מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דינסטאג מארטש 20, 2018 3:14 pm

שוין הויך צייט צו מאכן א אויפשטאנד!!!!!!!!

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג מארטש 20, 2018 3:31 pm

משה כהן האט געשריבן:און מיט מיין גרוס בקיאות שפעטיגט נישט מיין ענטפער צו קומען, שלשה דולרים עם שקל אחד...

:lol: :lol: :lol:
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג מארטש 20, 2018 4:19 pm

אני הקטן פאר כסדר צווישן וויליאמסבורג און בארא פארק, און איך וואלט געזאגט אז 97% פראצענט פון די נסיעות גיי איך מיט די שטאטישע באנען, וואס נעמט געווענליך פונקט אזוי שנעל פאר ווער עס קען זיך אויס דערמיט און דערצו זיצט מען נישט דארט אזוי צוקוועטשט - אין די נישט "ראש אוער" שטונדן - און בעיקר דארף מען נישט פארן מיט א פחד וויסנדיג אז ביים רעדל זיצט א פארריקטער כינעזער אין געשטאלט פון א מענטש.

נאר וואס דען, ווען עס קומען די זומער חדשים פארשטייט דאך יעדער איינער אז מען קען נישט פארן מיט שטאטישע טראנספארטאציע - נישט צוליב חסידות נאר איינפאך צוליב די הלכה! די גוים גייען נישט אנגעטוהן פריצות'דיג נאר קוים וואס זיי גייען אנגעטוהן... ואכמ"ל בזה ודי למבין - דאן האב איך נישט קיין ברירה אדער צו פארן מיט'ן באס אדער נעמען א קאר סערוויס.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג מארטש 20, 2018 4:21 pm

גארנישט מיט נישט האט געשריבן:שוין הויך צייט צו מאכן א אויפשטאנד!!!!!!!!

פאראן אלטערנאטיווע וועגן, דורך סובוועי, MTA באסעס, פאר ווער ס'וויל וויסן...
אויב האט נאך מען א משפחה'לע מיט קינדער, איז שוין א קאר סערוויס די זעלבע געלט...

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג מארטש 20, 2018 5:15 pm

משה, ס'קומט מיר ארויף די קאשמארען.

און די פרוי מיט'ן ניישלאס באגאדש(ען) רעדט שטיל אויפן טרייבל מיט אירס א באקאנטען (איי געס..) איבער א שידוך וואס האנדעלט זיך ביים שכן מיט קערענקרויט פון 53th, די בחור איז סאמטינג ספעשעל, לערענט און שער אפרים, בקיצור. אבער זי ווארענט דעם אויפן אנדערע זייט טרייבל איטס סטיל עי סיקרעט, דאונט טעלל עניWאן
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » דינסטאג מארטש 20, 2018 6:40 pm

רעב משה ווען קומט די נעקסטע חלק?... די ראשי פרקים פון די פארזעצונג זאגט אז עס קומט עפעס שפאנענד און דראמאטיש...

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג מארטש 20, 2018 6:54 pm

Wow!

Haklal
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דינסטאג מארטש 20, 2018 7:44 pm

יישר כח ר'משה

אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך רייזענדער » דינסטאג מארטש 20, 2018 8:32 pm

אז מ'רעדט פון רייזעס קום איך צו רייזן פון וואו אימער, נעע נישט מיט דעי באס, והא ראי' האסטו איך בין אנגעקומען...

הרב משה (אינטערעסאנט כ'האב דיר נישט געמערקט אויפן באס? אהה הייסטעס דו ביזט דער וואס זיצט דארט און שרייבט צום טאקט פון דעם צעשאקעלטע באס... נו, ששש.. גילוי!) איך קען בלויז ענטפערן 'אמן' אויף יעדעס ווארט וואס דו שרייבסט איבער דעם 'אמן-באס', קיין איין אות איז נישט איבערגעטריבן! גאר זאפטיג אראפגעלייגט, אזש ס'גערוך און דער איבעל פון דעם פארכמורעטן קערעדזש-באגאסענע באס שפירט זיך מבין כותלי דבריך...

איבער דעם באס קען מען יעדע רייזע באשרייבן א גאנצע בוך... קענט וועיט פאר די קומענדיגע פארזעצונגען...

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

מיין רייזע אויפן וומסב"ג- ב"פ באס (די 'אמן באס')... חלק ג'

תגובהדורך משה כהן » מיטוואך מארטש 21, 2018 2:12 pm

מיין רייזע אויפן וומסב"ג- ב"פ באס (די 'אמן באס')... ח"ג
איך שטיי אויפן באס, אינגאנצן פארלוירן, אובד עצות, מאין יבוא עזרי? איך גיי דא שטיין א גאנצן וועג אויף דעם דאמפסטע"ר מיט רעדלעך??...

דער משולח מיט וועם איך האב נישט לאנג צוריג געבויעט קשר, ער האט זיך ערגעץ מסדר געווען א מקום, זעהט אויס אז נאך איינער האט אים דערקענט און ער האט זיך דערוויסט איבער זיין ענג'ן מצב אין שטוב מיט זיינע ח"י ילדים, און האט אים מכבד געווען מיט א זיץ, נישט אויף די שטיגן פון די באס ממש, נאר א זיץ געהעריג ביי די עזרת גברים. מיינע בליקן זענען געוואנדן צום משולח, און ער געבט מיר א וואונק מיט זיין אהבת רעים אז איך זאל מיך דערנענטערן צו אים, ער פרעגט מיר: מדוע אתה עומד ככה?! אה?? הערט איר א מעשה ער פרעגט מיר צו וואס איך שטיי?.... – אין לי מקום לשבת פה, ענטפער איך אים, געמיינט האב איך אז ער פארשטייט א עסק, און אז ער זעהט א אויטובוס פיל מיט זעקלאך און פעקלעך און מענטשלאך, וועט ער אליינס פארשטיין אז איך האב מיר נישט געטראפן א ארט ווי זיך צו סארטירן... שוין... זעהט אויס אז אפילו די בני ארץ ישראל, נאר ווען זיי געפינען זיך אין זייער לאנד איז גילטיג דער "אווירא דארץ ישראל מחכים", אבער ווי נאר ער טרעט ארויס מיט איין פינגער פון די פיס חוץ מגבולות ארץ ישראל, ווערט אלעס אנטרינען פון אים, און עס איז נישט פארהאן נישט קיין אווירא, נישט קיין א"י, און נישט קיין מחכים... וד"ל.

ער פארשטייט אבער נישט וואס מיין פראבלעם איז: חביבי! -ווענדט ער זיך צו מיר מיט א געשמאק- אתה צדיק! יש לך מקום פה, לידי, אתה יכול לשבת פה!!! דער משולח האט מיר "געאאפערט" א זיץ נעבן אים... נישט האבנדיג קיין ברירות צוויי, ליבערשט ווי שטיין א גאנצן וועג, האב איך מיר א זעץ געטאן אויף די פלאסטישע זיצן וואס מען שטעלט צו פאר די אמנים מיטרייזנדע... אהא... זארגן אז יענער זאל ענטפערן אמן, ברוך הוא וברוך שמו, ביי ברכת השחר, שווענדעט ער אויס טויזנטער דאללארן, אלעס כדי מזכה צו זיין א צווייטן מיט 'אמנים', אבער דאס אז זיינע פאסאדזשירן זאלן קענען כאטשיג זיצן, כאטשיג האבן א פאר אינטשעס ווי זיך מסדר צו זיין דאס נישט! בשום פנים ואופן!...

הגם, איך פערזענליך בין מורא'דיג מכיר און משולחים און אין זייער חשיבות, ערליכקייט, פרישות און צדקות, און איך שעץ זיי זייער שטארק, נישט אזוי ווי פיל אמעריקאנע, מיט דעם אלעם זיצנדיג נעבן אים פאר געציילטע סעקונדען, איז מיר געווען זייער אומאנגענעם, איך האב אים א פרעג געטוהן (איך האב געוואלט...)" חביבי! אתה צדיק! תגיד לי, ממילא בארץ ישראל אין מקלחת זה בסדר... אבל גם בחוץ לארץ אין מקלחת???????????? (= פרייע איבערזעצונג: ממילא אין ארץ ישראל זענען נישט פארהאן קיין שויער'ס דאס גייט שוין מיט, אבער אין אמעריקע איז נישטא??....) מה זה שאתם פה באמעריקא ואתם מסריחחחחחחחחחחחחחחחים?????..... וואס איז דאס, די מינימאלסטע געברויכן אויך נישט?!?! אבער, איך בין א סבלן, איך האב מיר צוריקגעהאלטן, און אויף דעם ווערט געזאגט "כשם שקיבלת שכר על הדרישה כך קבלת שכר על הפרישה...

נישט אומזיסט שעץ איך די משולחים, איך ווייס אז ווען זיי האבן א פרייע מינוט, וועלן זיי זיך אדער זעצן לערנען (ללמוד), אדער וועלן זיי זאגן א גוט ווארט פאר א צווייטן (ללמד), אדער וועלן זיי גיין נאך געלט פאר די ח"י ילדים זייערע...

איך זיץ אויף מיין מקום מיט וואס דער משולח האט מיר מכבד געווען, איך שפיר אז איך זיץ אפאר סענטימעטער העכער די ערד פלאך פונעם שאסיי, אלעס קריצט און גרידערט, דער פלאכער וואקעלדיגער באס, געבט צו שפירן פאר אלע מיטרייזנדע... איך שפיר עס איז כלו כל הקיצין, איך האב פשוט געוואלט אראפגיין פון באס. איך זיץ און טראכט איבער אראפגיין, און אט פאסירט א השגחה פרטית... דער באס קומט צו האסטיגן אפשטעל... שוין, ממש השגחה פרטית! איך האב נאר געקלערט אראפצוגיין, און שוין שטעלט זיך דער באס אפ... איך שטעל מיך אויף, איך וויל אויספירן מיינע מחשבות מן הכח אל הפועל... איך גיי צו פארנט, דארט ווי די מטבעות ליגן אנגעהויפנט... געמיינט האב איך אז דער באס נעמט ארויף נאך פאסאדזשירן, און די טירן זענען אפן, און איך וועל מיר קענען ארויסשלייכן... אבער ניין! דאס איז פשוט געווען א צייטווייליגע אפשטעל מחמת איזה סיבות, אפשר דאס מיינט א שאר"ט סטא"פ? קלער איך צו מיר...

שוין, אז מען קען נישט אראפגיין איז נישט, מען וועט מוזן צו ווארטן ביז מען וועט אנקומען צום דעסטינאציע, איך האף אז מען וועט נישט אנקומען צום "פיינעל דעיסטנעישן (בלע"ז)" ווי יענקל מיללער רופט עס -צום בית החיים-...

איך דריי מיר צוריק, נעמליך איך גיי מיך צוריק זעצן נעבן החבר שלי... מיין ידיד פון ארץ ישראל... דער באס האט זיך געהאלטן אונאיין הויבן און נידערן, מיר זענען געווען די קרבנות עולה ויורד, קיין איין רגע פארט ער נישט געמיטליך מיט א בא'טעמ'קייט. פלוצלינג.... עס זעצט, קלינגט, עס קנאקט עס האמערט....... דער גאנצער הויפן מטבעות האט איבערגערינען.... עס האבן גערינען מטבעות..... עס האבן גערינען מטבעות פון כולל אינגעלייט, משולחים, עלנדע פרויען... כוהן הפודה'ס... ניישלאס רעשט (טשעינדז"ש)... ווער ווייסט דען וויפיל די שקלים (קוואדער'ס) האבן שוין מיטגעמאכט ביז אהער?... דער עולם שטעלט זיך צוביסלעך אויף פון זיצן... מען גייט נתעשר ווערן... איך קלער צו מיר: " פיין איז די אמן באס מזכה די מיטרייזנדע" (איז נישט געשטאנען אויף די דרויסנדע ווענט פונעם באס, אז עניית אמן איז מסוגל לעשירות?!?!?!.....).

נאך דעם וואס דער כינעזער מנהיג און שאפער האט געשריגן "פאנג פאנג פאנג, קאנג.. חאנק קאנג".. איז קלאר געווארן אז ווער עס גייט זיך וואגן צו נעמען איין מטבע איז אחת דתו, האבן זיך די וואס האבן געהאט זיצן צוריק געזעצט אויף די ערטער, און מען זעצט פאר מיט'ן רייזע...

נאך עטליכע מינוט פארן, שטלעט זיך אויף א עלעטערע איד, מיט זעקל אין די הענט, און ציהט ארויס תורה בלעטלעך און אלטע צייטונגען און טיילט פאר די מיטרייזנדע... לויט ווי איך האב באמערקט האט ער "געאאפער"ט" פאר די רייזנדע פארשידענע בלעטעלאך און דזשורנאלן, א שטייגער ווי בעלייכטונגען, דער אידישע פלאם, דאס אידיש ליכט, מיט נאך אלטע צוריסענע בלעטלען פון בידערמאן'ס תורות, המספיק גאזעט, מיט כל מיני בלעטעלאך... איך האב נישט גענומען גארנישט פון דעם מזכה את הרבים, שונא מתנות יחיה, איך האב נאך געוואלט איבערלעבן דעם נסיעה... און ווי אויך פארמאג איך האב דאך מיין משולח, דער משפיע לייוו...

פארזעצונג קומט אי"ה
צוגעלייגטע
מיין רייזע אויפן וומסב חלק ג.pdf
(49.8 KiB) דאונלאודעד 91 מאל

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » מיטוואך מארטש 21, 2018 2:38 pm

;l;p- משה ביסט א חידוש! ;l;p-
אוואו זענען די ראשי פרקים פון די פארזעצונג, אזוי ווי ביי די פאריגע צוויי חלקים?

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך מארטש 21, 2018 7:10 pm

איינס אין די וועלט! ;l;p-
מיר ווארטן פארן המשך!
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך מארטש 21, 2018 7:48 pm

פאנג פאנג פאנג, קאנג.. חאנק קאנג!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

וויסענשאפט
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 03, 2015 2:47 pm

תגובהדורך וויסענשאפט » מיטוואך מארטש 21, 2018 8:09 pm

טאקע אייער נעכטען האב איך געווארט אויף די באס 25 מיניט אין דערנאך איז געקימען איין באס פאר די צען נאך אין האלבער באס ציזאמען, וואס דאס מיינט אז נאכען ווארטען א האלבע שעה.... ווער רעדט פין זיצען אפי צי שטיין איז נישט געווען קיין פלאץ .
איך האב שוין לאנג געוואלט פרעגן צי עס איז אויס געהאלטען צליב דעם זיך ארויס צי דרייען פין באצלען

אוועטאר
איךביןאיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 06, 2017 11:03 am

תגובהדורך איךביןאיך » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 5:40 pm

נו!!

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 5:43 pm

וויסענשאפט האט געשריבן:טאקע אייער נעכטען האב איך געווארט אויף די באס 25 מיניט אין דערנאך איז געקימען איין באס פאר די צען נאך אין האלבער באס ציזאמען, וואס דאס מיינט אז נאכען ווארטען א האלבע שעה.... ווער רעדט פין זיצען אפי צי שטיין איז נישט געווען קיין פלאץ .
איך האב שוין לאנג געוואלט פרעגן צי עס איז אויס געהאלטען צליב דעם זיך ארויס צי דרייען פין באצלען

נו, קום אריין קלאר מיט דיינע איבערלעבענישן...

אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

תגובהדורך tech yid » פרייטאג מארטש 23, 2018 12:15 am

זוץ איך מיר יעצט אויפ'ן אמן בוס, טאמער מיינסטו אז ענק זענען געווען אויף א אלטע בוס, וועל איך ענק זאגן אז די בוס איז די עלטער זיידע פֿון אלע בוסעס, די לענג פאר די פיס איז איינס און א קוואדער די לענג פון מיין עס 8 טעלעפאן (דאס ץ איז די איינציגסטע זאך וואס כ'קען יעצט אויסרעכענען די לענג) מיין קליינע פיס דריקן אריין און מיין שכן פון פארענט בענקל און מיין דינטשיג (כבין ביי זשי ענד דשי א סייס 20 רעקל...) קערפער זיצט צו קוועטשט מיט א 14 יעריגע בחור אויף א צוויער זיץ....

ביים 14 עוועניו סטאף איז די בוס איבערגעפילט געווארן מיט ביין הזמנים בחורים וואס פילן אן אפילו די עזרת נשים גאלעריע (אויף דעיע בוס איז די עזרת נשים מיט א האלבע שטאק ארויף) אויף מיין פראגע צו איינער פון די בחורים פארוואס קומען ארויף 50 בחורים אויף איינמאל זאגט ער מיר אז ער ווארט שוין פון די פריערדיגע בוס וואס איז קיינמאל נישט אנגעקומען....
מיר זענען אויך געבענטשט געווארן מיט א משולח וואס לאזט זיך הערן יעדע פאר מינוט מיט זיין שרעקלעכע מעשה.... ביז 12 עוועניו האט מען שוין נישט געקענט שטיין אפילו... עס איז אנגעשטופט ביז צום עק...
שוין כגעב נאר ארויס מיין ווייטאג טאנצענדיג הארא אויפן בוס,

די בעל עגלה האט נארוואס אנגעצינדן די לעקטער אנגעבענדיג אז די ראלער קאסטער האלט שוין ביים סוף...

פאר יעדע טטייפא מיינט אז די בוס האט געגעבן א גוטע שפרינג און מיין פינגער האט געלאדענט אויפ'ן נישט ריכטיגן קנעפל ואתכם הסליחה
הק׳ טעקעלע

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » פרייטאג מארטש 23, 2018 12:19 pm

tech yid האט געשריבן: די לענג פאר די פיס איז איינס און א קוואדער די לענג פון מיין עס 8 טעלעפאן (דאס ץ איז די איינציגסטע זאך וואס כ'קען יעצט אויסרעכענען די לענג)

תיקון טעות, אזוי לאנג ווי דיין ראדיא אין די האנט (אויפן פראפייל)... נישט אזוי? :lol:

אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

תגובהדורך tech yid » פרייטאג מארטש 23, 2018 12:22 pm

נאר אן די אנטענע...
הק׳ טעקעלע

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » פרייטאג מארטש 23, 2018 12:26 pm

;l;p- :lol:

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » פרייטאג מארטש 23, 2018 12:46 pm

tech yid האט געשריבן:פאר יעדע טטייפא מיינט אז די בוס האט געגעבן א גוטע שפרינג און מיין פינגער האט געלאדענט אויפ'ן נישט ריכטיגן קנעפל ואתכם הסליחה


איך מיין אז די איינציגסטע טייפא איז די דאפעלטע ט' אין די ווארט טייפא.

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » פרייטאג מארטש 23, 2018 12:48 pm

1000% כמאך עס אסאך מאל מיט אבער אזוי גוט אראפ לייגן קען איך נישט קיפ אן
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

תגובהדורך tech yid » פרייטאג מארטש 23, 2018 12:50 pm

איי געס gboard האט פאראכטן די איבריגע
הק׳ טעקעלע

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » זונטאג מארטש 25, 2018 4:20 pm

משה כהן האט געשריבן:" חביבי! אתה צדיק! תגיד לי, ממילא בארץ ישראל אין מקלחת זה בסדר... אבל גם בחוץ לארץ אין מקלחת???????????? (= פרייע איבערזעצונג: ממילא אין ארץ ישראל זענען נישט פארהאן קיין שויער'ס דאס גייט שוין מיט, אבער אין אמעריקע איז נישטא??....) מה זה שאתם פה באמעריקא ואתם מסריחחחחחחחחחחחחחחחים?????..... וואס איז דאס, די מינימאלסטע געברויכן אויך נישט?!?! אבער, איך בין א סבלן, איך האב מיר צוריקגעהאלטן, און אויף דעם ווערט געזאגט "כשם שקיבלת שכר על הדרישה כך קבלת שכר על הפרישה...


;l;p- ;l;p- :lol: :lol:

אוועטאר
הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » דינסטאג מארטש 27, 2018 8:16 pm

מיר ווארטען אויף א המשך
זייער הנאה געהאט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט