וואס האב איך פון מיין לעבן ?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג אוקטובער 13, 2019 10:52 am

ווייטאגליך צו הערן!!!
זעט אויס אז רחמנים בני רחמנים האט א יוצא מן הכלל

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג אוקטובער 13, 2019 10:59 am

מחנך האט געשריבן:אבער די ווייטאג און קלעם וואס ס'מיינט נישט האבן קיין געלט ווען מ'דארף עס, און נאכדערצו אז בעלי חובות דרוקן און פארשעמען איז א צער וואס איז נישט צו באשרייבן! ה' יצילנו.

שמועה שמעתי אסאך יארן צוריק - ווער עס קען באשטעטיגן אדער אפפרעגן זאל זיך ווארעם אנרופן.
א איד האט זיך אפגערעדט פאר הרה"ק מוויזניץ מאנסי זצ"ל אז ער האט ליידער נישט קיין זש"ק. האט ער אים געזאגט: איך האב יא געהאט א שטוב מיט קינדער, אבער מיט געלט האב איך זיך זייער געמוטשעט. כ'בין נישט זיכער וואס איז ארגער: נישט האבן קינדער, אדער האבן קינדער און זיי נישט קענען שפייזן!
כווייס נישט דעם סוף מעשה, מסתמא האט ער אים ווארעם געוואונטשן וכו', אבער די פוינט איז אינטרעסאנט.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:55 pm

Screenshot_20191017-235132_Chrome.jpg
Screenshot_20191017-235132_Chrome.jpg (199.25 KiB) געזעהן 1694 מאל


אט אט , און עס האלט ביי 9 אלפים.

מי כעמך ישראל, וואסארא אחדות עס שיינט ארויס פון ציווישען די שפאלטענעס פון אייוועלט.

קאטאגאריש
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 2:06 am

פרישע הערינג האט געשריבן:די זוהר הקדוש שרייבט אין פרשת בלק, אז ס'איז דא דריי מיני תפילות, 1 - תפילה למשה דאס איז געוועהן א יאניק תפילה וואס נאר משה רבינו האט געקענט,
נאכדעם איז דא תפילה לדוד, וואס נאר דוד המלך האט געקענט, און די דריטע און די חשובסטע וואס דער אייבישטער זיצט און ווארט אויף איז, תפלה לעני, שרייבט די זוהר הקדוש אז דער אייבישטער ווארט אז די עני זאל זיך אויס'טענען מיט איהם, ווייל לב נשבר ונדכה אלוקים לא תבזה, יא איר ליינט גוט, זיך אויס'טענען מיטן טאטען אין הימל, ער ווארט אויף דעם,

טייערע אידן אויב פילט איר אז איר זענט אין די מצב פון מביא על דעתו ועל דעת קונו, גייט'ס אין א וויינקל און טענה'ט אייך אויס מיט אונזער גרויסען טאטען, וויינט'ס שרייט'ס, און זאג איהם אלע דיינע טענות, ביסט נישט קיין שגץ ווען די שרייסט אן דעם אייבירשטן ס'שטייט אין פסוק ואת שועתם און זייער געשריי, ס'שטייט נישט ואת שועתו און זיין געשריי, ווייל דער אייבישטער ווארט אויף דיין יאניק געשריי, און ער נעמט דאס ארום, און האט הנאה און א נחת רוח פון דעם, און הער נישט אויף צו שרייען ביז ער העלפט דיך,


איך האב קיינמאל נישט געהערט אז מען מעג שרייען אויפן אייבישטער, ביטע לייג ארויף לשון הזוהר

דעת הקהל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 7:18 pm

תגובהדורך דעת הקהל » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 8:36 am

זיך אויסטענהנען יא, שרייען יא, אנשרייען נישט..
זיך טענהען בדרך: די העלפסט יעדן איינעם העלף מיר אויך. העלף מיר ווייל ס'איז צרות וכו'. נישט: יעדן העלפסטו פארוואס העלפסטו מיר נישט?

אידיאט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

לשון הזוה"ק

תגובהדורך אידיאט » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 10:45 am

Capture.PNG
Capture.PNG (132.45 KiB) געזעהן 1205 מאל

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 12:52 pm

דעת הקהל האט געשריבן:זיך אויסטענהנען יא, שרייען יא, אנשרייען נישט..
זיך טענהען בדרך: די העלפסט יעדן איינעם העלף מיר אויך. העלף מיר ווייל ס'איז צרות וכו'. נישט: יעדן העלפסטו פארוואס העלפסטו מיר נישט?

די הייליגע תהילים איז פול מיט זיך אויסטענה'ן מיט'ן אייבערשטן,

קלי קלי למה עזבתני, אלקי אקרא יומם ולא תענה, וכו'
למה ה' תעמוד ברחוק תעלים לעתות בצרה,
למה לנצח תשכחינו וכו'
למה אלקים זנחת לנצח
למה ה' יחרה אפך בעמך

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 4:54 pm

זיך משתתף געווען!

האלט ביי איבער $9000

מאריך אף
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 08, 2019 11:04 am

תגובהדורך מאריך אף » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 6:14 pm

ווען מען רעדט פון זיך אויסגיסן דאס הארץ - דארף מען באַטאָנען: מען רעדט נישט דא נאר - פון 'בעטן פונעם אייבערשטן', מען רעדט דא פון א 'שמועס' אזוי ווי איינער וואס רעדט זיך אויס צו זיינס א נאנטער חבר.
ווען דו קומסט אהיים פון כולל אדער ישיבה זייענדיג נישט אין די בעסטע גוסטע, היינט איז עפעס נישט געווען "דיין טאג", עס האט זיך נישט געלערנט, דו האסט זיך אומוועלנדיג פארשמועסט, דער מנהל האט דיר גוט אנגעשריגן, דער ראש הכולל האט דיר געוויזן א זויערן פנים - דערציילסטו דאס פאר דיינע ארומיגע - נישט ווייל זיי גייען דיר העלפן, נאר די טיילסט זיי מיט - מיט דיינע טעגליכע פאסירונגען, דו רעדסט זיך פשוט אויס.
ווען דו דערציילסט די אלע זאכן פאר'ן אייבערשטן, דאן שטעקסטו דאס אלעס איין אין די ריכטיגע פלאץ, עס איז אנגעגרייט פאר דיר א אפענע אויער צו הערן פון דיר אלע דיינע געפילן, האפענונגען, רעגענישן, באדערפענישן, מיט אסאך פאטענציעלן דיר צו העלפן. עפן נאר אויף דיין מויל!...

אפשר קוקט עס דיר אויס אביסל פראסט אריינצולייגן דעם 'שמועס' אין א ראם פון 'שמועסן אזויווי צו א חבר', אבער אויב דער הייליגער 'מסילת ישרים' און נאך פריערדיגע צדיקים דריקן זיך שוין אזוי אויס דערויף, קענען מיר רואיגערהייט נאכגיין אין זייערע פיסטריט.

אט האט איר דא פאר אייך די הייליגע לשון פונעם 'מסילת ישרים'(פי"ט); "מי שהוא בעל שכל נכון, במעט התבוננת ושימת לב יוכל לקבוע בלבו אמיתת הדבר, איך הוא בא ונושא ונותן ממש עמו יתברך, ולפניו הוא מתחנן, ומאתו הוא מבקש, והוא ית"ש מאזין לו, מקשיב לדבריו (כמו שאומרים 'כלי אוזן') "כאשר ידבר איש אל רעהו, ורעהו מקשיב ושומע אליו"!

אזוי אויך שרייבט דער חזון איש אין א בריוו (אגרות חזון איש ח"ב מכתב ב);
"מה נפלא הדבר, כי ביכולת האדם להשיח דאגותיו לפני אדון עולם יתברך - כאשר הוא משיח לרעהו, והמקום מכנהו ילד שעשועים"

אזוי אויך ווערט געברענגט פון הרה"ק מ'טאהש' זיע"א (עבודת עבודה שיח"ק ח"ב דף שנ"ו);
"וכן נזכה להתדבק בעבודת התפילה כראוי, לדבר אליו יתברך מקירות הלב - זיך 'גוט' אויסשמועסן מיט אל רעהו כביכול"...

עס איז איבריג צו ערקלערן אז דער כוונה דא איז נישט חס ושלום אראפצושלעפן די 'יראה' און פארכט וואס פעלט זיך אויס בשעת מען זיצט פאר'ן אייבערשטן. אוודאי דארף אזא שמועס צוגיין מיט די ריכטיגע געפיל אז מען רעדט אצינד צום 'מלך מלכי המלכים' וואס ער ווייסט אלעס און ער מאכט אלעס, און אזוי ווייטער. מיר רעדן נאר דא כלפי די אפענקייט, מען זאל אינגאנצן אויפשליסן די אלע טיף פארבארגענע געפילן, אזויווי מען שמועסט זיך אויס מיט אַן אמת'ע גוטע חבר.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 7:00 pm

איך פארשטיי דעם פותח האשכול טויזנט און איין פראצענט. ווער עס איז שוין אפילו אדורך א צענטל פון וואס ער שרייבט פארשטייט גיט וואס ער רעדט.

הרחיבי
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 9:20 am

תגובהדורך הרחיבי » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:59 am

א גוטע וואך מיינע טייערע פריינט.

איך פיל אז איך מוז צוריק אריינקומען דא נאכאמאל זיך עקסטער באדאנקן פאר יעדן פערזענליך פאר די חיזוק און סופארט און בפרט די געלט וואס האט מיר אפגעראטעוועט. סאיז באמת נישטא קיין ווערטער. איך פיל אז יעדעס ווארט איז אינטערגעשאצט. די מי כעמך ישראל איז ארויסקגעקומען אויפן שענסטן פארנעם אויף אזא אימגעראכטענע וועג. ב״ה איך האב מיר זייער שטארק געטוישט די מצב איז געווארן אסאך געטוישט א דאנק ענק. איך האב לע״ע א פול טיים דזשאב וואס ברענגט שיין געלט צום לעבן און מיטן אייבערשטענס הילף וועט מען זיך בקרוב אינגאנצן שטעלן אויף די פיס אליינס און קענען העלפן אנדערע. אבער איין זאך געדענקטס אינטער יעדע מענטש איז דא א סטארי. קיינמאל נישט דן זיין קיין מענטשן און אייביג פרובירן מיט וואס מקען העלפן א צווייטן.

איך האב באקומען זייער אסאך אישי׳ס פון טייערע אידן וואס האבן אנגעטראגן הילף זה בכה וזה בכה אבער איינער איז דא וואס ממש ער לאזט מיר נישט מנוחה ער וויל מיר ממש העלפן. ער וויל מיר אויסבארגן א געוויסע סכום געלט פאר א לענגערע צייט מיט גרינגע טערמס. איך בין אביסל דורכגעגאנגען די וויכטיסגטע חובות וואס דארף ווערן יעצט באצאלט אונז זעמיר ארויסגעקומען מיט א סכום וואס איז מיט צען טויזענט מער. וואלטן דא געווען אידן וואס ווילן מיט אים מיטארבעטן ? זיין שותפים מיט אים ? נישט קיין צדקה נאר א הלוואה אויף א לענגער צייט מיט גרינגע פעימענטס.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט