רבותי וועקטס ענק אויף!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1835
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג אפריל 29, 2019 1:53 pm

אפשר בעטען טראמפ זאל ווייניגער ארויסווייזן זיין ליבשאפט צו איזריעל........
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

מייןמהלך
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 8:01 pm

תגובהדורך מייןמהלך » מיטוואך מאי 01, 2019 10:01 pm

טייערע אידן, איר זענט גערעכט אז איך וואלט בעיקר געדארפט צו רעדן פון בעטן ביים אייבערשטען, אבער זייטס מודה אז אויב מען קען טהון, מוז מען טהון, מיין ארטיקל איז בעיקר געוועהן צו אויפוועקן די עולם מען זאל כאפן וואס גייט פאר,(אזוי ווי מען קען זעהן אז איך האב עס געשריבן נישט שמועסע'דיג,) ווען אייך האב ווען צוויי טויזענט פאלאער"ס אויף טוויטער, שרייב איך עס דארט, נאר דא איז מיין איינציגסטע פלאטפארמע.
ביטע פרבירט צו טהון וואס מעגליך!!!!

דעת הקהל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 7:18 pm

תגובהדורך דעת הקהל » מיטוואך מאי 01, 2019 10:32 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:ליידער זייט דעם חורבן ביהמ"ק איז כלל ישראל שוין דורך געגאנגען דעם סייקעל אויף יעדן פלאץ ווי מען איז געווען.

1. מען הייבט אהן גרין, מען האלט זיך שטיל, מען פראבירט צו חנפנ'ן יעדע גוי וואס מען קען.
2. צוביסלעך ווערט מען מער און מער באקוועם, מען הייבט זיך די קעפ, מען גייט אריין אין די רעגירונג, מען טומעלט און מען רעש'ט.
3. די באשפער דארף דערמאנען אז אינז זעמיר דא נאר טעמפארערי, די גוים ווערן מיד פון אינז, פלאצן פאר קנאה, און מען שיקט אינז ליפטערן

#בבל #שפאניע #פוילן #דייטשלאנד #מאראקא וכו' וכו'

די זאך איז נאר, אז געווענליך האט די סייקעל געדויערט בערך 500 יאר. לאמיר האפן אז אינז מאכן עס נישט שנעלער אין אינז זאל מיר דערלעבן משיח דא.


שארף קלאר. ממש ווארט ביי ווארט תמצית הדברים דברי נביאות פונעם "משך חכמה" בחוקותי(ס'איז כדאי אריינצוקוקן אינעוויינג זעהן לשון קדשו" יחשוב כי ברלין הוא ירושלים וכו' עי"ש). און לאמיר נישט זיין ווי די הונט וואס ווארפט זיך ארויף מיט כעס אויפן שטעקן, אנשטאט זעהן ווער עס שטייט אונטער דעם שטעקן....

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מאי 01, 2019 11:49 pm

זייער פארשטענדליך אז קיינער האט נישט ליב קיין שווארצע נביאות'ער, אבער זיך אריין לייגן דער קאפ אין דער ערד און פארגעסן אונזער "רייכע" היסטאריע איז לעכערליך!.

אין כל חדש תחת השמש!!
זכור ימות עולם!!

ס'איז שוין העכסט צייט צו איינזעהן אז 'אנקעל סעם' וועט נישט גאראנטירן אונזער זיכערהייט, ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.

פארשטייט זיך אז מינימאלע פשוטע זאכן - ווי צום ביישפיל זיך אויפפירן נארמאל צווישן מענטשן - איז א פליכט אויף יעדן איד, אבער מ'קען נישט באשטעטיגן אז אונזער סיטואציע טוהט זיך ווענדן אין דעם.
ס'איז פשוט קורצקעפיג און אומאחריות'דיג צו אנאליזירן א סיטואטציע וואס טוהט אפעקטירן גאנץ כלל ישראל אין אמעריקא, און ארויס רוקן אן אפשאצונג געבויט אויף באגרעניצטע שכל און אייגענע בויך סברה'לעך (און טיילמאהל אריינגעמישט א 'ספייס' פון זייטיגע מענטשליכע נגיעות), ווי כאילו דא האנדלט זיך איבער א פאליטישע אנאליז.

די ריכטיגע זאך איז צו הערן אן אמת'ע דעת תורה!

אן אמת'ע דעת תורה איז געבויט אויף די עצה און הדרכה פון די מנהיגי ישראל במשך אלע דורות. איז אלזא לאמיר נעמען היסטאריע און נאכגיין די זאך,
וואס האבן די פריערדיגע צדיקים געפאדערט ווען ס'איז אינטערגעקומען שווערע זמנים?
מיר טוען שאצן אז לויט די נוסח פון התעוררות וואס ווערט געהערט בזמנינו זענען די קול קורא'ס געווען ווי פאלגענד:
מ'זאל נזהר זיין נישט אראפווארפן קיין טישוס..!
נישט פייפן אוי'פן הייוועי..!
נישט אויסכאפן די שורה אין באנק..!
מ'זאל נישט דאבעל פארקען..!

און די ליסטע איז לאנג...........

לאכט'ס נישט, אבער יעדער פארשטייט אליין אז די ריכטיגע געטרייע רוחניות'דיגע פירער פון כלל ישראל האבן געהאט אנדערע פארלאנגען, און האבן אנדערש פארשטאנען אונזער חובת השעה.
(נאכאמאל, דאס איז נישט קיין פטור אויף נארמאלקייט, די פראגע איז נאר וואס איז דער עיקר)

איך זאג נישט קיין דרשת מוסר און איך געב נישט קיין אנווייזונגען וואס יא און וואס נישט, אבער אזוי ווי אסאך אנדערע האבן יא פארשידענע עצות און הדרכות בחובת השעה, (ווי כאילו זיי קענען ריכטיג אנדייטן און אנצייגן די גורמים און תוצאות), און דערמיט ווערט אוועק גענומען די "קאנצעטראציע" אויף אונזער אמת'דיגע חובת השעה, איז וויכטיג צו דערמאנען און אויפברענגען די אנדערע זייט פון די מטבע וועלכע איז טאקע פיל שווערער צו פארדייען אבער איז געבויט אויף אמת'ע און בלוטיגע היסטארישע פאקטן, און אויף די הייליגע רייד פון אונזערע חכמים צדיקים וקדושים.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג מאי 02, 2019 2:05 pm


רבי אביגדור מיללער זצ"ל רעדט איבער אנטיסעמיטיזם:

https://torasavigdor.org/wp-content/upl ... tism-1.mp4


אפשר קען עס עמיצער ארויפלייגן אויף דראפ באקס.
בפקודת כ"ק אדמו"ר שליט"א איז נישט ערלויבט ארויסצונעמען אין בית המדרש א סמאַרטפאון, פליפּ פאון, בּעיסיק פאון. ולשומעים ינעם ואליהם תבוא ברכת טוב.

מפתח

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 02, 2019 3:43 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
רבי אביגדור מיללער זצ"ל רעדט איבער אנטיסעמיטיזם:

https://torasavigdor.org/wp-content/upl ... tism-1.mp4


אפשר קען עס עמיצער ארויפלייגן אויף דראפ באקס.

געוואלדיגע ווערטער!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג מאי 02, 2019 3:46 pm

אפשר ברענגט איינער א תמצית מדבריו, כ'האב נישט קיין צוטריט

!want to be good
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

תגובהדורך !want to be good » זונטאג דעצמבער 29, 2019 8:38 am

שאינו יודע האט געשריבן:לעת עתה איז דא צוויי עצות.

לכו ונשובה אל ה׳

ועלו מושיעים בהר ציון.

און ביזדערווייל קען מען גיין שלאפן. שוין 3 פארטאגס
מטרינקט לחיים און מ'איז פרייליך! און מ'גייט א קאראהוט!

!want to be good
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

תגובהדורך !want to be good » זונטאג דעצמבער 29, 2019 8:39 am

ווער איז דאס האט געשריבן:יאיא די גאנצע מושג פין א גלות איד איז deleted

אקעי מגייט זיך אויפוועקען אין שרייען אנטיסעמיטיזעם
ווער זאל עס הערען פינקטלעך זאג מיר ווער??
מטרינקט לחיים און מ'איז פרייליך! און מ'גייט א קאראהוט!

!want to be good
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

תגובהדורך !want to be good » זונטאג דעצמבער 29, 2019 8:39 am

מונאוויטש האט געשריבן:
רבי אביגדור מיללער זצ"ל רעדט איבער אנטיסעמיטיזם:

https://torasavigdor.org/wp-content/upl ... tism-1.mp4


אפשר קען עס עמיצער ארויפלייגן אויף דראפ באקס.
מטרינקט לחיים און מ'איז פרייליך! און מ'גייט א קאראהוט!

!want to be good
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

תגובהדורך !want to be good » זונטאג דעצמבער 29, 2019 8:39 am

וואשינגטאן האט געשריבן:אייראפע תר''צ יארן.....
שווארצע וואלקענעס פון אנטיסעמעטיזם לויערט אויפן אידנטום אין אייראפע דאס פלאץ ווי אידן וואוינען שוין באקוועם הונדערטער יארן דור נאך דור, טאג נאך טאג פארמערן זיך די אטאקעס אויף אידישע קינדערלעך ה''י בכל מקומות מושבותיהם עס טומלט זיך ביי די עסקנים פונעם חרד'ישען ציבור וואס קען מען טון צו דעם? פילצאליגע אקטיוויסטן ברענגען ארויף גלענצענדע פלענער און גראנדיעזע איינפעלער וויאזוי צו אויפמערקזאם מאכן די גוים צו זיין מער סענסיטיוו צו אונזערע געברויכן.....
כי לא מחשבותי מחשבותיכם!!!!
ערליכע אידן ווייסן אז עס איז נישטא קיין מקרה, און נישט די אומוויסנקייט אדער אומסענסיטיווקייט פונעם גוי טרייבט זיין ווילדע שנאה, נאר די שוואכקייט פונעם איד אין שמירת התורה בקדושתה דאס איז וואס בויט אויף די אנטיסעמעטיזם.
און עס זיצט זיך א אויסגעדארטע אידל אין זשעליכאוו און שרייבט א בריוועלע ווי ער ברענגט ארויס מיט גאר קלארע דיבורים וואס די תכלית היצירה פונעם וועלט און פונעם מבחר האנושי ''די איד'' בפרט איז, און ער איז דארט מבאר בטוב טעם ודעת אז אויב מען וועט זיך נישט אויפוועקן........ ה''י
אזוי אויך די הייליגע משך חכמה דאכט זיך אין פרשת בחקותי שרייבט פאר די שרעקליכע שואה מיט איכע ביטערע קאלירן ה''י,
ליידער ליידער האבן זיך די אידן דעמאלס נישט אויפגעוועקט לתשובה און סהאט פאסירט וואס עס האט פאסירט, ואין לנו רשות להרהר.


אמעריקא תשע''ט.....
די אנטיסעמעטיזם שטאפלען האלטן ביים העכסטן הויכפונקט, אין צוויי בתי מדרשים איז שוין פארגעקומען אין די לעצטע פאר חדשים א פאגראם, ווי א ציווילדעוועטע פויער האט אריינגעשטורעמט נאכן ווערן צוהיצט און דערמארדערט אידן אחב''י ה''י רח''ל, אזוי אויך איז בכלליות געשטיגן און עס זעט זיך אהן א שטארקע פארמערונג און שנאה צום עם הנצח די לעצטערע יארן, ר' שמעון'לע זצ''ל איז שוין נישט דא, די משך חכמה איז שוין נישט דא, אבער זייערע ספרים האבן אונז.
רבותי! דער בעל האשכול איז גערעכט! מען דארף זיך אויפוועקן! ומי חשיד קוב''ה דעביד דינא בלא דינא?????? מען דארף תשובה טוהן!!! די פאליציי קען גארנישט טוהן! אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר!!!!!

נא לא לחשוב כי הננו מנבא שחורות רח''ל, רק באתי לעורר כי דעת תורה נשגבה מדעת בעה''ב, והכל מושגח מלמעלה, ואין אדם נוקף אצבעו וכו', והעיקר להתעורר לתשובה ותיקון המעשים. וה' הרוצה להטיב ייטיב לנו ולבנינו עד עולם אמן.
מטרינקט לחיים און מ'איז פרייליך! און מ'גייט א קאראהוט!

!want to be good
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

תגובהדורך !want to be good » זונטאג דעצמבער 29, 2019 8:40 am

ידיעות שונות האט געשריבן:זייער פארשטענדליך אז קיינער האט נישט ליב קיין שווארצע נביאות'ער, אבער זיך אריין לייגן דער קאפ אין דער ערד און פארגעסן אונזער "רייכע" היסטאריע איז לעכערליך!.

אין כל חדש תחת השמש!!
זכור ימות עולם!!

ס'איז שוין העכסט צייט צו איינזעהן אז 'אנקעל סעם' וועט נישט גאראנטירן אונזער זיכערהייט, ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.

פארשטייט זיך אז מינימאלע פשוטע זאכן - ווי צום ביישפיל זיך אויפפירן נארמאל צווישן מענטשן - איז א פליכט אויף יעדן איד, אבער מ'קען נישט באשטעטיגן אז אונזער סיטואציע טוהט זיך ווענדן אין דעם.
ס'איז פשוט קורצקעפיג און אומאחריות'דיג צו אנאליזירן א סיטואטציע וואס טוהט אפעקטירן גאנץ כלל ישראל אין אמעריקא, און ארויס רוקן אן אפשאצונג געבויט אויף באגרעניצטע שכל און אייגענע בויך סברה'לעך (און טיילמאהל אריינגעמישט א 'ספייס' פון זייטיגע מענטשליכע נגיעות), ווי כאילו דא האנדלט זיך איבער א פאליטישע אנאליז.

די ריכטיגע זאך איז צו הערן אן אמת'ע דעת תורה!

אן אמת'ע דעת תורה איז געבויט אויף די עצה און הדרכה פון די מנהיגי ישראל במשך אלע דורות. איז אלזא לאמיר נעמען היסטאריע און נאכגיין די זאך,
וואס האבן די פריערדיגע צדיקים געפאדערט ווען ס'איז אינטערגעקומען שווערע זמנים?
מיר טוען שאצן אז לויט די נוסח פון התעוררות וואס ווערט געהערט בזמנינו זענען די קול קורא'ס געווען ווי פאלגענד:
מ'זאל נזהר זיין נישט אראפווארפן קיין טישוס..!
נישט פייפן אוי'פן הייוועי..!
נישט אויסכאפן די שורה אין באנק..!
מ'זאל נישט דאבעל פארקען..!

און די ליסטע איז לאנג...........

לאכט'ס נישט, אבער יעדער פארשטייט אליין אז די ריכטיגע געטרייע רוחניות'דיגע פירער פון כלל ישראל האבן געהאט אנדערע פארלאנגען, און האבן אנדערש פארשטאנען אונזער חובת השעה.
(נאכאמאל, דאס איז נישט קיין פטור אויף נארמאלקייט, די פראגע איז נאר וואס איז דער עיקר)

איך זאג נישט קיין דרשת מוסר און איך געב נישט קיין אנווייזונגען וואס יא און וואס נישט, אבער אזוי ווי אסאך אנדערע האבן יא פארשידענע עצות און הדרכות בחובת השעה, (ווי כאילו זיי קענען ריכטיג אנדייטן און אנצייגן די גורמים און תוצאות), און דערמיט ווערט אוועק גענומען די "קאנצעטראציע" אויף אונזער אמת'דיגע חובת השעה, איז וויכטיג צו דערמאנען און אויפברענגען די אנדערע זייט פון די מטבע וועלכע איז טאקע פיל שווערער צו פארדייען אבער איז געבויט אויף אמת'ע און בלוטיגע היסטארישע פאקטן, און אויף די הייליגע רייד פון אונזערע חכמים צדיקים וקדושים.
מטרינקט לחיים און מ'איז פרייליך! און מ'גייט א קאראהוט!

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » זונטאג דעצמבער 29, 2019 9:37 am

ידיעות יישר כח פאר די דברים קילורין לעינים. דאס איז זיכער אז די איבערגעהיצטע רעטאריק פון שרייען אויף יעדע גוי אנטיסעמיט, און לויפן צו די מידיע און צו די אינסטאנצן צו שרייען עהה עההה ער האט מיך געטשעפעט... ער איז אן אנטיסעמיט.... דאס אלעס איז נישט די עצה קעגן אנטיסעמיטיזם, אדרבה עס רעגט זיי נאר אויף.

וואס איז יא די עצה? עכט איז די אמת'ע עצה איינצוזעהן די אמת'ע מציאות וואס חז"ל לערנען אונז אז עשו שונא ליעקב, ווילאנג מען זעהט נישט איין אז דאס איז די מציאות וועט מען נישט זיין גערישט אויף דעם. אויב ווייסט מען אז דאס איז א חלק פון די גזירת הגלות דאן דארף מען פשוט איינרייסן אז משיח זאל קומען און פארטיג.

חוץ מזה איז דא עצות בדברי חז"ל - די עצות פון דוב הייקינד שטייט נישט דארט - עס שטייט אביסל אנדערע זאכן, ווי למשל הצפינו עצמיכם ולמה תתראו, און נאך עצות וואס שטייט אין די תורה ווי למשל זיך בעטן בתחתונים אחינו אתם למה אתם גוזרים עלינו וכו', אבער צו גיין שרייען אויף גוי און אים באשולדיגן און האקן אויף אים, דאס וועט נישט העלפן. מיר זענען אין גלות און דער גוי האט אונז פיינט.

אמעריקע איז נישט אנדערש ווי אייראפע, און די שוידער כאפט בעיקר פאר די וואס האבן זיך ביז יעצט מיאוס אנגערעדט אז עס איז אנדערש.

טעבלעט
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2019 2:05 pm

תגובהדורך טעבלעט » זונטאג דעצמבער 29, 2019 10:42 pm

שאינו יודע האט געשריבן:לעת עתה איז דא צוויי עצות.

לכו ונשובה אל ה׳

ועלו מושיעים בהר ציון.

פרעגט מיר איינער, וואו זענען די רבנים?? פארוואס האט מען נישט צוזאמגענומען דעם עולם גלייך נאר זשורסי סיטי און געטון וואס שטייט אין רמב''ם אז מ'מוז תשובה טון? פארוואס זאגן נישט די רבנים וואס מיר האבן צו טון?

ווייסט ווען ער האט מיר עס געזאגט? 'אין ביהמ''ד' בשעת'ן ווישן די לעצטע סטעטוס אויף וואטעסעפפ.

און ווייסט וויאזוי צניעות האט געטראסקעט ביי דעם אינגערמאן אינדערהיים ? צוביסלעך לאזט מען זיך וואקסן, ארויסשטעקן. ביי האר, ס'איז אלעס גוט און פיין. מ'איז זייער פאזעטיוו... מ'טראכט נישט נעגעטיוו.

אבער פארוואס זאגן נישט די רבנים וואס מיר האבן צו טון?...

ער וואלט געוואלט הערן עפעס וועגן 5 מינוט פריער זאלן די פרויען צינדן לעכט...

איך דארף אויך ווערן בעסער אין טעקנאלעז'י. כ'בין אינעם זעלבן נסיון הדור. אבער לאמיר כאטש זיין אויפריכטיג. מיר וויסן טיף אין הארץ פונקטלעך וואס די נסיון הדור איז.

און אויב דיין כלי איז באמת געפיללטערד. אבער דו דרייסט דיך ארום אין ביהמ''ד דערמיט, ווערט עס אויס בושה, און אנדערע מיט ווייניגער יראת שמים וועלן לכבוד דיר זיין דבוק אין א כלי וואס איז יא אפען צום גאנצן טמא'נעם גוי.

אקעי, איך וויל נישט ווערן קיין מוכיח דא.. אני הקטן בין אינם זעלבן שיף, אבער זאגן "אז מיר האבן נישט קיין רבנים וואס זאגן אונז וואס צו פאררעכטן"?. מיר האבן יא, און ס'איז פשוט צו שווער. ס'ציעט שטארק, ווי די געטשקעלע בזמן מנשה המלך. נאר, עט ליעסט זיך נישט נארן.

קויפן גאנס און פיסטעלס וועט אונז גאנץ ווייניג העלפן. נישט דאס איז די מעסעדש פון אויבן.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5540
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג דעצמבער 29, 2019 10:49 pm

אז דו ווייסט וואס השית האט געוואלט איז גוט.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2704
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג דעצמבער 29, 2019 10:53 pm

אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר....

בנוגע השתדלות

אויפן ראדיא האט מען געקענט הערן א מעסעזש פון ביבי'ן.. עפעס אזוי...
"איזראעל וויל סטענט טו געדער טו פייט אנטיסעמעטיזם"....
קענסט מיר זאגן וואס א גוי דארף טראכטן נאכדעם??
דאס ברענגט ארויף אנטיסעמיטיזם אויפן העכסטן שטאפל....

זאל ער מיט זיינע רעפרעזענטאטן דאהי די "עסקנים" גיין ווי די שווארצע פעפער....

מ'מעג זיך לערנען פון העסקן ר' משה דוד ווי אזוי צו דיעלן מיט א גוי..
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום מאנטאג דעצמבער 30, 2019 12:54 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אימפיטשמענט האט נישט מיט א קריים, עס איז געמאכט ווען א פרעזידענט נוצט זיין אפיס צו טוען זאכן וואס hurt מענטשן
~גרעהעם אלס מענעזשער ביים קלינטאן אימפיטשמענט טרייעל

טעבלעט
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2019 2:05 pm

תגובהדורך טעבלעט » זונטאג דעצמבער 29, 2019 10:57 pm

שאינו יודע האט געשריבן:אז דו ווייסט וואס השית האט געוואלט איז גוט.

שוין. אדורך 5 מינוט און האסט דיך געדארפט יאגן אריינצוווארפן א ליצנות. לקיים מה שנאמר ליצנות אחת דוחה וכ'ו.

קוק איבער וואס איך האב געשריבן.

1) די רבנים וויינען וועגן דעם א יעדעס איינציגסטע מאל. סא זאג נישט אז רבנים זאגן נישט וואס מ'דארף מתקן זיין. (וועגן צניעות, עכ"פ ביי אונז אין סאטמאר -ביידע סאטמר'ס- זענען די רבנים ודיינים מעורר וועגן די שרעקליכע התדרדרות די לעצטע פאר יאר.

2) דאס איז די נסיון הדור (סקולען'ע רבי זצ''ל האט אזוי געזאגט. ר' לייביש שליט'א, ר' יעקב מאיר, און ''ווער נישט''???


דו דיסעגריסט מיט איינע פון די צוויי?
קומסטע אריין גלייך מיט אזא ליצנות.

זאל דיר עס ביישטיין.

וויש ווייטער. שטעל דיך נישט אפ. ווייל קענסט נאך חלילה נכשל ווערן אין די אמאליגע סארט יצירה וואס הייסט 'טראכטן'.

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג דעצמבער 29, 2019 11:02 pm

היינט געהערט פון א חשובער מרביץ תורה בשם הרב נח וויינבערג זצ"ל

ער פלעגט מעורר זיין אז ווערן נאנט מיטן גוי ברענגט אנטיסעמיטיזם, און ער פלעגט געבן פארשידענע משלים פון כלל ישראל'ס היסטאריע,

"און ווען מענשן פרעגן מיר וואס טוט זיך מיט אמעריקע? ענטפער איך, אז ס'איז פונקט ווי א מענטש וואס שפרינגט ארויס פון פענסטער אויפן הונדערטסטן שטאק, און האלטנדיג א האלבע וועג אראפ ביים פופציגסטן שטאק גיבט ער א זאג so far so good"

השם ישמור את כל ישראל

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » זונטאג דעצמבער 29, 2019 11:14 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:אם ה' לא ישמר עיר שור שקד שומר....

בנוגע השתדלות

אויפן ראדיא האט מען געקענט הערן א מעסעזש פון ביבין.. עפעס אזוי...
"איזראעל וויל סטענט טו געדער טו פייט אנטיסעמעטיזם"....
קענסט מיר זאגן וואס א גוי דארף טראכטן נאכדעם??
דאס ברענגט ארויף אנטיסעמיטיזם אויפן העכסטן שטאפל....

זאל ער מיט זיינע רעפרעזענטאטן דאהי די "עסקנים" גיין וחי די שווארצע פעפער....

מ'מעג זיך לערנען פון העסקן ר' משה דוד ווי אזוי צו דיעלן מיט א גוי..


די סאקמאר רב האט געווארנט אז די חברה ברענגן אן דא אין אמעריקע אנטיסעמעטיזם. כלשונו הקדוש ''אז מ'וועט גוט קוקן וועט מען זעהן''.

כ'מיין ס''איז צייט טאקע פאר ר' משה דוד שליט''א און נאך סאטמערע עהרנסטע עסקנים צו צוריקפייטן און זיך אפשאקלן בריש גלי פון די מדינה, וואס ברענגט אן אויף אונז אזא צורה ווי אומגעטרייע אויסלענדער. און טראמפ גיסט נאך אויל צום פייער אז מיר מוזן וואטן פאר עם ווייל ער לאאאאווט איזרעאל, און מיר ברויכן מער ליב האבן איזרעאל. ''ענקער פריים מיניסטער נתניהו'' כלשונו של דאנעלד.

ס'איז שוין ליידער א מצב וואס "מ'דארף שוין נישט גוט קוקן". ס'איז זייער קלאר.


איר געדענקט דעם מיליטאנטישן 'פראטעסט' פון הייקינד אין הארץ פון בארא פארק קעגן א מוסלומענע אקטיוויסט לינדעס סאאסאר?


הייקינד ארבעט שווער אז א יעדע מוזלעם וואס נעמט זיך אן פאר פאלעסטינער זאל אונז אלע אננעמען ווי פיינט. מ'אראנדשירט פראטעסטן. מיר וועלן פראטעקטן אונזער לאנד אין מיטל מזרח, פון דא אין בארא פארק.
2019-12-29.png
2019-12-29.png (39.64 KiB) געזעהן 565 מאל


דא האט איר וויאזוי א קלוגער איד ענפערט אין גלות. (כ'בין נישט זיכער צו ער איז נישט קיין ציוני פונקט אזוי, אבער אנדערש ווי הייקינד, קערט ער אבער מער פאר אידיש בלוט ווי פאר א אידישע לאנד:
2019-12-29 (3).png
2019-12-29 (3).png (29.1 KiB) געזעהן 565 מאל

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » זונטאג דעצמבער 29, 2019 11:19 pm

אגב, OJPAC זאל נישט מיטטאנצן די שדים טאנץ פון הייקינד צו פארדאמען און נאכיאגן מוסלומענער קאנגרעספרויען ווייל זיי זענען דאך 'אוודאי אנטיסעמיטן' ווייל זיי שטעלן זיך נישט צו צו איזראעל. דאס ווייזט פאר גאנץ אמעריקע אז מיר האבן דועל לויעלטי. און בעיקר, דאס מאכט אונז אן נייע שונאים!! מיר ווילן טאקע דא אריינגיין אין א קאמפף קעגן א יעדע מוסלומענער? פארוועם העלפט דאס? נישטאמאל העלפט עס פאר די מדינה'ס סוקיורעטי. ס'העלפט אפשר פאר ''נפש בנפש''' און אנדערע עלי'ה פראפעגאנדע ארגענזאציעס וואס זענען זיך מחי' אז ס'קומען צו מיליאנען שונאים. דאס העלפט ארויס עלי'ה.

האפנטליך, האט מען נישט געפועל'ט ביי די אלע מוסלעמענע קאנגרעספרויען און באאמטע צו פיינט האבן אונז אידן:
2019-12-29 (1).png
2019-12-29 (1).png (56.66 KiB) געזעהן 549 מאל

Screenshot_20191229-180805.png
Screenshot_20191229-180805.png (226.74 KiB) געזעהן 441 מאל



(יא, 'קען זיין' זיי האבן אונז אייביג פיינט געהאט אין הארץ, קען זיי יא, קען זיין נישט. ס'איז נישטא פון קיין איינע פון זיי סיי וועלכע סטעיטמענט קעגן אידן!).
לעצט פאראכטן דורך שפע רב אום מאנטאג דעצמבער 30, 2019 12:05 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » זונטאג דעצמבער 29, 2019 11:31 pm

למען האמת איז דא פון איינע פון די (אפשר טאליב) וועלכע האבן יא געטוויט אומסענסיטיוו צו אידישע סטעריאטיפן (נישט אזוי געפערליך ווי די דרשות וואס טראמפ זאגט געווענליך ווען ער רעדט צו אידן, אבער נאכאלס נישט גענוג פאליטיקלי קארעקט) און עס איז אפילו אנטשטאנען א שטורעם ווען רעפובליקאנער האבן פארפירט און געוואלט קאנגרעס זאל עס פארדאמען. זי האט זיך אנטשולדיגט אבער מיינט נישט אז אונזערע פארזארגער האבן אנגענומען די אנטשולדיגונג, אדרבה

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג דעצמבער 29, 2019 11:43 pm

OJPAC, מאכסט מיר לאכן. כ'בין נאך אלס אין שאק פון ווען איך האב געזען דער וואס פירט עס אן פערזענליך אראפרייסן קלינטאן'ס טאכטער אויף איר טאטן'ס סקאנדאלן אויף טוויטער אין 2016. ער האט זיך נאך בארימט אז ער האט צענדליגער טויזענטער צוהערער. ווען עס האט נאך געהייסן אז קלינטאן וועט געווינען. (און ער האט באגנאדיגט סקווירא אידן) איך וואלט אים געזאגט, צינד נישט און לעש נישט.

זיינע ארטיקלען זענען זייער גוט אסאך מאל, אבער עס פעלט אים שימוש פון אן עלטערן עסקן פון א איד'ס אחריות.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12058
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 12:34 am

Programming האט געשריבן:למען האמת איז דא פון איינע פון די (אפשר טאליב) וועלכע האבן יא געטוויט אומסענסיטיוו צו אידישע סטעריאטיפן (נישט אזוי געפערליך ווי די דרשות וואס טראמפ זאגט געווענליך ווען ער רעדט צו אידן, אבער נאכאלס נישט גענוג פאליטיקלי קארעקט) און עס איז אפילו אנטשטאנען א שטורעם ווען רעפובליקאנער האבן פארפירט און געוואלט קאנגרעס זאל עס פארדאמען. זי האט זיך אנטשולדיגט אבער מיינט נישט אז אונזערע פארזארגער האבן אנגענומען די אנטשולדיגונג, אדרבה


די"דעמאקראטישע" קאנגרעס האט דעמאלטס גראדע למעשה אפילו דורכגעפירט א רעזעלוציע, טראץ זי האט זיך אפילו אנטשולדיגט, און איך האב מיר ווייטער איינגערעדט אז דאס איז "אונזער לאנד", בתוך כל הקהל הקודש, אבער אונזער גוטער טאטע אין הימל וויל אונז זאל מיר וויסן אז ניין, דאס איז נישט "אונזער לאנד", קודם פיצבורג, נאכדעם פאוועי, נאכדעם דזשערסי סיטי, און יעצט מאנסי, פלאס די נאכאנאנדע קלענערע אנטיסעמיטישע אטאקעס, און איך האף אז איך האב זיך שוין אויפגעוועקט נאך דעם אלעם.

מורי ורבותי, לויט ווי צדיקים האבן אונז געזאגט, ווי לאנג מיר וועלן מיינען אז מיר זענען אינדערהיים, וועט זיין "דזשערסי סיטיס".

איך מיין יעדן איינעם אויך, און בעיקר זיך אליינס, האמנתי כי אדבר.

ווי פלעגט דער רבי מהר"א זאגן כמה פעמים: מיר זענען נישט קיין אמעריקאנער אידן, נאר אידן וואס וואוינען אין אמעריקע.

נאכן זיך גוט אריינפרעגן דעם ענין, קען מען אפשר ווייטער דעבאטירן וואס מען קען טון, און ווער, טראמפ אדער גאר דעבלאזיאו, איז שולדיג.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

הן עם לבדד ישכון

תגובהדורך וואסערפאל » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 1:11 am

אפשר איז צייט צו סטאפן פאוסטן אידישע קורת רוח (לייען - אידיש אינטערטעינמענט) אויף יו-טוב.

יו-טוב איז די וועלטס פובליק שמעלץ טאפ ווי אלע 70 פעלקער - אחוץ ביזנעס דעמאוס - פאוסטן כל ערליי פאן מיט אינטערהאלטונגען, זיצט זיך א טינקעלער אין הארלעם, וואס אחוץ פרייע וויי פיי מיט וועלפעיר האט ער גארנישט, ער בראוזט אויף יו-טוב און זיינע געלע אויגן שפראצן פון קנאה ווען ער באגעגנט זיך כסדר מיט אידישע אינטערהאלטונג פאוסטס.

העכסטנס זאל מען קריעטען נאך אידישע סייטס און בלויז דארט זאל מען פאוסטן זינגערס מיט מאורעות, וכדו.

דער גוי, ספעציעל דער ארימער, וועט סיי ווי אייביג מקנא זיין דעם איד, אבער צו וואס פיטערן 'הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב' איז אלץ געווען די בעסטע סגולה, דער גוי קומט נישט אריין אין איי-וואלט, אידישע טעלעגראם טשענעל איז אויך עטליעסט עקסלוסיוו. זייט מוותר אויף עשיו'ס קאממענטס, און לאמיר אפטראגן פון יו-טוב.

הן עם לבדד ישכון

דיסקלעימער: מיר זענען ב"ה געבלאקט פון יו-טוב און אנדערע סאושעל.
על מי מנוחות ינהלנו

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 7:37 am

שפע רב האט געשריבן:כ'מיין ס''איז צייט טאקע פאר ר' משה דוד שליט''א און נאך סאטמערע עהרנסטע עסקנים צו צוריקפייטן און זיך אפשאקלן בריש גלי פון די מדינה, וואס ברענגט אן אויף אונז אזא צורה ווי אומגעטרייע אויסלענדער. און טראמפ גיסט נאך אויל צום פייער אז מיר מוזן וואטן פאר עם ווייל ער לאאאאווט איזרעאל, און מיר ברויכן מער ליב האבן איזרעאל. ''ענקער פריים מיניסטער נתניהו'' כלשונו של דאנעלד.


הייסט עס אז דאס טוהן וועט ברענגן אהבת ישראל, איך פארשטיי...

ווער עס האט שכל פארשטייט אז שנאת ישראל דארף נישט קיין תירוץ און א פשט, זיי וועלן אונז עני וועי פיינט האבן.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 22 געסט