אנקעטע. איז אויסגעהאלטן די סיסטעם אז פעטער'ס דארפן בלייבן ביי די מצוה טאנץ

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז אויסגעהאלטן די סיסטעם אז פעטער'ס דארפן אויפבלייבן ביי די מצוה טאנץ

יא .אזוי דארף זיין
29
12%
ניין. סטם עגמ'' נ פאר רוב פעטער'ס
37
15%
יא אויב די מחותנים פעניען נישט די צייט אין ענדיגן פרי
118
48%
ווענדט זיך ווי א שמחה און ביי וועלכע משפחה
60
25%
 
סך הכול שטימען: 244

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

אנקעטע. איז אויסגעהאלטן די סיסטעם אז פעטער'ס דארפן בלייבן ביי די מצוה טאנץ

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 12:55 pm

איז אויסגעהאלטן די סיסטעם אז פעטער'ס דארפן בלייבן ביי די מצוה טאנץ
יא.. עס פאסט צי בלייבן ביי די טאטע' ס שווער'ס מצווה טאנץ. ווילסט ביי דיר זאל מען אהיימגיין? . ווי יאג'סטיך מען דארף אינדשויען א שמחה. ציברעך נישט די משפחה

ניין.. סטם עגמ'' נ פאר רוב פעטער'ס מען דארף אויפשטיין פרי נעקסטע טאג.
לעצט פאראכטן דורך בבל אום דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 1:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2486
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 1:15 pm

איך וואלט ציגעלייגט א אפשאן אז סווענד זיך אין די זייגער א מחותן וואס ציט אויס די חתונה אין מהייבט אן מצווה טאנץ 1:00 אזייגער גיי איך אהיים אינמיטן
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 1:24 pm

maybeeynot האט געשריבן:איך וואלט ציגעלייגט א אפשאן אז סווענד זיך אין די זייגער א מחותן וואס ציט אויס די חתונה אין מהייבט אן מצווה טאנץ 1:00 אזייגער גיי איך אהיים אינמיטן

גענוי.

מען זאל ענדערש מאכן א נארמאלע סקעדזשול מיט א טיים פרעים ווילאנג עס מעג נעמען די סעודה, טאנצן, אא"וו און די פעטערס וועלן זיך מער נישט אפרעדן.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 1:25 pm

עס איז הערליך צו זען משפחות זיצן אינאיינעם און שמועסן בשעת די מצוה טאנץ
וויפיל חתונות האט מען דען א יאר? מען דארף זיך צוגרייטן צו די שמחה און מיטהאלטן ביזן סוף. דיין ברודער שוואגער וועט דיר מכיר טובה זיין און אי"ה צוריקגעבן ביי דיין שמחה

גלייכצייטיג דארף דער מחותן זיין אויפריכטיג און צואיילן דאס מערסטע וואס מעגליך אז מען זאל קענען ענדיגן פרי
איך זע אסאך מאל ביי שמחות ווי צווישן איין מצוה טאנץ און די צווייטע פעניעט מען ארום אין די וועלט אריין, דאס דארף מען פארמיידן, און דעמאלטס קען מען ענדיגן פרי, מען וועט אפילו האבן גענוג צייט אויסצוריפן אלע משפחות עקסטערע

----
maybeeynot האקט

(
maybeeynot האט געשריבן:איך וואלט ציגעלייגט א אפשאן אז סווענד זיך אין די זייגער א מחותן וואס ציט אויס די חתונה אין מהייבט אן מצווה טאנץ 1:00 אזייגער גיי איך אהיים אינמיטן

אוודאי אזוי, איך רעד למשל ביי פרדס חתונות וואו מען קען רואיג זיין פערטיג אויף 1:30 נאך חתן כלה ווען מען זאל נישט פעניען

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 1:29 pm

ניין. די עלטערן פון חתן כלה דארפן אויך נישט זיין דארט. בלויז חתן כלה.
#נארישע שאלה.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 1:48 pm

בענאק האט געשריבן:עס איז הערליך צו זען משפחות זיצן אינאיינעם און שמועסן בשעת די מצוה טאנץ
וויפיל חתונות האט מען דען א יאר? מען דארף זיך צוגרייטן צו די שמחה און מיטהאלטן ביזן סוף. דיין ברודער שוואגער וועט דיר מכיר טובה זיין און אי"ה צוריקגעבן ביי דיין שמחה

גלייכצייטיג דארף דער מחותן זיין אויפריכטיג און צואיילן דאס מערסטע וואס מעגליך אז מען זאל קענען ענדיגן פרי
איך זע אסאך מאל ביי שמחות ווי צווישן איין מצוה טאנץ און די צווייטע פעניעט מען ארום אין די וועלט אריין, דאס דארף מען פארמיידן, און דעמאלטס קען מען ענדיגן פרי, מען וועט אפילו האבן גענוג צייט אויסצוריפן אלע משפחות עקסטערע

----
maybeeynot האקט

(
maybeeynot האט געשריבן:איך וואלט ציגעלייגט א אפשאן אז סווענד זיך אין די זייגער א מחותן וואס ציט אויס די חתונה אין מהייבט אן מצווה טאנץ 1:00 אזייגער גיי איך אהיים אינמיטן

אוודאי אזוי, איך רעד למשל ביי פרדס חתונות וואו מען קען רואיג זיין פערטיג אויף 1:30 נאך חתן כלה ווען מען זאל נישט פעניען

ווען די חתונה פירט זיך אויף א סקעזשדול אזוי אז ביי מצוה טאנץ קען מען נאך שמועסן, איז שיין צו בלייבן, אבער טאמער ציהט דער מחותן אין די וועלט אריין אז ביי מצוה טאנץ שלאפט שוין א האלבער עולם, גייט מען ענדערש אהיים שלאפן באקוועם
נישטא קיין שום תירוץ פארוואס א חתונה זאל זיך אנהייבן שפעט און ענדיגן שפעט, מחותנים און חתן כלה ארבעטן נישט ביום החופה, און רוב מאל די זיידעס אויך נישט, הייב אן פרי און ענדיג פרי, פעניען א שעה אנהייב חתונה איז אויפן חשבון פון א שעה סוף חתונה אז מ'בלייבט נישט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 1:51 pm

מען קען וועלן 2 פין 4 אפשענס.
אגב קודם איז נאר געווען די ערשטע 2 אפשענס שפעטער האב איך צי געלייגט די 3 אין 4. אויב איר האט געשטימט פאר עס איז געווען 4 אפשענס האט זיך אייער שטימע אויסגעמעקט
גיט אפ אייער שטימע

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 1:58 pm

גיטע איידיע איז אז בשעת די סעודה זאל די גראמער גראמען ס'וועט קיינעם נישט אויפהאלטן. אין נאך די 2 טאנץ וועט די כלה אריינקימען אין מען וועט טאנצן מיט די גארטל

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2486
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 2:01 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:ניין. די עלטערן פון חתן כלה דארפן אויך נישט זיין דארט. בלויז חתן כלה.
#נארישע שאלה.

אין די בדחן וועט זיין א DJ סיסטעם
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 2:19 pm

געשטימט: יא אויב די מחותנים פעניען נישט די צייט אין ענדיגן פרי

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 3:39 pm

ביי רוב משפחות פרייט מען זיך איינער מיטען צווייטען ביי א שמחה,
וועם עס איז א עול און נישט קיין שמחה איז זיכער אז ער זאל אהיים גיין ווי פריער, ער קען שוין אהיים גיין ווי נאר ענדיגט זיין פלייש טעלער.

מצווה טאנץ האט גרויסע ענינים, במקורו האט מען מכבד געווען נאר זיידעס, מחותנים און אנשים מכובדים, גראמען האט אויך מקורות, נאר עס מוז נישט נעמען אזוי לאנג ביי טייל מקומות האט מען נאר געזאגט יעמוד יעמוד יעמוד.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 3:58 pm

צום פותח האשכול, פארוואס פרעגסטי נישט אויב פעטערס דארפן בכלל קומען צום חתונה?
די תירוץ איז אז ביי א נאנטע משפחה שמחה קומט מ'זאל בלייבן עד הסוף ווייל חתן כלה און מחותנים קענען נישט ארויסגעבן זייער שמחה נאר וועןו ס'זענען דא אנדערע מענטשן, און ווער זאלן זיין די אנדערע מענטשן אויב נישט די נאנטע משפחה?
די שאלה איז צו ס'איז אויסגעהאלטן צו ענדיגן א שמחה אזוי שפעט? און לדעתי אעז עס זיכער נישט אויסגעהאלטן.

@בבל האט רעקאמענדירט די בדחן זאל משמח זיין ביים סעודה און נאכ'ן טאנצן זאל ג'י כלה אריינקומען און מ' וועט מכבד זיין די זיידעס, מחותנים און חתן צו טאנצן מיט די כלה. די בדחן זאל אויפריפען מיט די יעמוד - נוסח ברסלב.

הלוואי איך טרעף א מחותן וואס איז מסכים. @בבל, אפשר זעמיר זיך משדך?

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 4:02 pm

ווער דען זאל דארט זיין?

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 4:10 pm

ווענד זיך אין די משפחה, אויב איז עס א משפחה וואס מען פרייעט זיך 'עכט' מיט א געשוויסטער'ס שמחה און ווען עס איז דא א שמחה ביי איינעם איז עס א שמחה פאר יעדן, דאן זענען די פעטער'ס געווענליך גרייט און ווילן בלייבן ביי מצוה טאנץ, אויב איז עס א משפחה וואס די גאנצע שמחה איז זיי א גאנצע מהיכי תיתי, דאן וואלט איך געראטן פאר די מחותנים מוחל צו זיין פאר די אלע פעטער'ס און זיי לאזן אהיים גיין.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2386
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 4:17 pm

צ"ק
די "סיסטעם אז די פעטערס דארפן בלייבן" איז זיכער נישט אויסגעהאלטן.

דער וואס וויל אהיים גיין זאל מעגן אהיים גיין.

און אויב די מחותן זארגט אז די משפחה זאל וועלן בלייבן, וועט מען בלייבן.

(די מחותן קען טוהן צו דעם אסאך פעולות, למשל, זיך צו יאגן, אויסטיילן געשמאקע זאכן, באשטעלן א ספעישל בדחן מיט שירה, צאלן קאר סערוויס מיט בעיבי סיטער פאר ווער ס'בלייבט, שיקן פרישטיג דעם נעקסטן טאג אהיים, קומען אפנעמען די קינדער אין חדר און די שפעטער פארמיטאג שטונדן, וכו' וכו' ).

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 4:21 pm

איך האב גרויסע משפחות פין ביידע זייטן מיט קינדער געבענטשטע משפחות כסדר חתונות כע'' ה. צי דעים דארף איך זיין גענדיגט דאווענען יעדן טאג מאנטיג ביז פרייטיג 7:45. צימאל 8:30 נישט קיין חילוק צי איך האב א חתונה( נעכטן ראש חודש האב איך געדארפט אויפשטיין א האלבע שעה פריער ) סא ווען א שוואגער צי א ברידער פעניעט ווייל זיין מחותן האט אין זיין לעבן נישט געפאנטש א פאנטש קארט שפרינג איך פאר פרעשר ביי די מצוה טאנץ
אגב איין שוואגער וואס פארשטייט מיך האט מיך גערופן די טאג פין זיין חתונה מאכן אז איך קען /זאל אהיימגיין 11:00 איך האב אים געפאלגט מיין ווייב און קינדער זענען אהיים צום סוף

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 4:29 pm

בדחנות ביי די סעודה איז גאר נישט אזא באמבע חידוש

דאס אזי אמאל געווען דער נארמאלער סדר אז ר' חייםמ מענדיל ז"ל האט משמח געווען דעם עולם
ביים עסען

מיינס א קוזין האט אריינגעבערנגט חתן וכלה ציווישען די זופ אין פלייש מען האט געטאנצט אביסעל

ג'ענדיגט די סעודה ג'עבענטשט און נאכדעם ממשיך געוועו דאס טאנצען ביז מצוה טאנץ

פארוואס ביי חתונות נאך דעם האט ער עס נישט נאכאמאל געטון פארשטיי איך נישט

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 4:38 pm

געשיקטער האט געשריבן:בדחנות ביי די סעודה איז גאר נישט אזא באמבע חידוש

דאס אזי אמאל געווען דער נארמאלער סדר אז ר' חייםמ מענדיל ז"ל האט משמח געווען דעם עולם
ביים עסען

מיינס א קוזין האט אריינגעבערנגט חתן וכלה ציווישען די זופ אין פלייש מען האט געטאנצט אביסעל

ג'ענדיגט די סעודה ג'עבענטשט און נאכדעם ממשיך געוועו דאס טאנצען ביז מצוה טאנץ

פארוואס ביי חתונות נאך דעם האט ער עס נישט נאכאמאל געטון פארשטיי איך נישט


אריינברענגען חתן כלה בעפאר די פלייש, אדער ווי עס ווערט גערופן בעולם החתונות "ספליט מיעל" בלע"ר, מאכט געווענליך נישט אויס אויף די צייט, מען טוט די זעלבע זאכן, פארנעמט די זעלבע צייט, נאר אנדערש אויסגעשטעלט.

חמרא
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

תגובהדורך חמרא » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 5:03 pm

וואס עפעס נאר פעטערס?? איך האלט אז קאזינס און צוגעקומענע קאזינס וכו׳ דארפן אלע מיטהאלטן די גאנצע חתונה ביז נאכן לעצטן מצוה טאנץ... און אוודאי זאל מען נישט ענדיגן פאר 4:30... וואס הייסט? מ׳דארף זיך מיטפרייען מיטן בדחנ׳ס אווערטיים

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 5:13 pm

אמאל געשריבן דערוועגן...

viewtopic.php?f=3&t=35819
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 7:09 pm

דריידל האט געשריבן:צום פותח האשכול, פארוואס פרעגסטי נישט אויב פעטערס דארפן בכלל קומען צום חתונה?
די תירוץ איז אז ביי א נאנטע משפחה שמחה קומט מ'זאל בלייבן עד הסוף ווייל חתן כלה און מחותנים קענען נישט ארויסגעבן זייער שמחה נאר וועןו ס'זענען דא אנדערע מענטשן, און ווער זאלן זיין די אנדערע מענטשן אויב נישט די נאנטע משפחה?
די שאלה איז צו ס'איז אויסגעהאלטן צו ענדיגן א שמחה אזוי שפעט? און לדעתי אעז עס זיכער נישט אויסגעהאלטן.

@בבל האט רעקאמענדירט די בדחן זאל משמח זיין ביים סעודה און נאכ'ן טאנצן זאל ג'י כלה אריינקומען און מ' וועט מכבד זיין די זיידעס, מחותנים און חתן צו טאנצן מיט די כלה. די בדחן זאל אויפריפען מיט די יעמוד - נוסח ברסלב. קומט אריגינעל פון תולדות אהרן

הלוואי איך טרעף א מחותן וואס איז מסכים. @בבל, אפשר זעמיר זיך משדך?
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 8:08 pm

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:צום פותח האשכול, פארוואס פרעגסטי נישט אויב פעטערס דארפן בכלל קומען צום חתונה?
די תירוץ איז אז ביי א נאנטע משפחה שמחה קומט מ'זאל בלייבן עד הסוף ווייל חתן כלה און מחותנים קענען נישט ארויסגעבן זייער שמחה נאר וועןו ס'זענען דא אנדערע מענטשן, און ווער זאלן זיין די אנדערע מענטשן אויב נישט די נאנטע משפחה?
די שאלה איז צו ס'איז אויסגעהאלטן צו ענדיגן א שמחה אזוי שפעט? און לדעתי אעז עס זיכער נישט אויסגעהאלטן.

@בבל האט רעקאמענדירט די בדחן זאל משמח זיין ביים סעודה און נאכ'ן טאנצן זאל ג'י כלה אריינקומען און מ' וועט מכבד זיין די זיידעס, מחותנים און חתן צו טאנצן מיט די כלה. די בדחן זאל אויפריפען מיט די יעמוד - נוסח ברסלב. קומט אריגינעל פון תולדות אהרן

הלוואי איך טרעף א מחותן וואס איז מסכים. @בבל, אפשר זעמיר זיך משדך?


ביי חסידי קארלין סטאלין איז אויך אזוי די מנהג

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 8:45 pm

אמאל האט דער בדחן געזאגט דברי צחות ובדיחות צו משמח זיין די חתן כלה, היינט איז עס מקוננות, מען זאגט גאנצעטע הספדים אויף די זיידעס מיט די באבעס, און פון שמחת חתן וכלה האט מען אינגאנצן פארגעסן.

איך וואלט פארגעשלאגן אז ביי די פאזע אינמיטן טאנצן זאל א בדחן זיך אויפשטעלן זאגען דברי צחות, און נאכן בענטשן זאל די מחותנים אליינס מכבד זיין וועם זיי ווילן מיט א מצוה טאנץ.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 8:59 pm

גראמען און מצווה טאנץ איז א שיינע טייל פון די שמחה, דער גראמער זאגט וואס מען האט אים באשטעלט צו זאגען ביי איינעם שבחים און ביי א צווייטען דברי הודאה.

אבער וואס איז יא ווערט ארויס צוברענגן אין די אשכול איז די מנהג טוב פון געוויסע קהילות אז מען האט געמאכט א תקנה צו בענטשן עלף אזייגער און איינס דרייסיג דארף מען האלטען נאכען מצווה טאנץ, דאס מיינט אז איינסע - איינס פופצען קען מען אנהייבן צו גיין, דארף מען זעען אז מער מענטשן זאלן זיך אנשליסען אין די תקנות דאס מאכט גרינגער פאר יעדעם איינעם.

ביי מיינע משפחה שמחות בין איך געווענליך אינדרויסן פון זאל איינס פופצען נאך די מחותנים מצווה טאנץ, וכן יש לנהוג.

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 9:14 pm

אויבער-חכם האט געשריבן:אמאל געשריבן דערוועגן...

viewtopic.php?f=3&t=35819

א געוואלדיגע מאמר דאס.
;l;p-
2016 - מ'גייט בויען א מעכטיגע וואנט - ארום גאנץ מעקסיקא גרעניץ - מעקסיקא וועט באצאלן
2019- נישט ממש א וואנט - נישט ממש איבעראל - נישט ממש מעקסיקא


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, איש האשכולות און 26 געסט