוב.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג מאי 14, 2019 12:47 am

שפראכלאז.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דינסטאג מאי 14, 2019 1:40 am

לייפציק האט געשריבן:זייער הארציג נישטא קיין ווערטער.

אבער טאמער קען עס דיר זיין א טרייסט.

איך האב עס 8 מאל מיטגעמאכט, לא עלינו ולא עליכם, און איך האב ב"ה נאכדעם געהאט ביז דערווייל, אנדערע ניין געזונטע קינדערלעך לאורך ימים ושנים טובים וכ"י.
דער באשעפער זאל דערפילן דיין טרייסט מיט זיסע געזינטע נחת בקרוב.

וואס?
און דו האסט נאכדעם געהאט 9 קינדער?
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דינסטאג מאי 14, 2019 1:42 am

לייפציק האט געשריבן:זייער הארציג נישטא קיין ווערטער.

אבער טאמער קען עס דיר זיין א טרייסט.

איך האב עס 8 מאל מיטגעמאכט, לא עלינו ולא עליכם, און איך האב ב"ה נאכדעם געהאט ביז דערווייל, אנדערע ניין געזונטע קינדערלעך לאורך ימים ושנים טובים וכ"י.
דער באשעפער זאל דערפילן דיין טרייסט מיט זיסע געזינטע נחת בקרוב.


לייפציק איך בין נתפעל פון דיר, איך האב נישט געוויסט עס דרייען זיך דא אזאנע גענעראלן.
לייפציק פון היינט אין ווייטער וועל איך האבן מער דרך ארץ פאר דיר
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דינסטאג מאי 14, 2019 1:44 am

שכל'דיג האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:זייער הארציג נישטא קיין ווערטער.

אבער טאמער קען עס דיר זיין א טרייסט.

איך האב עס 8 מאל מיטגעמאכט, לא עלינו ולא עליכם, און איך האב ב"ה נאכדעם געהאט ביז דערווייל, אנדערע ניין געזונטע קינדערלעך לאורך ימים ושנים טובים וכ"י.
דער באשעפער זאל דערפילן דיין טרייסט מיט זיסע געזינטע נחת בקרוב.


לייפציק איך בין נתפעל פון דיר, איך האב נישט געוויסט עס דרייען זיך דא אזאנע גענעראלן.
לייפציק פון היינט אין ווייטער וועל איך האבן מער דרך ארץ פאר דיר

גם אני מצרף
א'מונה ב'טחון ג'עלט

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » דינסטאג מאי 14, 2019 2:35 am

נישטא קיין ווערטער...
ס'וויינט זיך מיט...
ווען מ'טראכט אריין וואס טוהט זיך באמת אינעם טאנ'ס הארץ, אוי, איך קען נישט ווייטער טראכטן!...

אגב, האב איך אמאל געהערט אויף א חשובע אינגערמאן וואס האט ליידער געפיהרט למנוחות א פיצל קינד, און נאכן לוי' האט ער נאכגעזאגט אז אין זוה"ק ווערט געברענגט אז דער באשעפער לערנט תורה מיט די תשב"ר וואס זענען פריה-צייטיג נסתלק געווארן, און ער האט אויסגעפיהרט מיט א רוהיגקייט: נו, האב איך געשיקט מיין קינד צו די בעסטער מלמד וואס איז פארהאן!!!

זאל השי"ת העלפן שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו, און אלע זאלן זוכה זיין בנים ובני בנים עוסקים בתומ"צ אן קיין עגמת נפש געזונטערהייט. אכי"ר.

אגב, איינער ווייסט וואו איז דער זוה"ק?

בלי שם
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 5:15 am

תגובהדורך בלי שם » דינסטאג מאי 14, 2019 4:16 am

זייער בארירינד און הארציג,
און לדעתי איז דאס א בריעוו, וואס מ'דארף עס מפיץ זיין ברבים, ליידער איז דא הונדערטער אינגעלייט וואס זענען דאס אריבער, ואני הקטן בתוכם, אוי ווי איך געדענק נאך יענע טעג מיט איבער 10 יאהר צוריק וואס ליידער זענען אונז אהיים מיט ליידיגע הענט, נאך אזוי פיהל אפענונגען, ס'שווער צו רעד'ן פון דעם, און ס'גייט נישט ארויס פון קאפ, מאידך יעדער קינד וואס ווערט געבוירן געזונט און שטארק אוי ווי פיהל דארף מען דאנקען און לויבן דעם באשעפער פון אויבן,
איך מוז זאגן איך האב געוויזן דער בריעוו אויך פאר מיין פרוי, איר האט נישט קיין מושג דער חיזוק וואס דער בריעוו בריינגט, ביי די עלטערן וואס זענען דאס אדורך געגאנגען,

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג מאי 14, 2019 7:45 am

מרן רביה״ק מסאטמער זצ״ל האט אמאל מנחם אבל געווען א איד וואס האט פארלוירן א קינד פון עטליכע וואכן אלט און האט זיך דערביי אויסגעדרוקט: אמאל דארף א נשמה אראפקומען אויף די וועלט צו הערן בלויז איינמאל קידוש פון א טאטען עכל״ק
נסתרים דרכי השם
לעצט פאראכטן דורך קרייסלער אום דינסטאג מאי 14, 2019 9:37 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קרתא דשופריא
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:28 am

צִדְקָתְךָ כְּהַרְרֵי אֵל

תגובהדורך קרתא דשופריא » דינסטאג מאי 14, 2019 8:10 am

איך בין דיר נאר מקנא דיינע זכותים וויפל הירהורי תשובה סי ערוועקט זיך אין אידישע הערצער נאכן ליינען אזא הארציג בריוו אין זעהן אזלכע גבורה ביי א גטרייער טאטע
שכויך...

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג מאי 14, 2019 8:24 am

ס'רייסט ביים הארץ

פרובירט זיך אריינצושטעלן אין זיין מצב פאר איין מינוט. שפיר די צער פון א צווייטן איד

יעצט דאנק דעם אייברשטען אז דו קענסט אזוי גרינג ארויסגיין. ער קען נישט

און טאמער קענסטו בכלל נישט אריינגיין איז זיינע שיך דארפסטו הערשט דאנקען

ווער רעדט נאך אויב קענסטו נישט אזוי גרינג ארויסגיין און ס'לויפטעך נאך. נאך א קורצע צייט גייסטו פארגעסן. ער נישט


איך האב ב"ה נישט מיטגעמאכט ממש דאס אבער מיטגעהאלטן ליידער יא. ס'רייסט מיר ביים הארץ
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג מאי 14, 2019 8:28 am

א זכי' פון א איד צו נעמען דעם נסיון וואס דער אייבערשטער האט אים געשיקט און אזוי מקדש זיין שם שמים
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג מאי 14, 2019 8:39 am

wow wow שפראךלא'ז.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

פאלקאוויטש
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 07, 2018 3:02 pm

תגובהדורך פאלקאוויטש » דינסטאג מאי 14, 2019 9:28 am

די טרערן רינען...
אינגאנצן צונומען...

דיין אמונה אין שטארקייט איז אין להפליא

פון היינט אין ווייטער זאלסטו נאר פון שמחות וויסן.

אוועטאר
פארפרוירן
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

תגובהדורך פארפרוירן » דינסטאג מאי 14, 2019 10:05 am

כ'פארמאך די אויגן און כ'דערמאן זיך די מינוטן ווען איך האב געהערט דאס וויינען פון מיין ניי געבוירן קינד, די שמחה און התרגשות. איך האב געוויינט א בכי' של שמחה, און איך קען מיר נישט פארשטעלן ווען עס וואלט ח"ו געווען א פארקערטער געוויין.
די אומגעהויערע אמונה און בטחון פון דעם אינגערמאן, און די געוואלדיגע שטארקייט, מיט אן אויפריכטיגקייט. ער לייקנט נישט זיין צער, ער שרייבט ווי דאס שניידט אים עד דכדוכה של נפש, אבער דאך קלויבט ער צוזאם שארית כחתיו, און שטארקט זיך אויף אן אבנארמאלן פארנעם.
און אן עקסטערע שטארקייט פאדערט זיך אראפצוזעצן שרייבן אזא בריוו. עס איז נישט סתם ארויסגעשריבן זיין צער אויף פאפיר פשוט אביסל צו לינדערן זיינע יסורים, איך ווייס נישט קיין פרטים ווער דער אינגערמאן איז און ווען דאס האט פאסירט, אבער דאס איז קלאר פון צווישן די שורות אז עס איז נישט געשריבן צו לאנג נאך די מעשה האט פאסירט ווען דער מצב איז שוין געווען אביסל רואיגער, נאר דאס איז געשריבן פרישערהייט, מיט אן אפענער וואונד, און דאך געשריבן מיט אזא געוואלדיגער ישוב הדעת, "הלך ילך ובכה" ער גייט אן מיט א שטארקייט וויינעדיגערהייט, דאס איז וואס נעמט מיר איבער מער פון אלעם.
זאל דער רופא לשבורי לב זיין מחבש לעצבותו, און זאל דער איד אינאיינעם מיט אלע אידן מער קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער או זוכה זיין צו חיי נחת וכל טוב עביגו"צ, אמן.

קרתא דשופריא
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:28 am

תגובהדורך קרתא דשופריא » דינסטאג מאי 14, 2019 10:26 am

קרתא דשופריא האט געשריבן:איך בין דיר נאר מקנא דיינע זכותים וויפל הרהורי תשובה סי ערוועקט זיך אין אידישע הערצער נאכן ליינען אזא הארציג בריוו אין זעהן אזלכע גבורה ביי א גטרייער טאטע
שכויך...

נחלת יעקב
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2018 9:20 am

תגובהדורך נחלת יעקב » דינסטאג מאי 14, 2019 10:38 am

א הערליכע בריוו א גרויס׳ן שכח
קען איינער ברענגען די בריוו אין א PDF format ביידע סיי די אידיש אין סיי די לשון קודש

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג מאי 14, 2019 10:52 am

נחלת יעקב האט געשריבן:א הערליכע בריוו א גרויס׳ן שכח
קען איינער ברענגען די בריוו אין א PDF format ביידע סיי די אידיש אין סיי די לשון קודש

קענסט עס פשוט סעלעקטן און אריינפעיסן אין א WORD דאקומענט.

טוב ליהודים
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

ה' עמכם גבורי החיל

תגובהדורך טוב ליהודים » דינסטאג מאי 14, 2019 10:56 am

מיר קענען בלויז זאגן שְׂפָתַיִם יִשָּׁק מֵשִׁיב דְּבָרִים נְכֹחִים, און זאגן עֵינִי עֵינִי יֹרְדָה מַּיִם כִּי רָחַק מִמֶּנִּי מְנַחֵם, ווער קען דען מנחם זיין אזא מענטש, נאר הָרֹפֵא לִשְׁבוּרֵי לֵב וּמְחַבֵּשׁ לְעַצְּבוֹתָם. מיר זאגן נאר פאר די גבור ואיש מלחמה: ה' עמכם, און באדאנאקן פאר מיטטילן פון אוצרו הטוב די הערליכן געלונגן מכתב וואס איז כמים קרים על נפש עיפה פאר אזויפיל צובראכענע נפשות!
תחזקנה ידיכם, עם ה' חזקו ונחזקו, חזק חזק ונתחזק!

אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » דינסטאג מאי 14, 2019 11:08 am

נחלת יעקב האט געשריבן:א הערליכע בריוו א גרויס׳ן שכח
קען איינער ברענגען די בריוו אין א PDF format ביידע סיי די אידיש אין סיי די לשון קודש

גא"מ
איך וואלט דאס געוואלט ארויספרינטן און ווייזן פארן אשת חיל, זאל מען זיך צוזאמען טרייסטן.

גאסט
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 8:23 pm

תגובהדורך גאסט » דינסטאג מאי 14, 2019 11:22 am

111.pdf
לשון הקודש
(44.37 KiB) דאונלאודעד 100 מאל


1112.pdf
אידיש
(54.86 KiB) דאונלאודעד 129 מאל


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], זעקס און ניינציגער און 13 געסט