תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 22, 2019 1:12 pm

ביי מקום פארשטייסטו וואס מיינט place און Space?
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דינסטאג ינואר 22, 2019 1:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג ינואר 22, 2019 1:28 pm

א וויסענשאפטליכע חילוק אדער א שפראך חילוק?

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 22, 2019 1:32 pm

ווען א מענטש זאגט ״איך שטיי אויף א פלאץ״
דאס ער שטייט אויף א פלאץ דאס איז אבסעלוט און די פלאץ איז אבסעלוט,
נאר ווען די פרעגסט איהם ווי גרויס איז די פלאץ וואס דו שטייסט?, און ער זאגט: ״1 פיס״, דאס איז שוין רעלעטיוו.

די זעלבע מיט זמן ווען ער זאגט ״איך שטיי יעצט אויף א פלאץ״
די יעצט איז אבסעלוט און די זמן איז אבסעלוט
נאר ווען איך פרעג איהם ווי לאנג שטייסטו אויף די פלאץ און ער זאגט מיר 1 סעקנד דאס איז שוין רעלעטיוו.

און די צוויי זאכן ארבעטן צוזאמען ווען די פלאץ ווערט גרעסער איז די צייט קלענער און ווען די צייט איז גרעסער איז די פלאץ קלענער

און צו מסכם זיין ווען א מענטש זאגט איך שטיי דא אויף א פלאץ וואס איז גרויס 1 פיס פאר 1 סעקנד.
די פלאץ און די צייט זענען אבסעלוט, אבער די ספעיס (ווי גרויס און ווי ליינג) פון די צייט און פלאץ דאס איז רעלעטיוו.

איף האף סאיז גענוג קלאר אויב נישט פרעג איבער
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דינסטאג ינואר 22, 2019 1:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 22, 2019 1:39 pm

ר גולם מדארף זיך נישט שעמען פארעכט מיר דא אין פאבליק מדארף נישט אין אישי

גולם פון פראג האט געשריבן:מ'שרייבט space און place מיט א C


יישר כח פארן מיר צוווייזן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג ינואר 22, 2019 2:15 pm

איינס האט געשריבן:ווען א מענטש זאגט ״איך שטיי אויף א פלאץ״
דאס ער שטייט אויף א פלאץ דאס איז אבסעלוט און די פלאץ איז אבסעלוט,
נאר ווען די פרעגסט איהם ווי גרויס איז די פלאץ וואס דו שטייסט?, און ער זאגט: ״1 פיס״, דאס איז שוין רעלעטיוו.

די זעלבע מיט זמן ווען ער זאגט ״איך שטיי יעצט אויף א פלאץ״
די יעצט איז אבסעלוט און די זמן איז אבסעלוט
נאר ווען איך פרעג איהם ווי לאנג שטייסטו אויף די פלאץ און ער זאגט מיר 1 סעקנד דאס איז שוין רעלעטיוו.

און די צוויי זאכן ארבעטן צוזאמען ווען די פלאץ ווערט גרעסער איז די צייט קלענער און ווען די צייט איז גרעסער איז די פלאץ קלענער

און צו מסכם זיין ווען א מענטש זאגט איך שטיי דא אויף א פלאץ וואס איז גרויס 1 פיס פאר 1 סעקנד.
די פלאץ און די צייט זענען אבסעלוט, אבער די ספעיס (ווי גרויס און ווי ליינג) פון די צייט און פלאץ דאס איז רעלעטיוו.

איף האף סאיז גענוג קלאר אויב נישט פרעג איבער

לאמיר זאגען איך שטיי יעצט אין קרית יואל, פאלם טרי יצ"ו, אויף איזשביצא דרייוו (נאכנישט דא אזא גאס? מ'מעג שוין מאכען...)
איך רוף אייך אן, רעב איינס! איך שטיי יעצט אויף 1 איזשביצא דרייו, ביי די לינקע זייט.
איינס: אה, דאס איז דאך אבסאלוט. זאג מיך פונקטליך וואו איז די אבסעלוטע פלאץ 1 איזשביצא דרייוו און איך קום דיך אויפפיקען.
גולם: אםםם... לאמיך אויסרעכענען... פונקטלעך צוויי טויזענט פיס פון גרויסען בעסמעדרעש.
איינס:אופס דאס איז שוין רעלעטיוו. איך ברויך א אבסאלוטע פלאץ.
גולם: אקעי, ס'איז צוואנציג מייל פון מאנסי.
איינס: דאס איז דאך ווייטער רעלעטיוו.
גולם: אקעי, איך געב אויף. איך בין אויף די אבסעלוטע פלאץ 1 איזשביצא דרייוו, קום מיך אויפפיקען.
איינס: אבער די געסט מיך נישט קיין דיירעקשענס!
גולם: כ'האב דיך געגעבען דיירעקשענס, אבער ס'איז רעלעטיוו.

(סארי ס'איז א פאני משל, אבער כ'מיין ארויסצוברענגען אז ס'איז בסך הכל א שפראך חילוק, באמת איז נישט דא אזא זאך ווי א "אבסעלוטע" פלאץ. ווייל יעדע פלאץ איז ביחס צו א צווייטע, ס'איז נאר אז אין פאקטישע לעבען קען מען נישט א גאנצע טאג רעדען סייענס שפראך, נוצט מען פשוט'ע ווערטער, כנלענ"ד)

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 22, 2019 2:20 pm

דו ביסט אבסעלוט אויף 1 איזשביצא דרייו
איי ווען דו געבסט מיר דירעקשן וויפל איז די ״ספעיס״ פון מאנסי צו דיין פלאץ איז דאס רעלעטיוו, דאס נעמט אבער נישט אוועק דו חלק אז די ביסט אבסעלוט אויף דיין פלאץ
און ניין נישט יעדע פלאץ איז ביחס צו א צווייטע נאר די ספעיס וואו די פלאץ איז דאס איז רעלעטיוו צו א צווייטע פלאץ

או די נפק״מ וועלן מיר אנקומען ווען מוועט דאס אויסשמועסן בהרחבה, אבער פאר יעצט אויב בין איך גערעכט דארף דאס אביסל געבן א שקאל די אלע וואס זאגן נאך ווארט ביי ווארט פון וואו זיי ליינען אז טיים איז רעלעטיוו און משטעלט דאס צוזאם מיט עבר הוה עתיד (און דערנאך מיט דברי הרמב״ן אז זמן איז א בריאה, ועוד, ווי געשמועס שוין אפאר מאל דא אויף איי וועלט)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 22, 2019 2:23 pm

זייטיגע נאטיץ
בד״ו דאס אז דו ביסט אויף 1 איזשביצא דרייו איז אויך רעלעטיוו וייל ווען דו רעדסט מיט איינעם פון ארץ ישראל ביסטו אין אמעריקע און ווען דו רעדסט מיט אייינעם וואס איז אויף די לבנה ביסטו אויף די וועלט, און ווען דו רעדסט מיט מיר ביסטו אויף איי- וועלט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג ינואר 22, 2019 2:27 pm

איך בין שוין אביסעלע צעמישט.
פון ווי נעמט איר די גאנצע ספעיס פלעיס פשעטל? כ'האב קיינמאל נישט געזען דאס זאל זיין עפעס א חלק פון רעלאטיוויטי.
די חידוש פון איינשטיין איז געווען סיי אז צייט איז א טייל פון ספעיס און סיי איז די צוויי זענען נישט אבסאלוט נאר רעלאטיוו.
די לומדותער וואס איר זאגט האב איך אין ערגעץ נישט געזעהן. אפשר צייכענט צו א מראה מקום.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג ינואר 22, 2019 2:27 pm

איינס האט געשריבן:
זייטיגע נאטיץ
בד״ו דאס אז דו ביסט אויף 1 איזשביצא דרייו איז אויך רעלעטיוו וייל ווען דו רעדסט מיט איינעם פון ארץ ישראל ביסטו אין אמעריקע און ווען דו רעדסט מיט אייינעם וואס איז אויף די לבנה ביסטו אויף די וועלט, און ווען דו רעדסט מיט מיר ביסטו אויף איי- וועלט

נו דאס זאג איך דאך.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 22, 2019 2:29 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:איך בין שוין אביסעלע צעמישט.
פון ווי נעמט איר די גאנצע ספעיס פלעיס פשעטל? כ'האב קיינמאל נישט געזען דאס זאל זיין עפעס א חלק פון רעלאטיוויטי.
די חידוש פון איינשטיין איז געווען סיי אז צייט איז א טייל פון ספעיס און סיי איז די צוויי זענען נישט אבסאלוט נאר רעלאטיוו.
די לומדותער וואס איר זאגט האב איך אין ערגעץ נישט געזעהן. אפשר צייכענט צו א מראה מקום.

די חלק פון טיים ספעיס איז ביי מיר אין מיין קליינע קעפעלע
די חלק פון פלעיס ספעיס דאס רעדן שוין די ראשונים

און איך שרייב דאס נישט פון אויבנאויף, די הסבר איז א לאנגע און מיטן אייבערשטנס הילף וועט מען אנקומען, אבער ווי זעהסטו יעצט אז איך מאך א טעות
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג ינואר 22, 2019 2:30 pm

איינס האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:איך בין שוין אביסעלע צעמישט.
פון ווי נעמט איר די גאנצע ספעיס פלעיס פשעטל? כ'האב קיינמאל נישט געזען דאס זאל זיין עפעס א חלק פון רעלאטיוויטי.
די חידוש פון איינשטיין איז געווען סיי אז צייט איז א טייל פון ספעיס און סיי איז די צוויי זענען נישט אבסאלוט נאר רעלאטיוו.
די לומדותער וואס איר זאגט האב איך אין ערגעץ נישט געזעהן. אפשר צייכענט צו א מראה מקום.

ביי מיר אין מיין קליינע קעפעלע
אדרבה קלער מיר אויף ווי איז מיין טעות

און איך שרייב דאס נישט פון אויבנאויף, די הסבר איז א לאנגע און מיטן אייבערשטנס הילף וועט מען אנקומען, אבער ווי זעהסטו יעצט אז איך מאך א טעות

איך זעה נישט ווי איר מאכט א טעות. איך פארשטיי בכלל נישט אייער ווערטער.
אויב ספעיס איז רעלאטיוו איז יעדע פלאץ רעלאטיוו.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 22, 2019 2:32 pm

איך האב דאך מסביר זיין געווען מיט א משל
איינס האט געשריבן:ווען א מענטש זאגט ״איך שטיי אויף א פלאץ״
דאס ער שטייט אויף א פלאץ דאס איז אבסעלוט און די פלאץ איז אבסעלוט,
נאר ווען די פרעגסט איהם ווי גרויס איז די פלאץ וואס דו שטייסט?, און ער זאגט: ״1 פיס״, דאס איז שוין רעלעטיוו.

די זעלבע מיט זמן ווען ער זאגט ״איך שטיי יעצט אויף א פלאץ״
די יעצט איז אבסעלוט און די זמן איז אבסעלוט
נאר ווען איך פרעג איהם ווי לאנג שטייסטו אויף די פלאץ און ער זאגט מיר 1 סעקנד דאס איז שוין רעלעטיוו.

און די צוויי זאכן ארבעטן צוזאמען ווען די פלאץ ווערט גרעסער איז די צייט קלענער און ווען די צייט איז גרעסער איז די פלאץ קלענער

און צו מסכם זיין ווען א מענטש זאגט איך שטיי דא אויף א פלאץ וואס איז גרויס 1 פיס פאר 1 סעקנד.
די פלאץ און די צייט זענען אבסעלוט, אבער די ספעיס (ווי גרויס און ווי ליינג) פון די צייט און פלאץ דאס איז רעלעטיוו.

איף האף סאיז גענוג קלאר אויב נישט פרעג איבער
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג ינואר 22, 2019 2:37 pm

נו איך האב צוריק מסביר געווען מיט א משל אז ס'איז באמת נישט דא קיין אבסאלוטע ספעיס, ס'איז סתם א figure of speech.
איך מיין איר אליין האט דאס געשריבן אין די נעקסטע תגובה אז אמת לאמיתו איז 1 איזשביצע דרייוו אויכעט נישט אבסאלוט.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 22, 2019 2:40 pm

שוין איינמאל ארויף געקומען די שאלה וועגן די חלק פון טיים
און שוין עטליכע מאל געשריבן אז איינשטיינס חידוש איז טאקע געווען אז צייט מעסט מען מיט א זייגער
טאקע וואס דו טענה׳סט אז ס'איז סתם א figure of speech.

און לויט ווי איך האב מסביר געווען איז דאס אזוי: ספעיס (פון טיים און פון פלעיס) מעסט מען מיט א מעסטער (זייגער אדער טעיפמעסטער)

___

דרך אגב איר זאגט מען אויף א פרוי, פאר א מאן זאגט מען דו! :wink:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג ינואר 22, 2019 5:31 pm

איינס קומט אריין זייער קלאר איבער צייט, דער חילוק פון 'אבסאלוט' און 'רעלאטיוו', אבער נאך די גאנצע דין ודברים האב איך נישט פארשטאנען וואס הייסט אז ווען א זאך גייט שנעלער און לכבוד דעם גייט זיין צייט שטייטער איז ביי איהם אויך זיין פלאץ גרעסער, און פארוואס איז דאס געבינדן אז אין די זעלבע צייט וואס זיין זייגער איז שטייטער איז זיין פלאץ אויך גרעסער.

יישר כח פאר די וויכוחים דא.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 22, 2019 5:35 pm

דאס איז ״די״ פרייוועט רעלעטיוו טעאריע,
מיטן אייבערשטנס הילף וועט מע אנקומען
אבער צו אנהייבן כאפן די קאנטסעפט גיי צוריק צו די ערשטע ארטיקל דא אין דעם אשכול
דארט וועסטו כאפן פארוואס איז איינס אנגעבינדן אין צווייטן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג ינואר 22, 2019 5:40 pm

די ״ספעשעל״ טעארי אוו רעלאטיוויטי (נישט ״פרייוועט״) לויטעט אז ווען א זאך לויפט שנעלער ווערט די ספעיס פארקלענערט, נישט פארגרעסערט
די ספעיס שרינקט! יא אזוי ווי איר הערט. נאר די ״חומר״ הייבט אן וועגן מער. הנקרא מעסס בלע״ז.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 22, 2019 5:44 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:די ״ספעשעל״ טעארי אוו רעלאטיוויטי (נישט ״פרייוועט״) לויטעט אז ווען א זאך לויפט שנעלער ווערט די ספעיס פארקלענערט, נישט פארגרעסערט
די ספעיס שרינקט! יא אזוי ווי איר הערט. נאר די ״חומר״ הייבט אן וועגן מער. הנקרא מעסס בלע״ז.

סאיז צווי עקסטערע זאכן
1) די צייט ווערט שטייטער
2) די מעסס גייט ארויף
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג ינואר 22, 2019 5:44 pm

איינס האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:די ״ספעשעל״ טעארי אוו רעלאטיוויטי (נישט ״פרייוועט״) לויטעט אז ווען א זאך לויפט שנעלער ווערט די ספעיס פארקלענערט, נישט פארגרעסערט
די ספעיס שרינקט! יא אזוי ווי איר הערט. נאר די ״חומר״ הייבט אן וועגן מער. הנקרא מעסס בלע״ז.

סאיז צווי עקסטערע זאכן
1) די צייט ווערט שטייטער
2) די מעסס גייט ארויף

יעצט לייג צו א דריטע זאך:
3) ספעיס שרינקט.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג ינואר 22, 2019 5:49 pm

און פארוואס טאקע? וועל מיר איצטערט נישט אריינגיין.
נאר אזויפיל צו פארענטפערען קניידעל׳ס קשיא, וואס האט א שייכות צייט מיט ספעיס, פארוואס אז די צייט ווערט קלענער ברויך די מעסס ארויפגיין און די ספעיס שרינקען.
איינשטיין האט אויפגעטוהן א געוואלטיגע חידוש, אז צייט איז א פערדע דיימענשאן פון ספעיס. סאו ס׳איז נישט שווער פארוואס די צוויי גייען צוזאמען. ס׳איז כשזה קם זה נופל. אויב די צייט איז שטייטער ווערט די חומר גרעסער. ווייל די גאנצע ״צייט״ ענערגיע גייט אריין אין די ״חומר״.
דאס איז אויכעט פשט פון די באקאנטע עקוועישען: E = mc^2
פשט איז אז יעדע חומר באשטייט פון ענערגיע. די ענערגיע איז די מעסס מולטיפלייד ביי די ספיד אוו לייט (וואס דאס איז c^2)
אויב ווערט די ספיד פארגרעסערט, ווערט די חומר פארקלענערט, וההיפך בהיפך.
און מיט צייט איז די זעלבע זאך, וואס מער די ספיד ווערט פארגרעסערט, אלץ שטייטער ווערט די צייט. אבער דאס נעמט שוין לענגער צו מסביר׳ן.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג ינואר 22, 2019 5:54 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:די ״ספעשעל״ טעארי אוו רעלאטיוויטי (נישט ״פרייוועט״) לויטעט אז ווען א זאך לויפט שנעלער ווערט די ספעיס פארקלענערט, נישט פארגרעסערט
די ספעיס שרינקט! יא אזוי ווי איר הערט. נאר די ״חומר״ הייבט אן וועגן מער. הנקרא מעסס בלע״ז.

סאיז צווי עקסטערע זאכן
1) די צייט ווערט שטייטער
2) די מעסס גייט ארויף

יעצט לייג צו א דריטע זאך:
3) ספעיס שרינקט.

בעסער געזאגט:
ס׳איז נישט קיין דריטע זאך, נאר ס׳איז א חלק פון נאמבער איינס.
1) די ספעיס-טיים ווערט שטייטער.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 22, 2019 5:55 pm

ווען די צייט ווערט שטטיטער שרינקט נישט די ספעיס נאר ווערט אויסגעצויגן

אבער דאס איז איין זאך מיט נומבער 1 סגייט צוזמען ווען די טיים איז גרעסער איז די ספעיס קלענער און ווען די סעפיס איז גרעסער איז די טייים קלענער.

און לויט ווי איך האב פריער געשריבן איז דאס אזוי: די ספעיס איז רעלעטיוו און ס׳איז דא צוויי וועגן ווי צו קוקן אויפן ספעיס ווען איינער ווערט קלענער איז דער צווייטער גרעסער
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 22, 2019 5:56 pm

זעה איך אז דו האסט שוין פאראכטן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג ינואר 22, 2019 5:59 pm

איינס האט געשריבן:ווען די צייט ווערט שטטיטער שרינקט נישט די ספעיס נאר ווערט אויסגעצויגן

אבער דאס איז איין זאך מיט נומבער 1 סגייט צוזמען ווען די טיים איז גרעסער איז די ספעיס קלענער און ווען די סעפיס איז גרעסער איז די טייים קלענער.


כ׳מיין אז דאס איז נאר ביי זאכען וואס באוועגען זיך נישט. (דהיינו, די ספעשעל טיארי, פארדעם הייסט עס ״ספעשעל״ ווייל ס׳איז באשטימט נאר אין א פאל וואס א חומר רוקט זיך נישט)
אין פאל וואס א חומר רוקט זיך, וועט די ספיד גורם זיין אז די ספעיס טיים זאל ווערען באשרענקט און די חומר זאל ארויפגיין. דאכט זיך דאס איז געוען די גאנצע חידוש פון זשענערעל רעלעטיוויטי.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 22, 2019 6:00 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:און פארוואס טאקע? וועל מיר איצטערט נישט אריינגיין.
נאר אזויפיל צו פארענטפערען קניידעל׳ס קשיא, וואס האט א שייכות צייט מיט ספעיס, פארוואס אז די צייט ווערט קלענער ברויך די מעסס ארויפגיין און די ספעיס שרינקען.
איינשטיין האט אויפגעטוהן א געוואלטיגע חידוש, אז צייט איז א פערדע דיימענשאן פון ספעיס. סאו ס׳איז נישט שווער פארוואס די צוויי גייען צוזאמען. ס׳איז כשזה קם זה נופל. אויב די צייט איז שטייטער ווערט די חומר גרעסער. ווייל די גאנצע ״צייט״ ענערגיע גייט אריין אין די ״חומר״.
דאס איז אויכעט פשט פון די באקאנטע עקוועישען: E = mc^2
פשט איז אז יעדע חומר באשטייט פון ענערגיע. די ענערגיע איז די מעסס מולטיפלייד ביי די ספיד אוו לייט (וואס דאס איז c^2)
אויב ווערט די ספיד פארגרעסערט, ווערט די חומר פארקלענערט, וההיפך בהיפך.
און מיט צייט איז די זעלבע זאך, וואס מער די ספיד ווערט פארגרעסערט, אלץ שטייטער ווערט די צייט. אבער דאס נעמט שוין לענגער צו מסביר׳ן.

דאס אז סאיז א פערדע דיימענשאן איז נאכנישט מכריע אז סזאל גיין צוזאמען והא ראיב די לענג און ברייט האט נישט צוטון איינער מיטן צוויטן און לאו דוקא אז ווען א זאך ווערט קערצער זאל נשפע ווערן אויך די ברייט פונעם זאך.

אבער איינשטיין האו דאס אויפגעוויזן אז ביי ספעיס טיים גייט דאס יא צוזאמען
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט