אדווערטייזמענט: "הושענא פינת יקרת" - דער עתיד פונעם חסידישע יישוב אין טבריה עילית..

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: "הושענא פינת יקרת" - דער עתיד פונעם חסידישע יישוב אין טבריה עילית..

תגובהדורך ivelt אדווערטייזמענט » מאנטאג פאברואר 03, 2020 8:57 am

"הושענא פינת יקרת" - דער עתיד פונעם חסידישע יישוב אין טבריה עילית..


ווי באריכטעט האט זיך לעצטנס געשאפט א חסידישע יישוב אין טבריה עילית (די אויבערשטע חלק פונעם שטאט טבריה), דער יישוב איז בעזעצט געווארן מיט די סלתה ושמנה פון ארץ ישראל, יונגעלייט וואס האבן פארלאזט זייער הייזער / געגנטער / קהילות און געוואנדערט צו א נייע יישוב ווי דרייסטע נחשונים, צוליב די רואיגקייט ביליגער לעבנסטשטייגער אין יענעם געגנט.
דער יישוב באשטייט מערסטנס פון ערנסטע אחריות'דיגע יונגעלייט, טייל זיצן באהלה של תורה און טייל זענען נהנים מיגיע כפיהם, הצד השווה שבהם, קיינער פון זיי קען זיך נישט ערלויבן צו לעבן קיין שפענדערישע לעבן, און קענען נישט עפארדן די טייערע האוזינג פרייזן אין די צענטראלע חרדישע געגנטער אין ארץ ישראל.

עס האט גענומען א שטיקל צייט ביז עס האט זיך צונויפגעשטעלט א געהעריגע קהילה, צום ערשטן מיט די התרחבות פון די קארלינער חסידים, וואס זיי זיצן שוין דארטן לאנגע יאהרן און דערנאך מיט די ברייטע נייע צאנזער קריה, וואס ענטהאלט און זיך א צאהל פון הונדערטער נייע שיינע דירות, ביז לעצטנס פון די דערנעבנדיגע נייע גרעסערע געגנט "נוף כנרת", וואס אלע דירות ווערן פארקויפט פאר שפאט ביליגע פרייזן. צווישן די מתיישבים זענען פארהאן אויך כללות'דיגע חסידישע יינגעלייט (וואס געהערן נישט צו איינע פון די אויבנדערמאנטע קהילות) וואס האבן געפארעמט זייער אייגענע קהילה.

פאר עטליכע יאהר צוריק האט זיך אהינגעצויגן הרה"ג ר' יוסף קדיש בראנדסדארפער שליט"א בעמח"ס 'אורה ושמחה' על הרמב"ם, און 'חזקת טהרה' אויף אהלות, (א זוהן פון הגאון הצדיק ר' מאיר זצ"ל בעל קנה בושם), און ער דינט אלס דער דיין און מורה צדק פאר'ן כללות'דיגן חסידישן ציבור אינעם געגנט, און רב אינעם ארטיגן ביהמ"ד 'קהילות החסידים'.

בקשו לישב בשלווה, אבער ווי באקאנט האט די חרדישע אידנטום אין טבריה זיך אנגעליטן שווערע צרות פונעם קיריאזן מאיער רון קובי. קובי'ס טיקעט לויפנדיג פאר מאיער איז אפציעל געווען פול מיט האס און שנאה קעגן רעליגיעזע אידן און חרדישע אידן בפרט, שטייענדיג אין וועג פאר יעדע דבר שבקדושה.

כאטש דעם ארטיגן ביהמ"ד איז געווען גענצליך על טהרת הקודש, און מ'האט ב"ה נישט געדארפט צוקומען צו זייערע טובות ליהנות משולחן איזבל, אבער דער ווינט אין די גאס און איז געווארן זייער געדעכט מיט בלינדע שנאה קעגן חרדישע יידן בככל און די בתי מדרשים בפרט, דאס האט מען געקענט פיהלן אויף יעדן טריט און שריט.

פאר צוויי וואכן צוריק האבן די ארטיגע אידן אפגעאטעמט (און חרדישע יידן איבער גאנץ ארץ ישראל) נאכן הערן די בשורה אז טיהר את עיר טבריה, דער מאיער האט זיך געדארפט אנטזאגן צוליב נישט קענען אריבערפיהרן א בודזשעט, און יידישקייט קען שוין ענדליך אנפאנגען צו וואקסן און בליען אינעם שטאט טבריה.

אבער די השפעה פון די שנאה קעגן חרדישע יידן האט נאך אנגעיאגט צו אנזייען כאאס א טאג בעפאר, געווען איז עס זונטאג נאכט ט"ו טבת, ווען א פרעמדער פרייער פארשוין האט אריינגעשטורעמט אין דעם ארטיגן שוהל וואס שטייט אויף שזר גאס, און האט אנגעפאנגען צו שרייען פארשידענע האס ווערטער.

אינעם שוהל זענען געזעצן עטליכע יונגעלייט אין געלערנט, אין דער פארשוין איז צוגעגאנגען צו איינעם פון זיי און איהם געבעטן געלט, ווען דער יינגערמאן האט נישט געקענט צוזאמשטעלן מער ווי איין גאנצן שקל (ווי עס איז ליידער דער פינאנציעלער מצב ביי די ארטיגע איינוואוינער) האט זיך דער פארשוין גענומען שרייען "ווי לאנג וועלן ענק נאך טראגן די גלות'דיגע קליידער?", און ער האט זיך גענומען צוקלאפן און שטויסן דעם יינגערמאן, וואס האט אנטלויפן פון דארטן כל עוד נשמתו באפו.

דער יינגערמאן איז אריבערגעלויפן צום הויז פון דער רב הרב בראנדסדארפער שליט"א, פארלוירענערהייט אינגאנצן צוביילט און פאבלוטיגט אן קיין גלעזער און א קאפל, דער רב האט באלד גערופן פאר הילף און איהם געגעבן צו טרינקען און זיך בארוהיגן און דערנאך צוריקגעגאנגן צום ביהמ"ד צו איהם ברענגען זיין קאפל און גלעזער.

ווי נאר דער רב איז אנגעקומען אין שוהל, האט ער צו זיין שוידער געזעהן דאס ביהמ"ד אנגעצונדן אין פייער, ער האט שנעל גערופן פייערלעשער און געראטעוועט דאס שוהל פון שווערע היזיקים, אבער דאס באלעמער און חלק פון ארון הקודש, און עטליכע טליתים און חפצי קודש, איז ליידער אינגאנצן פארברענט געווארן. דער צושלאגענעם יינגערמאן האט מען אריינגעפיהרט צום רמב"ם שפיטאל, און ער האט זיך ב"ה ערהוילט.

אויסער די פיזישע היזיקות וואס דער פייער האט אנגעפיהרט, האט עס אויך זייער צובראכן די מאראל פון די ארטיגע איינוואוינער, פיהלנדיג אומזיכער און באפיינט פון די ארומיגע סביבה, די השפעה פון די שנאה איז אזוי ווייט, אז אפילו רעליגיעזע אדער האלב-רעליגיעזע אידן וואס געווענליך באווייזן נישט זייער שנאה אפן קעגן חרדישע יידן, אין טבריה איז אבער אנדערש געווארן.

יעצט וואס עס איז אנגעצינדן געווארן א ליכט פון האפענונג, איז מען ארויסגעקומען מיט א קאמפיין "הושענא פינת יקרת" צוזאמנעמען געלט כדי צו פאררעכטן און איברמאכן דעם בית המדרש. די קאמפיין האט באקומען הארציגע שטיצע פון די ארטיגע רבנים הרה"ג ר' אברהם דוב אויערבאך און הרה"צ המקובל ר' דוב קוק שליט"א.

אבער דא עקא, אז די טבריה'נער אידן זענען זייער ארעם און צוממערסטנס מיעוטי יכולת, זיי מוזן אנקומען צו די הילף און שטיצע פון בני חו"ל.

לאמיר זיך אנגארטלען און שטיין צו זייער רעכטע הענט, לאמיר ווייזן פאר אלע שונאי הדת אז "כן ירבה וכן יפרוץ", אידישקייט וועט בליהען איבערראל על אפם ועל חמתם.

https://metchy.com/tveria/




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קאנאדישע קאריספעדאנט, שטארקע חסיד און 12 געסט