וויאזוי גיב איך מיר א עצה מיט מיר אליינס??

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

וויאזוי גיב איך מיר א עצה מיט מיר אליינס??

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 10:25 pm

מח בקדקדו האט געשריבן: אין אניגראם אשכול

ליג איך מיר אזוי אין בעט 8:30 אינדערפרי, מיין זייגער האב איך שוין געדרוקט 'סנוז', איך דריי מיך אהער און אהין, יא אויפשטיין? נישט אויפשטיין?, צו וואס אויפשטיין? בעסער בלייב איך פארשטעקט אונטערן דאכענע.. איך האב נישט קיין כח, א צעמישטע וועלט, פיל מיט ספיקות! געפילן רוישן! איך ווייס אליין נישט וואס איך וויל פון מיר אליין, ס'איז מיר טונקל! דא אונטערן דאכענע, קיינער באדערט נישט, קיינער איז מיר גארנישט מחייב, אלעס איז איין שטיק שלוה, דריי איך מיך אהער, דריי איך מיך אהין, ענדלך באשלוס איך, נישטא קיין ברירה! ווילאנג קען איך דען בלייבן דא פארשטעקט?

שוין, ענדליך איך שטיי אויף, שוין! מ'דארף גיין דאווענען יוש! איך האב נישט קיין כח צו גיין אין ביהמ"ד וואו איך מוז אריין קומען מיטן גראדן רוקן ווי צו זאגן פאר מיר אליין און פאר מיינע ארומיגע, 'איך בין נאמאלע מענטש' 'מיך פעלט גארנישט' ווי כאילו איך בין געבוירן אויף א בוים, איך בין א ראבאט! אהן קיין שפיר פון דורכפאל, איך קען נישט! יעדן טאג שפיל איך דעם שפיל, איך האב שוין נישט קיין כח צו דעם,

שוין, א ברירה האב איך? איך קען שוין נישט דאווענען אזוי לאנג ביחידות, שוין! צורעכט איך מיר מיינע פיאה'לעך, און איך לויף אין שול שוין היבש נאך זמן תפלה,
שטעל איך מיך דאווענען, צעמישט און צעחושט! איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, אוי באשעפער!! מאך מיר שוין ליכטיג מיין הארץ ס'איז מיר עפעס אזוי טונקל! איך ווייס אליין נישט וואס, איך ענדיג דאווענען, איך לויף אין כולל, מיין חברותא א "נארמאלער מענטש" געבוירן אין וויליאמסבורג, ער קומט יעדן טאג און צייט, שוין, יעצט דארף איך שוין פילן שלעכט, זיך אנטשולדיגן פארן קומען שפעט, אוי! איך האב שוין נישט קיין כח! לאמיך שוין זיין מיט מיר אליין! איך קען נישט מער אריבער טראגן דעי פאלטשע דאפלטע לעבן פון דארפן באהאלטן אלע מיינע קוועטשענישן אין מיר, אין אינדרויסן באווייזן פאר יעדן א שיינעם פנים ווי כאילו קיינמאל גארנישט, ווייל אויב נישט וועל איך זיין דער אומגעשמאק'ער אומבחנ'טער יונגערמאן,
איך פרוביר מיך מצמצם צו זיין אין לערנען, איך בין דאך א שארפער למדן, איך נישט אוועק נעמען דעם אימעדזש פון מיר, אויב יא, פון וואס וועל איך נעמען סיפוק איך וועל מיך פילן ממש ווי א ליידיגע זאק.. א אומגעלונגענע פראדוקט עפעס אראפגעפאלן דא..,

שוין! געענדיגט דאס לערנען, יעצט גייט מען אהיים פאר לאנטש, יעעעצט הייבט זיך עס אהן!! איך מוז אהיים קומען און ארויפציען א שמייכל פון אויער צו אויער, ווי אזוי איז געווען דיין טאג? פרעגט מיר מיין אשת חיל אזוי שיין, ב"ה קען נישט זיין בעסער! ממש מעין עולם הבא! טשאדאש, און ווי אזוי איז אריבער דיין טאג? דאאא הייבט זיך עס אן,
איינער האט מיך געזאגט אז זי איז געגאנגען.. און געקומען.. הערסט?! מורא'דיגQ און זי האט געמיינט.. און נאכדעם צוריקגצויגען.. הערסט? חני איז געווען היייייי מיט דעי קלייד (נו שוין! וואס ווייטער? איך בין זייער נייגעריג) זי איז געווען אזוי אימפרעסט!! און איך שמייכל מיט, WOW!! עכט?! ממש צום באוואונדערן דיין גאנצע סטארי דא!
און אויב איז זי באטראפעצט און דעפרעסט דארף איך יעצט דינען אלס פסיכאלאג איר "אויך" צו בארואיגן פארשטייסט? איך האב שוין נישט קיין כח צו אזופיל שעבודים, לאמיך שוין זיין מיט מיר אליין,

אזוי פארט דער טאג ווי א ראלער קאוסטער, קיינער האט נישט קיין רחמנות אויף מיר, נישט קיין חילוק און וועלכע מאוד איך בין נישט קיין חילוק וואס פאר א געפילן רוישן יעצט אין מיין הארץ, איך מוז מיט פארן מיטן באן, אז נישט, בלייב איך שטעקן, איך מוז אלעס דעקן, קיין מינוט זיך צו מתבודד זיין מיט מיך אליין האב איך נישט, איך קען מיך נישט אראפזעצן טראכטן וואס טו איך דא? וואס איז מיין תפקיד?, א צעמישעניש...! איך בין צושאסן.. באשעפער, ווייז מיר דעם וועג, עפען מיינע אויגן, רעד צו מיר אליין.. און זאג מיר ביטע וואס פארלאנגסטו פון מיר? און וויאזוי גיב איך מיר אן עצה דא מיט מיר אליין? איך בעט דיר!

מיינטס נישט אז איך בין עפעס א שלעפער, און א דורכפאל פון א מענטש, ניין! מענטשן האלטן מיר דערעקט פאר א געלונגענער מענטש, איך פארמאג פארשידענע מעלות (איך קען אפי' דעם אניגראם), אבער איין באשעפער ווייסט וואס טוט זיך אונטער דעם שיינעם שלייער טאקע פון די סארט מענטשן.

איך ווייס נישט צו דעיס בלאנגט דא, אבער אזוי ווי איך האב נישט קיין בעסערע פלאץ און איך גלייב אז עס זענען דא "פארשידענע" טייפס פון אניגראם וואס וועלן זיך טרעפן דא דורכאויס זייער טאג טעגליכן (אינערליכע) צומישטן סדר החיים, האב איך עס דא אריין געלייגט, ואתכם הסליחה.

תמיד בשמחה!

---
קרעדיט: מח בקדקדו
גענומען פון דא
viewtopic.php?p=1554676#p1554676
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 10:26 pm

די תגובה איז ווערט א אשכול פאר זיך
זייער שיין געשריבן וואס מענטשן גייען דורך
יישר כח הרב מח בקדקדו
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 10:45 pm

א פירער מיט אלע מפרשים יו פארשטיי איך דיר,
אבער מקען לעבן א געשמאקע לעבן אפילו אלץ א פירער

חלות
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:00 pm

תגובהדורך חלות » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 10:59 pm

סארקאזי האט געשריבן:א פירער מיט אלע מפרשים יו פארשטיי איך דיר,
אבער מקען לעבן א געשמאקע לעבן אפילו אלץ א פירער

נו אפשר קומסטו אריין וויאזוי

חלות
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:00 pm

תגובהדורך חלות » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 11:00 pm

גראדע די מומחים זאגן אז איך בין א 6

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 11:05 pm

חלות האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:א פירער מיט אלע מפרשים יו פארשטיי איך דיר,
אבער מקען לעבן א געשמאקע לעבן אפילו אלץ א פירער

נו אפשר קומסטו אריין וויאזוי

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 11:08 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:
חלות האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:א פירער מיט אלע מפרשים יו פארשטיי איך דיר,
אבער מקען לעבן א געשמאקע לעבן אפילו אלץ א פירער

נו אפשר קומסטו אריין וויאזוי

כאניש קיין כח יעצט כמיין אינעם אנאגראם אשכול איז אלעס מבואר באורך

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 12:07 pm

WOW כמעט מיינע מחשבות אפגעליינט !!!
איך מיין אז יעדער מענטש גייט דאס אדורך אויף עפעס א בחינה, איינער מער איינער ווייניגער,
צרת רבים חצי נחמה,
הלוואי יעדער קען זיך עפענען פאר יעדן און אראפשלעפען די מאסקעס איינעמאל פאר אלעמאל.
אונז וואלטען אלע תיכף פארלוירען 500 פונט פון די שטיין אויף אונזער הארץ !!!

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 12:42 pm

א גרויסן שכח @נודה!
עס בארירט מיר ממש צו זען וויפיל נאך אנדערע גייען אדורך שווערע געפילן וואס לאזט זיי נישט מנוחה, און לאזט זיי נישט אנגיין, דער אויבערשטער זאל ענק אלע ליכטיג מאכן און אריינשיינען, צו קענען דערגיין מיט א קלארקייט וויאזוי צו קענען שפירן א אמת'ע צופרידנקייט און זאטקייט און לעבן, און אז מיר זאלן נישט דארפן אוועק לויפן פון זיך אליין, דורך די צעמישענישן און דורך די שווערע כוואליעס וואס בוזשעוועט אויפן וועלט אויף א גרויסן פארנעם.
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 3:18 pm

כחכם יישר "מח בקדקדו"

איינער האט נאך עפעס זאכליכע עצות הלכה למעשה פאר די אינגעלייט וואס גייען דאס דורך יארן לאנג און זיי ווייסן אפילו נישט וואס עס פעלט זיי? זיי שפירן זיך ווי א שטיין אין מדבר וואס קיינער אויף די וועלט פארשטייט זיי נישט.

עס קומט ממש צו וויינען ווען מלייגט זיך אריין אין זייער מצב...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 3:24 pm

נאך א תגובה דומה לזה ברענג איך אהער
אחשרדפני האט געשריבן: אין אשכול "בעלי הרגשים"

מיין הארץ האט זיך דערפרייט ווען איך האב באמערקט דעם אשכול, א סקרוך פון האפענונג האט מיר אנטפאנגען ווען איך האב געשפירט אז פיללייכט איז דא א גוטע ארט ווי צו לאזן דעם פעדער שמירן און שילדערן דאס אינערליכע צומישעניש וואס פלאגט מיר און איך בין זיכער אז עס זענען פארהאן נאך אירע אין מיין מצב, אבער צוליב סיבות ווילן זיי נישט רעדן דערפון.

אלזא, לאמיך צוגיין צום פוינט און איך בעט אז ווער עס קען העלפן, צו מיטן מיטטיילן זייער אייגענע עקספיריענס אדער סיי וועלכע טיפס און עצות זאל דאס טוהן. דאס וועט פערלייכטערן דאס הארץ פון אומצאליגע אידן.

האט זיך א יונגערמאנטשיק חתונה, קויפט ער זיך א שטריימעל פון מיללער אדער קרויס, מיט לעבעדיגע שפיצן (א טאג נאך די חתונה אינטערסירט אים די גאנצע זאך ווי טויטע... באנקעס) ער קויפט א רעזשווולקע און האט די שיך וואס יעדער טראגט. ער גייט אין כולל ווי יעדער גייט ער צאלט די רענט ווי יעדער צאלט. זיין אשת חיל ארבעט דארט ווי יעדער ארבעט. בקיצור אלעס איז גאר שמעקעדיג און גאלד.

גייט אדורך דעם ערשטען יאר און דער אינגערמאן וועלכע האט זיך אייגערעדט אז דער לעבן איז אלס אזוי גאלד, עס אלס אזוי פעטשעטש, עס איז אלס אזוי פרעדיקטעבעל און עקסיידעט, הייבט אן איינצוזען אז לא כן הדבר.. עס איז נישט ממש אזוי.

א שווערע וואלקן פון אומצופרידענהייט באדעקט אים, ער קען דאס נישט אנטשיידן. פון ווי קומט עס? איז דאס די בני בית? איז דאס כולל? עס דאס די שטאט? וואס גייט דא פאר? איך בין דאך געווען אזא מוצלח אלס בחור, וואס זענען די אלע אומקלארקייטן?

די אומצופרידענקייט עסט פון אים שטיקער, עס האט נישט קיין רחמנות אויף אים. און פאר וואס ווען איז דער ׳זיידענער׳ יונגערמאן, אויף וועמען מען האט ארויסגעקוקט מיט גיגאנטישע ערווארטונגען אז ער וועט זיין דער קומענדיגער גדול הדור, גליטשט זיך מער און מער און מער ארויס פון כולל, דא הייבט ער אן זוכן זיין הצלחה אין חינוך ליין, ער לערנט מיט אפאר בוחרים אבער נאך א שטיק צייט ווערט ער נמאס דערפון און ער זוכט א דזשאב.

אויב האט ער אמאל געמיינט אז די קלאסעפיידס אין די בעק פון לוח הציבור איז געמאכט פאר השבת אבידה אדער פאר צוויי בעדרום אפארטמענט וואס שטייט צו פארדינגען פאר א צוגענגליכע פרייז... ערצייגט ער זיך אצינד אז נארמאלע מענטשן קוקן פאר דזשאבס דארט, און פאקט, זיי טרעפן דארט דזשאבס.

א קיצור די ערשטע זאך וואס ער טוט צופרי אין שול איז דאז דורכליינען מדאשקע לדאשקע יעדע בלעטעל, ווייל אפשר... וועט ער געפונען א דזשאב וואס איז צוגעפאסט פאר אים.

שוין, למעשה טראגט אים זיין שוואגער אן א דזשאב, קוקט אויס גאנץ גוט, ער פילט לאמיך אריינגיין און קודם זיין ׳געסעטעלט׳. די ערשטע שטיק צייט האט ער הנאה, די ב״ב שתחי׳ אוודאי, מכדי, אמער, יעצט קען מען שוין קויפן זאכן פאר די קינדער, צאלן רענט, שכר לימוד ועוד ועוד... אבער נאך עטליכע חדשים און ווידער הייבט ער אהן פילן נישט אין פלאץ. די ספיקות בוזשווען אין קאפ, ווער זאגט אז איך האס געדארפט ארויסגיין פון כולל? וואס וועל איך אויסוואקסן? איך בין ווייניגער פון משה, יצחק, בערל, ווייל זיי ׳זיצן און לערנען׳ און איך בין א ׳ארבעטער׳.

ער איז זייער צוקלאפט ביי זיך. עס דרוקט אים און עס נאגט אים. וואס דארף איך טוהן? איך דארף דאך אויסהאלטן מיין פאמיליע, אבער איך וויל דאך עפעס אויפטוהן.. איך וויל עפעס אויסוואקסן.

די ב״ב וועלכע איז שוין אזוי א אויסגעמוטשעטע אידישע פרוי, האט נישט צופיל כח צו הענדלען א מאן וועלכע גייט יעצט זיצן אינדערהיים און ׳זוכן׳ א דזשאב. דער יונגערמאן ווייסט דאס זייער גוט און דעריבער טיילט ער כמעט נישט מיט מיט איר זיינע עכטע געפילן וועגן די דזשאב. אבער אינעווענדיג איז ער צוקלאפט.

ער ווערט מייועץ פון קלוגע מענטשן צו גיין זוכן א נייע דזשאב עפעס וואס פאסט בעסער פאר אים. אבער דער אינגערמאן האט א שטארקע לעק פון זיכערקייט און ער האט זייער מורא צוריק אריינצופאלן אין דעם לאך פון זיין ארבעטס לאז אן קיין סקעדזשעל.

און אזוי שטורעמען כוואליעס פון פארלוירענקייט אין זיין הארץ.

ווער בין איך?
וואו גיי איך?
וואס איז מיין תפקיד?
וואס איז מיין עתיד?

אפשר קענען דא די חברים ארויסגעבן זייערע געפילן איבער דעם נושא, אויב האט איינער דאס אדורכגעמאכט.

----
קרעדיט: אחשדרפני
גענומען פון דא
viewtopic.php?p=1487549#p1487549
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג נובעמבער 19, 2017 10:49 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:
מיינטס נישט אז איך בין עפעס א שלעפער, און א דורכפאל פון א מענטש, ניין! מענטשן האלטן מיר דירעקט פאר א געלונגענער מענטש, איך פארמאג פארשידענע מעלות (איך קען אפי' דעם אניגראם), אבער איין באשעפער ווייסט וואס טוט זיך אונטער דעם שיינעם שלייער טאקע פון די סארט מענטשן.


דא ליגט די סוד! די בעלי הרגש פילן ווי א דורכפאל אבער זיי זענען נישט, און זיי קענען זיין די געלונגענסטע מענטשן אויסערליך און דאך פילן ווי א שפחה חרופה מיט גרינע האר..

כ'האב אמאל געהערט פון ראביי ד''ר טווערסקי לאויט''א אין אינטערוויו אז ער איז געווען אלט 38 יאר ס'האט איהם גארנישט געפעלט, נחת געלט יוחס כבוד און וואס נישט, 'מיין ווייב פלעגט זיך בעטן ביי מיר זיי פרייליך! קוק וואספארע שיינע לעבן דו האסט.. און דאך פלעג איך אלץ פילן ווי איך בין גארנישט ווערט א לא יוצלח פון ערשטן קלאס'... און ער איז מאריך וויאזוי ער איז שפעטער צוגעקומען צו אויפבויען צוביסלעך זיין זעלבסט ווערד דורך CBT וכו'

ר' שמשון פינקוס דרוקט זיך אויס אויף א פלאץ, כלפי אז א מענטש שפירט זיך ווי א חוטא, אבער צומאל איז עס בס''ה א הרגש, והא ראיה בזמן שבית המקדש היה קיים ווען ער וואלט ווען געוואלט ברענגען א קרבן וואלט די קרבן געווען פסול ופיגול! חולין בעזרה! בס''ה א דמיון!

אבער גם זה נכנס בק''ו, אז הא גופא אז א מענטש זעהט בעיני שכלו אז ער איז א געלונגעגנע מענטש נאר אינצייט פילט ער פארשוועכט, איז א גוטע טעראפי פאר זיך צו צוביסלעך אפטיילן די 'הרגש' פון די 'מציאות', ווי מער מ'זעהט אז ס'נאר 'מיין' 'הרגש' און איך ברויך עס נישט פייטן, און נישט 'באהאלטן' אדרבה זיין אפען דערמיט מיט זיך מיט די ווייב און מיט די חברים, אלץ רואיגער ווערט מען מיט זיך,

יעדע מענטש האט חסרונות, אבער איך האב א חיסרון אז איך 'שפיר' אז 'איך בין מלא חסרונות', נו זאג דו מיר וועלכע חיסרון וועגט מער?.. בודאי ס'איז גרויסע יסורים צו שפירען בשפלות, אבער ווען א מ'קומט צום הכרה אז דעיס איז מיין חיסרון, אבער בעצם האב איך אסאך מעלות, נאר איך שפיר עס נישט, און פונקט ווי גרונם מעג זאגן פארן גבאי'ן 'שיק מיר נישט צו צום עמוד ווייל איך קען נישט קייין נוסח' אדער שעפטיל 'איך פארשטיי נישט זיינע דרשות ס'צי טיעף פאר מיר' אדער זרח 'איך קען נישט ווארטן אזוי לאנג איך ווער שנעל צופלאצט' מעג איך זאגן: 'איך קען נישט צוגיין ווייל איך גיי פילן ווי דער עולם האט נישט ליעב מייין דאווענען' 'איך וויל נישט גיי צו דעי חתונה ווייל איך צופיל קאמפלעקס דארט' אדער זאגן פארן ווייב 'איך האב נישט קיין כח צו דאווענען מיט מנין היינט ווייל איך פיל נישט גוט בנפש' וואס איז? ס'פאני? אפשר ביסטו פאני? דעיס בין איך! דעיס איז מיין חיסרון! נאר דו מעגסט האבן חסרונות? הא??...

א גוטע וואך
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג נובעמבער 19, 2017 12:23 pm

"חושב מחשבות" איך זעה דא א שטארקע נקודה אז א גרויס חלק פון די פראבלעם אז משעמט זיך צו זאגן פאר א צווייטן אז מ"שפירט" נישט באקוועם מיט עפעס ווי איר ברענגט גוט ארויס.

איז אפשר דאס די תשובה אויף ביידע תגובות דא וואס כ'האב געברענגט?
אז מזאל זיך צוביסלעך צוגעוואוינען צו זאגן פאר חברותא/ווייב/חבירים וכדומה אז איך "שפיר" אזוי און נישט פארלוירן ווערן אז אפשר וועט מען מיך אנקוקען נישט נארמאל.
זאג איך גוט?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג נובעמבער 19, 2017 12:50 pm

חטפת הנקודה!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג נובעמבער 19, 2017 2:05 pm

ענדליך באפאסט מען זיך שוין מיט אונז!... (כ'האב נישט געוואוסט אז ס'איז דא נאך.)

אבער עפעס עצות אויף למעשה???
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג נובעמבער 19, 2017 4:36 pm

א] נישט פייטן מיט זיך אליינס! נאר פארשטיין אז איך מעג 'פילן' שלעכט, ווייל בס''ה איז עס מיין חיסרון, און יעדע מענטש האט רעכט צו האבן חסרונות.

ב] נישט זיך מחזק זיין מיט די אייגענע מעלות! ס'וועט דיר נישט מאכן פילן בעסער, נאר טראכט אריין אז דעיס וואס איך פיל יעצט שלעכט איז 'מיין' 'געפיל', קיינער איז נישט שולדיג און דעם, און איך אויך נישט, פארשטיין אז ס'נאר א געפיל, ווייט ווייט כמטחוי קשת פונעם הארטן מציאות. און ווען דו וועסט דיך דאס כסדר חזר'ן וועסטו צוביסלעך ארויסקריכן פון דיין אייגענע מצומצומ'דיגע הרגשים

ג] דערנאך וועסטו קענען אנהייבן זיין מער אפען, ווייל דאס בין איך! און ווען איך בין אפען מיט אנדערע אז איך פיל שוואך, נעמט גארנישט אראפ פון מיין חשיבות, און זיין אפען פארהיילט אסאך צמצום און פארברייטערט די מוח צו אטעמען אביסעל קב שלו מט' קבין של חבירו
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » זונטאג נובעמבער 19, 2017 4:37 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:
מיינטס נישט אז איך בין עפעס א שלעפער, און א דורכפאל פון א מענטש, ניין! מענטשן האלטן מיר דירעקט פאר א געלונגענער מענטש, איך פארמאג פארשידענע מעלות (איך קען אפי' דעם אניגראם), אבער איין באשעפער ווייסט וואס טוט זיך אונטער דעם שיינעם שלייער טאקע פון די סארט מענטשן.


דא ליגט די סוד! די בעלי הרגש פילן ווי א דורכפאל אבער זיי זענען נישט, און זיי קענען זיין די געלונגענסטע מענטשן אויסערליך און דאך פילן ווי א שפחה חרופה מיט גרינע האר..

כ'האב אמאל געהערט פון ראביי ד''ר טווערסקי לאויט''א אין אינטערוויו אז ער איז געווען אלט 38 יאר ס'האט איהם גארנישט געפעלט, נחת געלט יוחס כבוד און וואס נישט, 'מיין ווייב פלעגט זיך בעטן ביי מיר זיי פרייליך! קוק וואספארע שיינע לעבן דו האסט.. און דאך פלעג איך אלץ פילן ווי איך בין גארנישט ווערט א לא יוצלח פון ערשטן קלאס'... און ער איז מאריך וויאזוי ער איז שפעטער צוגעקומען צו אויפבויען צוביסלעך זיין זעלבסט ווערד דורך CBT וכו'

ר' שמשון פינקוס דרוקט זיך אויס אויף א פלאץ, כלפי אז א מענטש שפירט זיך ווי א חוטא, אבער צומאל איז עס בס''ה א הרגש, והא ראיה בזמן שבית המקדש היה קיים ווען ער וואלט ווען געוואלט ברענגען א קרבן וואלט די קרבן געווען פסול ופיגול! חולין בעזרה! בס''ה א דמיון!

אבער גם זה נכנס בק''ו, אז הא גופא אז א מענטש זעהט בעיני שכלו אז ער איז א געלונגעגנע מענטש נאר אינצייט פילט ער פארשוועכט, איז א גוטע טעראפי פאר זיך צו צוביסלעך אפטיילן די 'הרגש' פון די 'מציאות', ווי מער מ'זעהט אז ס'נאר 'מיין' 'הרגש' און איך ברויך עס נישט פייטן, און נישט 'באהאלטן' אדרבה זיין אפען דערמיט מיט זיך מיט די ווייב און מיט די חברים, אלץ רואיגער ווערט מען מיט זיך,

יעדע מענטש האט חסרונות, אבער איך האב א חיסרון אז איך 'שפיר' אז 'איך בין מלא חסרונות', נו זאג דו מיר וועלכע חיסרון וועגט מער?.. בודאי ס'איז גרויסע יסורים צו שפירען בשפלות, אבער ווען א מ'קומט צום הכרה אז דעיס איז מיין חיסרון, אבער בעצם האב איך אסאך מעלות, נאר איך שפיר עס נישט, און פונקט ווי גרונם מעג זאגן פארן גבאי'ן 'שיק מיר נישט צו צום עמוד ווייל איך קען נישט קייין נוסח' אדער שעפטיל 'איך פארשטיי נישט זיינע דרשות ס'צי טיעף פאר מיר' אדער זרח 'איך קען נישט ווארטן אזוי לאנג איך ווער שנעל צופלאצט' מעג איך זאגן: 'איך קען נישט צוגיין ווייל איך גיי פילן ווי דער עולם האט נישט ליעב מייין דאווענען' 'איך וויל נישט גיי צו דעי חתונה ווייל איך צופיל קאמפלעקס דארט' אדער זאגן פארן ווייב 'איך האב נישט קיין כח צו דאווענען מיט מנין היינט ווייל איך פיל נישט גוט בנפש' וואס איז? ס'פאני? אפשר ביסטו פאני? דעיס בין איך! דעיס איז מיין חיסרון! נאר דו מעגסט האבן חסרונות? הא??...

א גוטע וואך


באמת זייער שטארקע ווערטער, ספעציעל די לעצטע שטיקל.

נאר איין זאך, די ביסט מסביר, אז דער מענטש דארף וויסן אז אז באמת האב איך אסאך "מעלות", נאר איך האב אויך חסרונות, און איך מעג האבן חסרונות, ס'קומט אזוי,

אויב אזוי, וואס טוט זיך אויב א מענטש זעט נישט ביי זיך קיין ספעציעלע "מעלות"? וואס דארף ער טון? ער זאל גלייבן אז ער האט באמת "מעלות"? איך האב דאך אבער נישט! וואס דארף אזא מענטש טון?
סאו בעסער זאג אזוי, אפי' איך האב נישט קיין מעלות! ווער זאגט אז ספעציעלע מעלות דאס מאכט א מענטש ווערד?! נאר וואס יא, איך האב מורא'דיגע "כוחות" דאס האב איך יא! טאקע ווייל איך פיל אזוי צובראכן איז דאס די גרעסטע ראיה אז איך מער כוחות ווי סתם, איך קען מצליח זיין אין מיין לעבן אויף מיין אייגנארטיגע וועג! עס איז נישט דא קיין "הלכות" ווען מען קען ווערן אנגערופן ווערן א "מוצלח", אפי' די וועלט פארקויפט אז מען דארף זיין אזוי, און אויסקוקן אזוי, אבער ניין! איך בין א מוצלח און איך וועל מצליח זיין לויט די געוואלדיגע כוחות הנפש וואס דער אויבערשטער האט מיר געגעבן.

אויב דו הייבסט אהן צו מעסטן דיין אייגענע שויית לויט דיינע מעלות, דעמאלטס מאכן זיך אסאך פראבלעמען, ווייל אויב האב איך נישט קיין מעלות, און אפי' איך האב יא מעלות, האלט איך נישט אז איך האב גענוג גרויסע מעלות, און אז דאס וואס איך האב הייסט א מעלה, איך וויל זיין אזוי און אזוי דעמאלטס וועל איך זיין איינער מיט מעלות,
פארשטייסט וואס איך מיין?
בעסער זאל דער מענטש זיך אויפבויען זיין אייגענע ווערד טאקע דורך זיין "עצם מהות" לויט זיינע "כוחות הנפש" ער זאל מחשיב זיין זיינע כוחות און פילן ביי זיך אז יא איך לויט מיינע כוחות קען יא אנקומען צו דעם ריכטיגן וועג בע"ה
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » זונטאג נובעמבער 19, 2017 4:40 pm

נודה לך האט געשריבן:"חושב מחשבות" איך זעה דא א שטארקע נקודה אז א גרויס חלק פון די פראבלעם אז משעמט זיך צו זאגן פאר א צווייטן אז מ"שפירט" נישט באקוועם מיט עפעס ווי איר ברענגט גוט ארויס.

איז אפשר דאס די תשובה אויף ביידע תגובות דא וואס כ'האב געברענגט?
אז מזאל זיך צוביסלעך צוגעוואוינען צו זאגן פאר חברותא/ווייב/חבירים וכדומה אז איך "שפיר" אזוי און נישט פארלוירן ווערן אז אפשר וועט מען מיך אנקוקען נישט נארמאל.
זאג איך גוט?


און וואס דארף מענטש טון אויב ער האט נישט קיין געהעריגע חברותא אדער חבר וואס וועט אים פארשטיין? ער פילט זיך אליין, קיינער פארשטייט מיך נישט, דעמאלטס איז ער אווער?!
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג נובעמבער 19, 2017 5:41 pm

8.)
מח בקדקדו האט געשריבן: באמת זייער שטארקע ווערטער, ספעציעל די לעצטע שטיקל.

נאר איין זאך, די ביסט מסביר, אז דער מענטש דארף וויסן אז אז באמת האב איך אסאך "מעלות", נאר איך האב אויך חסרונות, און איך מעג האבן חסרונות, ס'קומט אזוי,

אויב אזוי, וואס טוט זיך אויב א מענטש זעט נישט ביי זיך קיין ספעציעלע "מעלות"? וואס דארף ער טון? ער זאל גלייבן אז ער האט באמת "מעלות"? איך האב דאך אבער נישט! וואס דארף אזא מענטש טון?
סאו בעסער זאג אזוי, אפי' איך האב נישט קיין מעלות! ווער זאגט אז ספעציעלע מעלות דאס מאכט א מענטש ווערד?! נאר וואס יא, איך האב מורא'דיגע "כוחות" דאס האב איך יא! טאקע ווייל איך פיל אזוי צובראכן איז דאס די גרעסטע ראיה אז איך מער כוחות ווי סתם, איך קען מצליח זיין אין מיין לעבן אויף מיין אייגנארטיגע וועג! עס איז נישט דא קיין "הלכות" ווען מען קען ווערן אנגערופן ווערן א "מוצלח", אפי' די וועלט פארקויפט אז מען דארף זיין אזוי, און אויסקוקן אזוי, אבער ניין! איך בין א מוצלח און איך וועל מצליח זיין לויט די געוואלדיגע כוחות הנפש וואס דער אויבערשטער האט מיר געגעבן.

אויב דו הייבסט אהן צו מעסטן דיין אייגענע שויית לויט דיינע מעלות, דעמאלטס מאכן זיך אסאך פראבלעמען, ווייל אויב האב איך נישט קיין מעלות, און אפי' איך האב יא מעלות, האלט איך נישט אז איך האב גענוג גרויסע מעלות, און אז דאס וואס איך האב הייסט א מעלה, איך וויל זיין אזוי און אזוי דעמאלטס וועל איך זיין איינער מיט מעלות,
פארשטייסט וואס איך מיין?
בעסער זאל דער מענטש זיך אויפבויען זיין אייגענע ווערד טאקע דורך זיין "עצם מהות" לויט זיינע "כוחות הנפש" ער זאל מחשיב זיין זיינע כוחות און פילן ביי זיך אז יא איך לויט מיינע כוחות קען יא אנקומען צו דעם ריכטיגן וועג בע"ה


יישר כח פאר די קאמפלימענט! ס'מיר א חיזוק..

שטארקע דיבורים!

ביסט גערעכט זיך מחזק זיין מיט די מעלות איז איינגעשטעלט, ווייל איך שפיר עס דאך נישט, ווי פריער ערווענט אז דאס איז די חיסרון ביי די בעלי הרגש, אז זיי מוזן אלעס שפירן שטארק, און טאמער נישט האט עס קיין שוויות ניט, און הא גופא איז זייער חיסרון אז זיי שפירן אז זיי האבן נישט קיין מעלות, און זיי זענען בארעכטיגט צו האבן דעם חיסרון גופא.

און בוודאי זיך בויען לויט די אייגענע כוחות! ובפרט ווען מ'אנדערקענט אז איך מעג זיין מיך! ווייל ווען פילט א מענטש אין תפיסה צו זיין זיך? ווען ער פילט ווי זיינע הרגשים זענען אראפגעקוקט! די וועלט עקסעפט נישט מיין אייגענע מציאות, משא''כ ווען מ'טראכט אז איך מעג זיין מיך ווייל איך האב רעכט צו האבן דעם חיסרון! און אונז אלע זענען אראפגעקומען צו ארבעטן אויף די וועלט, אבער ס'מיינט נישט אז איך דארף שוין היינט זיין מתוקן, געב מיר א 70 יאר וועלמיר רעדן דעמאלטס..

יעדער האט חסרונות מיט מעלות, זה לעומת זה, די חילוק איז נאר אז דו ביסט א בעל נפש מיט גרויסע כוחות (אזויווי דו ברענגסט גוט ארויס..) האסטו כנגד זה א גרעסערע עבודה אויסצוארבעטן
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » זונטאג נובעמבער 19, 2017 5:48 pm

און אויך דארף מען וויסן אז "זוכן", "זיין א מבקש" איז א תכלית פאר זיך, מענטשן האבן א טעות און מיינען אז זוכן איז פשט אז יעצט האט מען עפעס נישט און מען זוכט כדי עפעס צו טרעפן, סאו די גאנצע צייט וואס איך זוך בין איך עפעס..... אזוי בין שמים לארץ, ס'איז פונקט פארקערט, די ענין פון זוכן איז א תכלית פאר זיך, פאר דעם זענען מיר דא, מבקש צו זיין דעם אמת, זוכן און זוכן, און נישט אויפגעבן, הלוואי זאלן מיר קענען זוכן א גאנץ לעבן.
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג נובעמבער 19, 2017 5:58 pm

גאר גוטע געדאנקען איינס ביי איינס.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג נובעמבער 19, 2017 6:04 pm

סהערט זיך יאנטשי אבער די בעסטע עצה פאר אזא סארט טבע איז פשוט קובע זיין יעדן טאג א צייט, פינף מינוט, צען מינוט, וואס מען איז אליין מיט'ן באשעפער. אבער יעדן טאג מיט א קביעות. רעדן צום אויבערשטן און אים דערציילן אלע געפילן און קוועטשערייען. ס'איז אן אויסטערלישע הרגש ווען מען שפירט אז איינער פארשטייט מיך און ס'איז א באסט פאר'ן גאנצן טאג ווען מען דערמאנט זיך אז מען וועט באלד האבן די פערזענליכע מינוטן ווען מען וועט קענען אראפווארפן אלע שווערע פעקלעך.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5825
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 19, 2017 10:57 pm

שטארק!!!!! יעדער דא.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

טראכט איבער
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm

תגובהדורך טראכט איבער » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 9:44 am

מטעמים האט געשריבן:שטארק!!!!! יעדער דא.

גא''מ מצטרף אשרינו

נישט דא שענערס פון דעם איינער דערציילט פון זיין הארץ אמת זיינע רוישע געפילן און דילעמעס און א צווייטער מיט א זאפטיגע טינט בארואיגט און שטארקט
עוערי באדי טאגעדער גיף יאר סעלף ביג עפלאדס ענד פיל אפ די אשכול
מיט עצות און אהבת ישראל

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 3:11 pm

טראכט איבער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:שטארק!!!!! יעדער דא.

גא''מ מצטרף אשרינו

נישט דא שענערס פון דעם איינער דערציילט פון זיין הארץ אמת זיינע רוישע געפילן און דילעמעס און א צווייטער מיט א זאפטיגע טינט בארואיגט און שטארקט
עוערי באדי טאגעדער גיף יאר סעלף ביג עפלאדס ענד פיל אפ די אשכול
מיט עצות און אהבת ישראל

;l;p-
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט