אנקעטע. איז אויסגעהאלטן די סיסטעם אז פעטער'ס דארפן בלייבן ביי די מצוה טאנץ

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז אויסגעהאלטן די סיסטעם אז פעטער'ס דארפן אויפבלייבן ביי די מצוה טאנץ

יא .אזוי דארף זיין
29
12%
ניין. סטם עגמ'' נ פאר רוב פעטער'ס
37
15%
יא אויב די מחותנים פעניען נישט די צייט אין ענדיגן פרי
118
48%
ווענדט זיך ווי א שמחה און ביי וועלכע משפחה
60
25%
 
סך הכול שטימען: 244

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:18 pm

בייינונז פירט מען זיך אז מען הייבט אן בייצייטענס. כדי די וואס קומען הונגעריג זאלען האבען געהעריג צו עסען. אבער לגבי דאָס ענדיגען לאָזט מען זיך פירן פונעם מצב.
קיינער וועט אונז נישט טרעטען אויפן הינער אויג בעת מיר מיר מאכן אַ שמחה.
פאר ווער עס יאגט זיך ווערט געבעטן צו כאפן דעם ערשטען אובער און אפּ טראגען פון אונזער שמחה בייצייטענס.
לגבי בענטשען, זאל ער טרעפען עפּעס אַ היתר אין נטעי גבריא-ל, ווי אזוי צו בענטשען אינמיטן די סעודה.

די מעסעדש ווייסן אלע פעטערס אין ווי אויך די זיידעס.

און מהאי טעמה מאכן מיר נישט חתונה אין די זאלען וואס מען טרייבט דיך אויף יעדען טריט און שריט.
לאָז אונז קריכן רואיג אויף די בלויע לבנה.

אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

בדידי הוה עובדא

תגובהדורך אלעס באשערט » פרייטאג פאברואר 08, 2019 9:54 am

פונקט די וואך האמיר געהאט א חתונה אין אן אנדערע שטאט פון ווי איך וואוין. מיין ב"ב א שוועסטער האט חתונה געמאכט למזל טוב.
האב איך געזאגט פאר מיין ב"ב אז לדעתי דארף מען נישט פארבלייבן ביז מען פארלעשט די לעקטער, בנוסף וואס איך דארף זיין ביי די ארבעט צומארגענס 9 אזייגער, במילא וויל איך אויף 1 אזייגער אהיימפארן.
זאגט זי מיר: א פעטער דארף גראדע יא בלייבן ביי די גאנצע חתונה, אבער (זעענדיג אז זי וועט מיר נישט טוישן עניוועי..) ווייסטו וואס? איך וועל שוין אהיימפארן מיט איינעם אנדערש, דו קענסט פארן ווען דו ווילסט..
וכך הוה אום 1 אזייגער האב איך זיך אויפגעשטעלט און פארלאזט דעם זאל שפאנענדיג צו מיין קאר, ווען מיטאמאל צוקלינגט זיך מיין טעלעפאון.. מיין ב"ב זאגט מיר איך זאל ווארטן אויף איר, ווייל זי וויל אויך יעצט אהיימגיין. . .
די אנדערן טאג האט זי מיר נישט אויפגעהערט צו דאנקן פאר דעם שריט וואס האמיר געטאן. און נאך מער פאר ארויסהאקן פון קאפ דעם איינרעדעניש אז א פעטער "מוז" בלייבן ביז צום סוף..
נ.ב. די חתונה האט זיך געענדיגט אום 2:40 פארטאגס
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג פאברואר 08, 2019 10:23 am

אזוי ווי אלעס אין לעבען, איז נישט דא קיין קלארע שיטה. והכל לפי הזמן, לפי המשפחה. וכו'. אבער לעניית דעתי, מען מוז מאכן א סוף צו די ענדיגען חתונות 3 פארטאגס. אמאהל האט מען געהאט א גאר נאנטע חתונה 2 מאהל א יאהר. היינט, ב"ה, ברוב חסדו יתברך האט זיך אונזער דור צירוק אויפגעבויעט, און מען האט לכה"פ א גאר נאנטע חתונה 6 מאהל א יאר.

בנוסף...
מיין שווער איז זיין גאנץ לעבען געוועהן self employed. מיין חשובע שוואגערס זענען אדער ביזנעס לייט, אדער כולל אינגעלייט אדער ליידיגייערס. איך אבער דארף זיין ביי די ארבייט 8 אינדערפרי. און איך ארבייט נישט 10 מינוט פון מיין הויז. און די חברה קענען נישט פארשטיין, "וואס איז, קענסט נישט בלייבן ביי א שמחה?".

איך האב א נייע מנהג! איעדער וואס מאכט מיהר פיהלן גילטי ווען איך הייב זיך אויף 1:30 פארטאגס אהיימצופארן (געווענדליך א שעה דרייוו), ריף איך די קומענדיגע צופרי "9 אזייגער". נישט זיבן. נישט אכט. ניין אזייגער. איך בעט עפעס א טובה, איך וויל רעדן וועגען די שוויגערס שבע ברכות, וכו'. פארשטייט זיך אז רוב מאהל אין קול ואין עונה. לאז איך א מעסעדשז: "וואס איז? קענסט נישט אויפהייבען א פאון 9 אזייגער???".
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג פאברואר 08, 2019 10:45 am

Kosher Travel האט געשריבן:
און מען האט לכה"פ א גאר נאנטע חתונה 6 מאהל א יאר.
יא אמת. ביי מיר אויך

בנוסף...
מיין שווער איז זיין גאנץ לעבען געוועהן self employed. מיין חשובע שוואגערס זענען אדער ביזנעס לייט, אדער כולל אינגעלייט אדער ליידיגייערס. איך אבער דארף זיין ביי די ארבייט 8 אינדערפרי. און איך ארבייט נישט 10 מינוט פון מיין הויז. און די חברה קענען נישט פארשטיין, "וואס איז, קענסט נישט בלייבן ביי א שמחה?".
יא איך אויך. איך מיין אז די ביזט מיין שוואגער

איך האב א נייע מנהג! איעדער וואס מאכט מיהר פיהלן גילטי ווען איך הייב זיך אויף 1:30 פארטאגס

יא גיט ארויסגעברענגט. פינקליך אזוי . שטייטציך נאר די וואס האבן אין זייער לעבן נישט געפאנטש א פאנטש קארט

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 8:09 pm

בבל האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
און מען האט לכה"פ א גאר נאנטע חתונה 6 מאהל א יאר.
יא אמת. ביי מיר אויך

בנוסף...
מיין שווער איז זיין גאנץ לעבען געוועהן self employed. מיין חשובע שוואגערס זענען אדער ביזנעס לייט, אדער כולל אינגעלייט אדער ליידיגייערס. איך אבער דארף זיין ביי די ארבייט 8 אינדערפרי. און איך ארבייט נישט 10 מינוט פון מיין הויז. און די חברה קענען נישט פארשטיין, "וואס איז, קענסט נישט בלייבן ביי א שמחה?".

יא איך אויך. איך מיין אז די ביזט מיין שוואגער

ביטע קום אריין קלארער. איך האב דאך געשריבן אז איך האב שוואגערס "ביזנעס אינגעלייט", "כולל אינגעלייט", אדער "סתם ליידיגייערס".
וועלכע ביסטו?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 8:17 pm

פעיק נוז האט געשריבן:ווענד זיך אין די משפחה, אויב איז עס א משפחה וואס מען פרייעט זיך 'עכט' מיט א געשוויסטער'ס שמחה און ווען עס איז דא א שמחה ביי איינעם איז עס א שמחה פאר יעדן, דאן זענען די פעטער'ס געווענליך גרייט און ווילן בלייבן ביי מצוה טאנץ, אויב איז עס א משפחה וואס די גאנצע שמחה איז זיי א גאנצע מהיכי תיתי, דאן וואלט איך געראטן פאר די מחותנים מוחל צו זיין פאר די אלע פעטער'ס און זיי לאזן אהיים גיין.

טרו
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 8:25 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
און מען האט לכה"פ א גאר נאנטע חתונה 6 מאהל א יאר.
יא אמת. ביי מיר אויך

בנוסף...
מיין שווער איז זיין גאנץ לעבען געוועהן self employed. מיין חשובע שוואגערס זענען אדער ביזנעס לייט, אדער כולל אינגעלייט אדער ליידיגייערס. איך אבער דארף זיין ביי די ארבייט 8 אינדערפרי. און איך ארבייט נישט 10 מינוט פון מיין הויז. און די חברה קענען נישט פארשטיין, "וואס איז, קענסט נישט בלייבן ביי א שמחה?".

יא איך אויך. איך מיין אז די ביזט מיין שוואגער

ביטע קום אריין קלארער. איך האב דאך געשריבן אז איך האב שוואגערס "ביזנעס אינגעלייט", "כולל אינגעלייט", אדער "סתם ליידיגייערס".
וועלכע ביסטו?

קיין איינץ פין דעיס. געמיינט צי זאגן אז אינץ זעמער אחים ל' זעלבע סטואציע.

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 8:27 pm

כתמר יפרח האט געשריבן:
אויבער-חכם האט געשריבן:אמאל געשריבן דערוועגן...

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=35819

א געוואלדיגע מאמר דאס.
;l;p-

גא"מ
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 8:35 pm

איינער האט מיך געשריבן אין אישי איך זאל עס ארויפלייגן
איך פלעג אויך אנקוקן נישט שיין די אלע קרובים וואס רעגן זיך ביי די מצוה טאנץ ביז איך בין געווארן א שיבער אין א מצה בעקעריי ווי איך האב געמוזט זיין צייטליך, פארשטייט זיך אז מיין ברידער האט אויסגערעכנט חתונה צי מאכן פינקט אין די צייט וואס די בעקעריי איז אויפן, שווער צי באשרייבן מיינע געפילן ביי די מצוה טאנץ, ניטעמאל געקענט האבן טענות צי קיינעם ווייל איך פלעג געבן עדיטוט פאר די וואס דארפן אויפשטיין פרי. סהאט מיר באנימען א חרטה געפיל וויאזוי איך האב געקענט וויי טיען מיינע נאנטע וואס ציפליקן זיך בנפשם יביא לחמם.

ניק הרוצה בעולם שמו

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 10:05 pm

אמאל פלעגט בדחנות זיין אינטערעסאנט ווען דער בדחן פלעגט מאכן גוטע ווערטלעך און שיינע בדחנות. היינט איז די גאנצע זאך געווארן גאר ערענסט, אלעס דארף זיין שיין אויסגעארבעט מיט די נייסטע ניגונים וואס איך קען נישט און גראמען וואס זענען העכער מיינע השגות. גאנצעטע לויות מאכט מען דארט פאר לעבעדיגע מענטשן. די איינציגסטע זאך וואס איך ענדזשוי איז אז מ'קען שמועסן מיט א רואיגקייט אין די נאכט אריין ווען איך ווייס אז איך גיי עניוועיס אריינקומען שפעטער אין ארבעט מארגן צופרי.

ס'שמעקט מיר גראדע גאנץ גוט ווען מ'רומט מיר אויס אז איך לערן יומם ולילה... אבער דעי פעניאכץ צווישן יעדע מצוה טאנץ קריכט מיר אויף די נערוון
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2486
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג פאברואר 10, 2019 1:34 am

Kosher Travel האט געשריבן:איך האב א נייע מנהג! איעדער וואס מאכט מיהר פיהלן גילטי ווען איך הייב זיך אויף 1:30 פארטאגס אהיימצופארן (געווענדליך א שעה דרייוו), ריף איך די קומענדיגע צופרי "9 אזייגער". נישט זיבן. נישט אכט. ניין אזייגער. איך בעט עפעס א טובה, איך וויל רעדן וועגען די שוויגערס שבע ברכות, וכו'. פארשטייט זיך אז רוב מאהל אין קול ואין עונה. לאז איך א מעסעדשז: "וואס איז? קענסט נישט אויפהייבען א פאון 9 אזייגער???".

דאס הייסט געניצט דעם של ראש ;l;p-
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » זונטאג פאברואר 10, 2019 6:12 am

א פשוטע סיבה אז זיי מוזן פארבלייבן

דער בדחן זאל קענען נאכאמאל ארויסנעמען זיין פעטער ווערטערבוך:
מזל טוב פעטער, א חן פאר די משפחה געט׳ער

יעצט וועט מען אויסרופן דעם פעטער ר׳ דממה דקה, א מצוה טענצל קומט זיך איהם טאקע
אין אויך דער פעטער כתמר יפרח, פארשטייט אלעמאל צו דער זאך
מען קען נישט פארגעסן פון קאנסילמאן, אלעמאל מיט א קלוגע פלאן
יעמוד יעמוד רב שטיגליץ, אלעמאל מיט א גוטס
אין דער חשובער כשרע טעלעפאן, א זכי׳ אים צו אויסרופן
דער פעטער דער אויבער-חכם, כשמו כן הוא, א דבר נכון
וגם לרבות רבי חמרא, ער האלט פארקערט לגמרא
אין אז מען רופט אויס דער פעטער געשיקטער, די גאנצע מצוה טאנץ אויפן זייגער קוקט ער
דער שטאלץ פון די משפחה בבל, ער ווייסט חוץ תורה איז הכל הבל
די נעקסטע אין די רייע, שטאלצער יוד, וועט נישט מודה זיין ער איז שוין זייער מיד
אין א מזל טוב פאר מיין ניקס ידיד פעיק נוז, שטענדיגע נייעס ווי א זייפן בלאז
דער חשובער פעטער, דעפרעסט, היט אויף כשרות וואס ער עסט
קע״ה אזא שיין משפחה באשיינט מיט דריידל, אן ערליכער כולל אינגערמאן ערליך, איידל
בשעת די משפחה איך רוף דא אויס, ווי קען מען פארגעסן פון אליעזר קרויס
א פעטער א ענגלישער, מעיבי נאט, פון דעם טאנצן אזוי הנאה געהאט
אויך האמיר דא יידישע קהלות, עס זאלן שטענדיג נתקבל ווערן דיינע תפולות, זאלטס קענען אויף טוען מיט דיינע פעולות
אין צום נעקסטע פעטער חזק חזק, מיינט מען טאקע דו: בענאק
און א געווענליכע פארטאגס איז ער שוין אין אזא צייט און שוהל, מיין איך טאקע פעטער שמואל

איך וויל דא וואונטשן אלע פאר יעדן ניק
האבן שטענדיג נחת מיט גליק
לעכטיגע תגובות שרי מאות ואלפים
איך ווייס עטץ וואלטס שוין פון לאנג געוואלט שלאפן
אבער היינט צאלט מען מיר שיין געלט
צו קענען אויף האלטן די פעטערס פון משפחת איי-וועלט
פון יעצט: שבת געלט, א טענצל
דערנאך גלייך המפיל
שמחות מיט פרייד
משפחת איי-וועלט
מען גייט, מען גייט

גוט שבת

אוי, הנה מה טוב.....


.....אין יעצט די זאל איז שוין האלב טונקל
גיי מיר אויסרופן משפחת אידיש ווינקל......

מזל טוב
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג פאברואר 10, 2019 7:47 am

משפחות זענען גרויסע משפחות היינטיגע צייטן..
מדארף נישט קיין בדחן.

מצוה טאנץ דארף נעמען 10 מינוט,
אזויווי אדמו״ר מרחמסטריווקא ארה״ק שליט״א האט געמאכט.

Waste of Time
Waste of Money

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » זונטאג פאברואר 10, 2019 7:58 am

פרעזידענט האט געשריבן:א פשוטע סיבה אז זיי מוזן פארבלייבן

דער בדחן זאל קענען נאכאמאל ארויסנעמען זיין פעטער ווערטערבוך:
מזל טוב פעטער, א חן פאר די משפחה געט׳ער

יעצט וועט מען אויסרופן דעם פעטער ר׳ דממה דקה, א מצוה טענצל קומט זיך איהם טאקע
אין אויך דער פעטער כתמר יפרח, פארשטייט אלעמאל צו דער זאך
מען קען נישט פארגעסן פון קאנסילמאן, אלעמאל מיט א קלוגע פלאן
יעמוד יעמוד רב שטיגליץ, אלעמאל מיט א גוטס
אין דער חשובער כשרע טעלעפאן, א זכי׳ אים צו אויסרופן
דער פעטער דער אויבער-חכם, כשמו כן הוא, א דבר נכון
וגם לרבות רבי חמרא, ער האלט פארקערט לגמרא
אין אז מען רופט אויס דער פעטער געשיקטער, די גאנצע מצוה טאנץ אויפן זייגער קוקט ער
דער שטאלץ פון די משפחה בבל, ער ווייסט חוץ תורה איז הכל הבל
די נעקסטע אין די רייע, שטאלצער יוד, וועט נישט מודה זיין ער איז שוין זייער מיד
אין א מזל טוב פאר מיין ניקס ידיד פעיק נוז, שטענדיגע נייעס ווי א זייפן בלאז
דער חשובער פעטער, דעפרעסט, היט אויף כשרות וואס ער עסט
קע״ה אזא שיין משפחה באשיינט מיט דריידל, אן ערליכער כולל אינגערמאן ערליך, איידל
בשעת די משפחה איך רוף דא אויס, ווי קען מען פארגעסן פון אליעזר קרויס
א פעטער א ענגלישער, מעיבי נאט, פון דעם טאנצן אזוי הנאה געהאט
אויך האמיר דא יידישע קהלות, עס זאלן שטענדיג נתקבל ווערן דיינע תפולות, זאלטס קענען אויף טוען מיט דיינע פעולות
אין צום נעקסטע פעטער חזק חזק, מיינט מען טאקע דו: בענאק
און א געווענליכע פארטאגס איז ער שוין אין אזא צייט און שוהל, מיין איך טאקע פעטער שמואל

איך וויל דא וואונטשן אלע פאר יעדן ניק
האבן שטענדיג נחת מיט גליק
לעכטיגע תגובות שרי מאות ואלפים
איך ווייס עטץ וואלטס שוין פון לאנג געוואלט שלאפן
אבער היינט צאלט מען מיר שיין געלט
צו קענען אויף האלטן די פעטערס פון משפחת איי-וועלט
פון יעצט: שבת געלט, א טענצל
דערנאך גלייך המפיל
שמחות מיט פרייד
משפחת איי-וועלט
מען גייט, מען גייט

גוט שבת

אוי, הנה מה טוב.....


.....אין יעצט די זאל איז שוין האלב טונקל
גיי מיר אויסרופן משפחת אידיש ווינקל......

מזל טוב

יישר כח אונזער פרעזידענט! האסט מיר געמאכט מיין טאג! טראמפ מעג זיך לערנען פון אים וויאזוי צו אונטערהאלטן די בירגער אין לאנד....
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » זונטאג פאברואר 10, 2019 8:57 am

חתן דומה למלך!! אין מלך בלא עם!!
ווענט זיך ווי א משפחה, (אין ווי א פעטער) (אין וויפיל א זייגער) ביי די ערשטערע קינדער וואס די פעטערס זענען נאך יונגער אין מען פרייד זיך מער זאל מען ענדערש בלייבן,
ביי די יונגערע קינדער וואס די פעטערס קענען שוין צו מאל זיין עלטער זייד'ס איז ווייניגער וויכטיג,
(מאידך גיסא ביי די ערשטערע קינדער איז נאך געווענליך דא זיידיס מיט עלטער זיידיס קע"ה אין די מחותן יאגט זיך ווייניגער,)

נ.ב. יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג פאברואר 10, 2019 10:07 am

פרעזידענט האט געשריבן:...................אין אז מען רופט אויס דער פעטער געשיקטער, די גאנצע מצוה טאנץ אויפן זייגער קוקט ער
..................


דער עלטער פעטער געשיקטער איז ביי די מצוה טאנץ שוין לאנג אינדערהיים

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » זונטאג פאברואר 10, 2019 10:24 am

איך האב געוויסט אז דער מחותן וועט גלייך קומען צו לויפן אז מען האט פארגעסן עטליכע חשובע פעטערס...

מוזיקאנט, נאר איין רגע, איך וויל נישט זיין קיין פגע
אבער אויף זייער שבת געלט בינעך נישט מוותר, העמער שנעל אויסרופען די איבריגע פעטער

יישר כח, שטענדיג קאפ אין מח
משה זעקס אין פיפציג, מיט עסקנות אין היכל הנגינה טיכטיג
דער חשוב'ער לוי ר' אהרן, אויסרופן פעטערס טוט איהם נישט אַרען
אויך אויסרופן כשר טרעוול, פארענטפערט א קשיא פון בבל
דער פעטער אלעס באשערט, דעם בדחן'ס פרנסה נישט ער שטערט
צוגיין צום מצוה טענצל מען קען נישט אן, דער פעטער בלוי מאָאָן
מה טוב ומה נעים הנה, דער חשובע פעטער עם ען איי

גוט שבת, גוט שבת!

---

די תגובה שפילט זיך אפ נאכט נאך נאכט; ליינט, ליינט - לאכט, לאכט!
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 10, 2019 10:49 am

נו, מ'האמיר שוין די רעזאלטס פון די סייענטיפישע אנקעטע. הכלל, ווי גייט מען ווייטער?

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מאנטאג פאברואר 11, 2019 12:08 pm

האב איך נעכטן געהאט א חתונה למז"ט
דאס טאנצן האט זיך געענדיגט 11:31 שארף! און די מצוה טאנץ האט זיך געענדיגט .. 2:43! מער ווי דריי שעה שפעטער

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

עצה טובה

תגובהדורך לדעתי » מאנטאג פאברואר 18, 2019 1:02 pm

די בעסטע עצה פאר איינער וואס האלט אז מען דארף אפשטעלן, זאל דאס זיין סיי וואס, צו שפעטע חתונה, תנאים, בדחנים, וכו' וכו'.

עס איז פארהאן א ווערטל אז צוויי ברידער'ס האבן זיך געקריגט אויף זייער טאטע'נס ירושה, די טאטע האט איבערגאלאזט א גרויסע חסידות, און יעדער טענה'ט אז ס'געהער צו אים. איז מען אריבער צום דיין זאל מפשר זיין.
רופט זיך אן די דיין, "ס'ווענד זיך, אויב זאגט מען אז חסידים זענען בהמות, דארף מען געבן פאר די בכור פי שניים, אויב אבער זענען זיי מענטשן, דארף מען זיי פרעגן ווי זיי ווילן געהערן.


לעניננו! אויב וויל מען סטאפן תנאים'ס למשל, אנטשטאט זאגן פארן מחותן נישט צו מאכן קיין תנאים, און אפילו איינער איז מסכים דארף די צווייטע מחותן מסכים זיין, און די כלה דארף אויך מסכים זיין.
לאמיר מאכן פארקערט: מ'גייט נישט צו קיין תנאים'ס. מ'בלייבט נישט ביי קיין מצוה טאנץ. די מחותנים קענען זיך אויפן קאפ שטעלן.
פארשטייט זיך די זוהנען פון די מחותנים דארפן קומען, און אויך די זיידעס. נישט קיין פעטער'ס, נישט קיין חברים, ושכנים, וכדו'.

ס'וועט נישט נעמען צו לאנג און ס'וועט נישט זיין די אלע זאכן.
געדענקט, מיר זענען נישט קיין בהמות, מיר זענען מענטשן. מ'דארף נישט בלייבן ביי קיין מצוה טאנץ ווייל די מחותן איז א מאנקי (בלשון אליעזר קרויס).

----------
אויב למשל כ'הענג אויף אין ביהמ"ד אזא צעטל.

אודה ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו
ברוב שבח והדי' להשי"ת שהחיינו והגענו לזמן הזה לעת דודים
שמחת בת מצוה
לרגל הכנסת בתי שתחי' לגיל שתים עשרה
והנני בזה להזמין כל קרובי ידידי ומכירי לבא ולקחת חבל בשמחתי
באולם שגעון
בשעה 8:00 בדיוק.

ואי"ה ביום שמחתכם אשיב כגמילכם הטוב.

לדעתי
בן מו"ה דעתו הי"ו
חתן חסר דעה הי"ו

און כ'ליידן איין אלע מיינע געשוויסטער, אירע געשוויסטער, פעטער'ס פון ביידע זייטן, זיידעס, שכנים וידידים.
איינער וואלט געקומען? וועגן דעם גיי איך עס נישט טוהן!

די זעלבע איז מיט אלע נאנסענס, מ'דארף סטאפן צו גיין.
איי מארגן וועט ער מיר טרעפן מלא טענות היתכן כ'בין נישט געקומען ווען ער האט געמאכט א נאנסענס.
'אנטשולדיגט ר' מחותן! אונז פיר מיר זיך נישט אזוי. דער עיקר דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זעהן אסאך נחת ביי דיינע קינדער געזונטערהייט.

-------------
האלטן אינאיין רעדן וואס יענער זאל טוהן ווייל איך האב נישט קיין נערווען איז אויך נאנסענס.
האסט נישט קיין נערווען, גיי נישט, ביזט נישט קיין אייזל.

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » מאנטאג פאברואר 18, 2019 1:09 pm

לדעתי האט געשריבן:.............עס איז פארהאן א ווערטל אז צוויי ברידער'ס האבן זיך געקריגט אויף זייער טאטע'נס ירושה, די טאטע האט איבערגאלאזט א גרויסע חסידות, און יעדער טענה'ט אז ס'געהער צו אים. איז מען אריבער צום דיין זאל מפשר זיין.
רופט זיך אן די דיין, "ס'ווענד זיך, אויב זאגט מען אז חסידים זענען בהמות, דארף מען געבן פאר די בכור פי שניים, אויב אבער זענען זיי מענטשן, דארף מען זיי פרעגן ווי זיי ווילן געהערן..............
.


;l;p- ;l;p-

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מאנטאג פאברואר 18, 2019 1:21 pm

לדעתי האט געשריבן:אויב למשל כ'הענג אויף אין ביהמ"ד אזא צעטל.

אודה ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו
ברוב שבח והדי' להשי"ת שהחיינו והגענו לזמן הזה לעת דודים
שמחת בת מצוה
לרגל הכנסת בתי שתחי' לגיל שתים עשרה
והנני בזה להזמין כל קרובי ידידי ומכירי לבא ולקחת חבל בשמחתי
באולם שגעון
בשעה 8:00 בדיוק.

ואי"ה ביום שמחתכם אשיב כגמילכם הטוב.

לדעתי
בן מו"ה דעתו הי"ו
חתן חסר דעה הי"ו

און כ'ליידן איין אלע מיינע געשוויסטער, אירע געשוויסטער, פעטער'ס פון ביידע זייטן, זיידעס, שכנים וידידים.
איינער וואלט געקומען? וועגן דעם גיי איך עס נישט טוהן!


;l;p-

א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » מאנטאג פאברואר 18, 2019 1:39 pm

[quote="לדעתי"]די בעסטע עצה פאר איינער וואס האלט אז מען דארף אפשטעלן, זאל דאס זיין סיי וואס, צו שפעטע חתונה, תנאים, בדחנים, וכו' וכו'.

עס איז פארהאן א ווערטל אז צוויי ברידער'ס האבן זיך געקריגט אויף זייער טאטע'נס ירושה, די טאטע האט איבערגאלאזט א גרויסע חסידות, און יעדער טענה'ט אז ס'געהער צו אים. איז מען אריבער צום דיין זאל מפשר זיין.
רופט זיך אן די דיין, "ס'ווענד זיך, אויב זאגט מען אז חסידים זענען בהמות, דארף מען געבן פאר די בכור פי שניים, אויב אבער זענען זיי מענטשן, דארף מען זיי פרעגן ווי זיי ווילן געהערן.


לעניננו! אויב וויל מען סטאפן תנאים'ס למשל, אנטשטאט זאגן פארן מחותן נישט צו מאכן קיין תנאים, און אפילו איינער איז מסכים דארף די צווייטע מחותן מסכים זיין, און די כלה דארף אויך מסכים זיין.
לאמיר מאכן פארקערט: מ'גייט נישט צו קיין תנאים'ס. מ'בלייבט נישט ביי קיין מצוה טאנץ. די מחותנים קענען זיך אויפן קאפ שטעלן.
פארשטייט זיך די זוהנען פון די מחותנים דארפן קומען, און אויך די זיידעס. נישט קיין פעטער'ס, נישט קיין חברים, ושכנים, וכדו'.

ס'וועט נישט נעמען צו לאנג און ס'וועט נישט זיין די אלע זאכן.
געדענקט, מיר זענען נישט קיין בהמות, מיר זענען מענטשן. מ'דארף נישט בלייבן ביי קיין מצוה טאנץ ווייל די מחותן איז א מאנקי (בלשון אליעזר קרויס).

----------


U don't talk like this on a yid even u wanna bring out a good and valid true point

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מאנטאג פאברואר 18, 2019 2:07 pm

א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:U don't talk like this on a yid even u wanna bring out a good and valid true point


Sorry; in the English language you use the word Monkey to express some animal, but in Yiddish it means when some Yid just do the same like another without thinking if it’s the right thing

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מאנטאג פאברואר 18, 2019 2:09 pm

לדעתי האט געשריבן:
א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:U don't talk like this on a yid even u wanna bring out a good and valid true point


Sorry; in the English language you use the word Monkey to express some animal, but in Yiddish it means when some Yid just do the same like another without thinking if it’s the right thing



ווי עס שטייט "מעשה קוף בעלמא"


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איש האשכולות, אלופי אדום און 20 געסט