Free Delivery איז עס טאקע אזוי?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

Free Delivery איז עס טאקע אזוי?

תגובהדורך מילין_יקירין » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 8:32 pm

די מאגן גרידשעט, מ'איז הינגעריג. מען דערמאנט זיך אן אנאנס אז מ'קען באשטעלן עסן, טשייניז עסן, וכדומה, און עס שטייט קלאר "פרי דעליווערי"
וויל איך פרעגן דא 2 פראגעס:
1) אויב בין איך מחייב צו געבן א "טיפ" פארן גוי, איז עס נאך אלץ פרי????? און אויב טיפ איך נישט, וועלן זיי עס פארלאנגען! אדרבה, זיי וועלן מיר נישט דעליווערן דאס עסן אויב זעהן זיי נישט קיין טיפ, ווייל פינעם געשעפט אליין קריגן זיי נישט באצאלט, אדער וועלן זיי עס דעליווערן נאך אלעם, ווען דאס עסן איז שון קיל און סאאאגי.

2) פרי דעליווערי? אזוי? דאן וואס איז די 25 דאלער מינימום ארדער??? און ווען עס איז געווען נאר 20 טולער, איז די טשייניז עסן געווען 19.99, אזוי מוז מען קויפן פאר נאך געלט! און דאס אז איך באצאל דעם טיפ, איז אויך נישט נכלל אינעם "מינימום", דאן קומט נאך צו א פעטן טעקס ווייל ס'איז "רעסטאראנט פלעזשער פוד".

און פארוואס טאקע נישט געבן דעם אפשן צו קויפן אונטער זייער מינימום, און באצאלן די 5 טולער וואס "אובער איטס" בעט.

בקיצור. כ'בין זייער אפסעט אויף דעם.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 11:56 pm

אפסעט אינדיד.

און מיר קויפן טאקע - ווען מ'זעמער אין ווילי און הונגעריג און נישט אין די גיסטע צו גיין קויפן עסן - דורך אובער איטס.

אויב קען מען שעירן מיט ווארקמעיטס וועלכע זענען אויך הונגעריג, הרי טוב, און אויב נישט, שטעלעך זיך פאר ווי כ'עס אין א היי קלעס רעסטוראנט, אויף טשיינע דישעס, אין די טונקל (דים לייטונג - מען זאל נישט זעהן די שמוץ אויפן טעלער...), דאן וואלט דאך צוועלף טאלער א מאלצייט געווען א מציאה...
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22575
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 9:21 am

נישט פארהאן אזא זאך ווי פרי דעליווערי.

ערגעץ באצאלט דער קאסטומער דערפאר, פריער אדער שפעטער, דירעקט אדער אומדירעקט.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

פרץ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 5:07 pm

תגובהדורך פרץ » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:49 pm

צולייגער האט געשריבן:אפסעט אינדיד.

און מיר קויפן טאקע - ווען מ'זעמער אין ווילי און הונגעריג און נישט אין די גיסטע צו גיין קויפן עסן - דורך אובער איטס.

דיזע חודש זענען זיי FREE

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:32 pm

נאר ביי דיר אדער א אלגעמיינער פראמא?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

פרץ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 5:07 pm

תגובהדורך פרץ » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 2:52 pm

זיך געטראפן דערמיט, זאגט מיר איינער אז סאיז AUGUST אין ברוקלין

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 3:00 pm

איך נוץ Seamless.com, א מחי'.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט