א שטורעם אין מאנסי

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
רינדעכיג
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: וואו נישט

א שטורעם אין מאנסי

תגובהדורך רינדעכיג » דינסטאג יולי 09, 2019 8:10 am

וואָס איז די שטורעם?!

אַ פּחד, אַ שרעק!
עס הערשט א שטורעם, יא פשוטו כמשמעו!
עס שווינדעלט נאך אין קאפ די קייט פון שטורעמ'ס, וואס גייט ברענגען א פרישע שטורעם, און ס׳איז שווער זיך מצמצם צו זיין די מחשבות.
אָבער, פאָרט מוז מען קאנצעטרירן די געדאַנקען, זיך מסדר זיין דעם מח, און אראפּגעבן, כאטש אין קורצן, וואָס האָט געברענגט דעם שטורעם, און וואָס מיינט דאס פאר יעדן יחיד ויחיד.

אַ שטורעם, שוין 35 יאָר!
באמת, האָט זיך די שטורעם אנגעהויבן נישט פון היינט. עס גייט צוריק שוין גאַנצע 35 יאָר!
יאָ, מיט אומגעפער פינף און דרייסיג יאָר צוריק איז אויפגעשטאַנען אַ ווארעמער טייערער איד, בנן של גדולים העושה גדולות, רב הפּעלים, מיט א פלאַקערדיג הארץ לכל דבר שבקדושה, ובפרט צו העלפן אידישע קינדער בעת הצורך, און אָנגעהויבן דורכפירן אַן איבערקערעניש אין מאָנסי.
מאָנסי איז בימים ההם נישט געווען די ריזן-שטאָט וואס זי איז היינט. אפילו נישט א דמיון דערצו. א קליין שטעטל געווען. יעדער האט זיך געקענט טאַקע אָבער גלייכצייטיג האָט מען געלעבט יעדע פאַר זיך. קיין גרויסע עסקנות און חסד ארגאניזאציעס איז נאך דעמאלט נישט געווען. אַז אַ משפּחה האָט געהונגערט, אז א איד איז דורך אַ צרה, איז נישט געווען עכט ווער ס׳זאל זיך דערמיט אָפּגעבן. אפּגערעדט פון א קערפּערשאפט וואס זאל זיך דערמיט באַפאַסן, מאן דכר שמי׳.
אָט דעמאָלט, אין יענע יאָרן, האָט זיך אַרויסגעשטעלט אָט דער העלדישער גאון החסד והצדקה, מגזע אראלים ותרשישים, און מיט זיין גאנצע נשמה, מיט זיין גאנצע הארץ, מיט זיין גאַנצע חיות האט ער זיך גענומען דורכפירן אַ מהפּיכה; פּשוטו כמשמעו!
וואס הייסט אז ס׳דא משפּחות וואס האבן נישט צו עסן און מ׳לאָזט זיי הונגערן? האָט ער געמאנט און געפאָדערט.
אבער ביים פרעגן שאלות האט אט דער רב הפּעלים זיך נישט אָפּגעשטעלט; ער האָט זיך גענומען טון תכלית, ווירקן אויף למעשה! בכל נשמתו, בכל כוחו, בכל נפשו, האָט ער זיינע טעג און נעכט אַוועקגעאָפּפערט צו העלפן אידישע קינדער אין נויט, אפּשפּיגלענדיג א בפירוש׳ן מהות פון ״ועושה חסד לאלפים״ אויף אַ פארנעם וואס די שטאָט האט ביז היינט נישט געזען!
פון העלפן יחיד נאך יחיד, משפּחה נאך משפּחה, ביז׳ן גרינדן און עפענען אַ פולשטענדיגע אָרגאַניזאַציע צו ראַטעווען משפּחות פון ה-ו-נ-ג-ע-ר, מיט אומגלויבליכע ווייטגרייכנדע פּעולות חובקות זרועות עולם, וואָס האָבן ווירקליך געשאַפן אַ ״שטורעם״ דאָ אין שטאָט.
אַ שטורעם, וואָס טוט איבערקערן, און איז מחולל ניסים ונפלאות יעדן שבת, יעדע וואָך, עד עצם היום הזה, 35 יאָר שפּעטער!

אַ שטורעם מיט ״געבן עסן פאַר אידן״
יאָ, טייערע אידן, עס איז געווען האי גברא רבא יקירא — אליין אַ רב בישראל, אַ תלמיד חכם עצום ותופס ישיבה ומעמיד תלמידים הגונים — וועלכער איז געווען דער ״איין מאַן באַנד״ וואָס איז געשטאַנען, און שטייט עד היום, אונטער די גרינדונג און אָנפירונג פון דער ריזן חסד-אפּאראט, וואס שענקט עסן פאר הונדערטער משפּחות תושבי מאנסי יעדן איינציגסטן שבת.
אָט דער עושה חסד לאלפים — וואס אין זיינע אָדערן לויפן רחמנות און זיין האַרץ פּאָמפּט מיטלייד מיט אידישע קינדער אין נויט — האָט פּשוט נישט געקענט צוקוקן ווי יעדן שבת זענען דאָ משפחות וואס בלייבן הונגעריג, קינדערלעך וואס האבן נישט קיין סעודה, און ער האט אנגעהויבן ״פּערזענליך״, איינער אליין, ארומצוגיין יעדן שבת זיי אפּטראגן אַ פּעקל מלא כל טוב וטוב, צו האָבן צו קאָכן און צו עסן פאַר שבת.
שבת נאך שבת איז דער טייערער איד אַרומגעלאָפן מיט די אייגענע צען פינגער, און אזוי זיי געשפּייזט, ווי אן אב רחום, הונדערטער און טויזנטער נפשות, וואס האָבן זיך ערנערט מדי שבת בשבתו אדאנק זיין גוטהאַרציגקייט!
פון עטליכע משפּחות איז דער ציפער געוואקסן, אינאיינעם מיט די פּעולות אדירות שפּעטער זיך צעשפּרייטנדיג מיט צענדליגער וואלונטירן און מיטהעלפער, ווען במשך די יארן האבן שוין ״טויזנטער״ מאנסיער משפּחות, בלי שום גוזמא, פון דעם איד הנאה געהאט!
איין איינציגער מענטש, האט אט די ״שטורעם״ — וואָס קערט איבער וועלטן ביז׳ן היינטיגן טאָג — צושטאַנדגעברענגט!


אַ שטורעם פאר קינדערלעך אָן אַ מוסד!
ביי אונז אין דער שטאט מאנסי איז געווען אמאל א לאגע מיט מיידלעך וואס האבן זיך געוואלגערט אין די גאסן צוליב וואס קיין שום מוסד האט זיי נישט אריינגענומען. דאס הארץ האט פאר זיי געריסן. יעדער האט פארשטאנען אז ״מ׳דארף עפעס טון״, אבער במציאות האט גארנישט פּאסירט.
ווער האט איבערגעקערט די שטאט פאר זיי? ווער האָט זיך אליין גענומען ארבעטן, איינער אליין, זיי צו העלפן?!
אט נאכאמאל דער טייערער איד, דער איש החסד וכביר הפּעלים! ס׳האט אים נישט געברענגט קיין כבוד, קיין געלט, נאר פּונקט דאס פארקערטע! ס׳האט אים געקאסט בלוט, צייט, עגמת נפש, כוחות, געלט. אבער גארנישט האט אים נישט אפּגעשטעלט!
ער איז געגאנגען מיט די אייגענע כוחות און פאר זיי געעפענט א פרישן מוסד!
ער האט גענומען אויף זיך אסטראנאמישע חובות, ער האט זיך מקריב געווען פאר זיי זיין לעבן, ער האט אוועקגעאפּפערט זיינע טעג טעג און נעכט, בלויז אַז אידישע טעכטער זאלן אפּגעראטעוועט ווערן פון פאַרפאַלן גיין ח״ו, צוליב זיך דרייען אין די גאַסן.
עס האט אים געקאסט כוחות, עס האט אים געקאסט בלוט, אבער ער האט זיך נישט אפּגעשטעלט פאר גארנישט!
מיט מסירת נפש ממש האט ער געטראגן אויף זיך אט דעם מוסד, און געראַטעוועט דורות ודורי דורות פאַר׳ן הייליגן באַשעפער, וואס זייערע קינדער זענען שוין היינט הערליכע גידולים דאָ אין אונזער שטאָט, לשם ולתפארת!

א שטורעם פאר יעדן דבר חסד!
אָבער ווי ס׳גייט דאס ווארט, ״ווער ס׳טוט פאר איינעם, דער טוט פאר יעדן״, אזוי האט דער טייערער ״גאון החסד״ געטון און געהאלפן און געווען אינסטרומענטאל אין יעדע דבר שבקדושה וחסד פאר אידישע קינדער.
וואו נאר א קעיס דא אין שטאט, וואו נאר א צעבראכן הארץ, א משפּחה אין צרה, איז ער געווען דער אַדרעס!
וויפיל אידן וואס זענען געווען ״פארזינקען אין חובות״ ביז איבער׳ן האַלז, האבן ביי אים געטראפן א הארציגן, ווארעמען אויער און ער האָט זיי צוריקגעשטעלט אויף די פיס;
וויפיל אידן וואס האבן ״נישט געקענט קויפן אין גראסערי״, די קינדער האָבן געהונגערט אָן אַ ביסן אין מויל האָבן פריי אויפגעשריבן און געקויפט אויף זיין קאנטע;
וויפיל היימישע משפּחות דא אין שטאט וואס זייערע הייזער זענען געווען ״אין סכנה פון פאָרקלאָוזשער״ ה״י זענען דורך דעם איש צדיק געראטעוועט געוואָרן;
וויפיל טייערע פאמיליעס ״אויפ׳ן שוועל פון געריכטליכע עוויקשאָנס״ זענען ב״ה אפּגערעטעט געווארן פון בזיון, חרפּה, צער, עגמת נפש, דורך זיינע פּעולות!
וויפיל ״יתומים ויתומות״ האָבן חתונה געהאַט און אויפגעשטעלט שטיבער נאָך וואָס דער דערבאַרעמדיגער עושה חסד ״האָט זיי חתונה-געמאַכט״ ווי אַן אייגענער טאַטע מיט זיינע אייגענע צען פינגער!
מ׳קען זאגן, באמת — און יעדער איז צו דעם עדות — אז ער איז איין שטיק האַרציגע חסד, וואס האט קיינמאל קיין איד נישט אפּגעזאגט.
ער האט איינפאַך ״איבערגעקערט״, געמאכט ״איבערקערענישן״ פאר יעדע משפּחה וואס האט אים געבעטן הילף; ער האט געשאַפן געלט, אויסגעלייגט געלט -- און זיך אליין פאַר׳חובות׳ט יענעם אַרויסצוהעלפן פון חובות!

ליידער ליידער: אַן איבערקערעניש ביי אים אין שטוב, ר״ל!
נסתרים דרכי ה׳, מיר פאַרשטייען נישט די וועגן פון הייליגן באַשעפער דער בעל הרחמים, אָבער בעוה״ר האָט אין אָט די שטוב, די בית מלא תורה, מלא חסד, מלא צדקה, מלא אהבת ישראל, פּאַסירט א שרעקליכע איומ׳דיגע איבערקערעניש.
די אשת חיל, די געטרייע לעבנס-באגלייטערין וואס איז געווען זיין רעכטע האנט אלע לעבנס-טעג, אינאיינעם מיט אים אויפגעבויעט אַ לעכטיגע שטוב בדרכי אבותיהם הקדושים, אים צוגעשטאַנען און אונטערגעהאלטן אין די שווערסטע זמנים, האָט ליידער פאַרלוירן איר קאַמף צו די ביטערע מחלה ה״י און ליידער אויסגעהויכט איר נשמה אין אַ פריצייטיגן עלטער. רחמנא ליצלן.
ויצא בתוך העיר ויזעק זעקה גדולה ומרה!
די שטאָט האָט אויפגעציטערט. כל לבב דוי וכל ראש לחלי!
אונזער שטאָט וויינט און קלאָגט — אויף די צרה איומה ונוראה, אזא טייערע אידישע מאמע איז נעבעך אוועקגעריסן געוואָרן פון איר שטוב!
אונזער שטאָט וויינט און קלאָגט — דאס הארץ רייסט פון מיטלייד פאר דעם געהויבענעם מאַן, אין אישה מתה אלא לבעלה, וואס האט פארלוירן זיין עזר כנגדו, די קרוין פון שטוב, זיין לעבנס-באגלייטער!
אונזער שטאט וויינט און קלאגט — אויף די דריי טייערע קינדער וואס זענען נאָך אין שטוב, און זיי יאָמערן און שרייען געוואלד, וימאנו להתנחם נאך זייער ליבע טייערע מאמע, וואס האט זיי אזוי יונג, אזוי אומשולדיג, אזוי צארט, איבערגעלאזט אויף שטענדיג!
אונזער שטאָט וויינט און קלאָגט — די הערצער טריפּן בלוט אויף דעם שבר הנורא, אויף דעם בראָך וואס האט פּאסירט דייקא צו אזא איש החסד, וואס כל ימיו, זיין גאנץ לעבן איז א שטיק חסד און הילף פאר אנדערע שטיבער, ועכשיו אהה, דאָ אַליין האָט פּאַסירט אזא צרה איומה, לא יאומן כי יסופּר.
ווער קען אים דען טרייסטן, אחוץ דער בורא כל עולמים אליין.

רבותי, מ׳קען שוין נישט מער. ס׳מוז קומען א שטורעם!
אבער טייערע אידן, קלאָגן איז נישט גענוג. ס׳איז — אין תוך גערעדט — נישטאַמאָל בייהילפיג.
אונזער שטאָט קען, און מוז, טון מער פון דעם — אסאך, אסאך מער! ס׳מוז זיך איבערקערן! אין בוכשטעבליכן זינען פון וואָרט.
אַסאַך איז שוין פאַריבער אויפ׳ן טייערן רב, אַסאַך חובות האָט ער שוין געשלעפּט אויף זיינע פּלייצעס.
אָבער מיט די יעצטיגע ״איבערקערעניש״, האט זיך דאָס מעסטעלע שוין איבערגעפולט.
ס׳איז שוין עטליכע יאָר, און איבערהויפּט זינט ליידער די שווארצע וואלקן האט זיך אויסגעצויגן מיט דעם ביטערן מצב הרפואה פון זיין אשת חיל ע״ה, להבחל״ח, וואס ער האט אנגעהויבן אריינפאלן אין גרויסע חובות.
דער גרויסער פאַרנעמער, מיט די ברייטע פּלייצעס צו העלפן די גאַנצע שטאָט, האָט שוין נישט געקענט די ריזיגע חסד-אפּאראטן אליין אויפהאלטן אויף זיינע פּלייצעס, און וויסנדיג אז אויב ח״ו שטעלט ער זיך אפּ לאזט ער פאלן הונדערטער משפּחות וואס קיינער וועט זיך אויף זיי נישט אומקוקן, איז ער כסדר אריינגעקראכן נאך טיפער אין די חובות.
ס׳האט אים נישט געלאָזט במנוחה.
ואחרון הכביד, ווען די ״צרכי רפואה״ נעבעך פון זיין חשוב׳ע רביצין ע״ה האָבן אנגעהויבן אריינציען אין די גדולות, און דעם קאָפּ אויפ׳ן פּלאץ האָבן די אלע מיטמאכענישן און פּלאגענישן אויך אוועקגערויבט, האָט דאָס ליידער געגרייכט צו געפערליכע קלימאַקסן.
ביז ס׳איז געקומען צו א פּונקט, וואס זיינע חובות — באמת גערעדט: אונזערע חובות, מאָנסי׳ס חובות — האָבן געגרייכט די אסטראנאמישע סומע פון ״מיליאָן דאָלער״!
און דאָ איז עס געקומען צו א מצב, וואס ס׳איז שוין אומאויסהאַלטבאַר. ווייטער גייט עס נישט!
פון איין זייט איז מען אָט געזעסן שבעה על פטירת הרבנית הצדקנית ע״ה; פון דער אנדערער זייט, געוואלד און געשריגן, האט מען נישט א רגע מנוחה פון די בעלי חובות וואָס מאָנען און פאָדערן, און פון דער דריטער זייט דאַרף מען יעצט זיין ״א טאטע און א מאמע״ פאר די טייערע קינדערלעך הצריכים לאמם, אָבער פאַרבליבן זענען זיי, ליידער, בלויז מיט אים אַליין.
ווי קען דאָס דען איין צאַרט און איידל האַרץ אַלעס אַליין אויסהאַלטן? אַלעס מיט די אייגענע כוחות אַדורכטראָגן?
ווי איז דאָס אפילו מעגליך?!


מאָנסי גייט שטורעמן! א שטורעם ווי נאך קיינמאל בעפאר!
דוכט זיך, אז איר אליין פארשטייט שוין אַלעס, איר אליין שרייט יעצט ארויס פון האַרצן טיפן וואו דאָס פּינטעלע ״רחמנים בני בני רחמנים״ וואָס ליגט באהאלטן אין יעדן לב ישראל האָט אין די יעצטיגע מינוטן זיך אויפגעקאָכט מיט אַ העליש פייער:
די שטאָט מאָנסי ״מוז״ זיך איבערקערן!!!
מיר קענען אונזער בעל חסד, אונזער בעל טובה, נישט לאָזן ארונטערברעכן בעת צרתו!
נישטאָ אזא זאך! ס׳נישט מעגליך! מיר גייען דאָס נישט לאָזן!
מיליאן דאלער איז אסאך? יא, אמת! קיין פראַגע! אַ קאָלאָסאַלע סומע!
אָבער דערפאַר? זאָלן מיר זיך אפּלאזן פון דער גאַנצער זאך, און זיך באַגנוגן מיט׳ן געבן אַ קרעכץ און א צי מיט דער פּלייצע?
ניין! ניין! ניין! ניין!
ווייל מיליאָן איז א ריזן נומער, אָט דערפאר מוז מען מאכן אַ שטורעם!
יאָ! יאָ! יאָ! יאָ!
מיר גייען מאָנסי בוכשעטעבליך איבערקערן, אויפפלאַמען און אויפקאָכן!
און לאָמיר, תושבי מאָנסי, זיין אַליין אָפן און אויפריכטיג מיט זיך אַליין:
אויב שאפן מיר נישט אָט די ״גאנצע מיליאן דאלער״ ביז׳ן לעצטן סענט, קענען מיר נישט אויפהייבן אונזערע הענט מיט א ריין הארץ און זאגן: הייליגער באשעפער מיר האבן געטון אלעס וואס מיר האבן געקענט!
ווייל מיר ווייסן אלע זייער גוט, זייער קלאָר, אז מיר קענען אויסדריקליך יא!
מיר קענען אבסאלוט גרייכן א מיליאן דאלער!

אַנמוטיגט פון ״אָנליין קאמפּיינס״? — דערפאַר גייען מיר שטורמען!
איר האט שוין נישט קיין כח צו קיין ״טשערידי״ קאמפּיין? איר האט זיך געמאַכט אַ כמו-נדר אַז מער גיט איר נישט קיינעם פאַר קיין אָנליין-צדקה-אַקציעס?… איר ״דערהייבט נישט מער״ קיין כסדר׳דיגע פרישע אַקציעס?
מיר אויך נישט! און גלייבט אונז: דער איד, דער צדיק, דער רועה נאמן לעדתו, דער געטרייער טאַטע צו קינדער, אוודאי און אוודאי נישט! קיינער נישט!
אָבער דערפאַר? זאָלן מיר אים לאָזן פאַלן?! זאָלן מיר אויפהייבן די הענט און זאָגן: אנטשולדיגט, אדאנק אייך פאר׳ן אונז העלפן, אבער מיר קענען יעצט פאר אייך גארנישט טון, ווייל ״דער עולם האט נישט קיין געדולד מער צו טשערידי״?!...
זאָלן מיר איינפאַך ״אַוועקוואָקן״ פון אים און לאָזן דעם עמוד החסד בעירנו זיך לאָזן פּראַווען אין זיין שווער-פאַרפּלאָנטערטן מצב איינער אויפ׳ן שטורמישן וואַסער אַליין?
ניין! ניין! קיינמאל!
מיר זענען אידישע קינדער! מיר זענען רחמנים בני רחמנים! מיר ווייסן פון הכרת הטוב! דער הייליגער באַשעפער אליין פאָדערט פון אונז רחמנות ״מה הוא רחום אף אתה רחום״! די תורה הקדושה וואָרענט אונז ״לא תעמוד על דם רעך״!
במדה שאדם מודד מודדין לו; ס׳איז קיין ספק נישט אז ווען אזא מעשה זאָל ווען פּאסירן צו סיי וועלכן תושב מאנסי וואלט דער איש צדיק פאר אים איבערקערט די שטאט. יעצט, אז ער איז נעבעך בבחינת ״אין חבוש מתיר עצמו״, מוזן מיר — ליידער — דורכפירן די איבערקערעניש פאר אים און זיין שטוב, און פאר המשכת מעשי הצדקה והחסד.
ער האָט זיך יעצט אויפגעשטעלט, ל״ע, פון די שבעה; און מיר גייען אים אוועקשטעלן אויף אַ פעלזן-פעסטן באַזיס.

אַ שטורעם, וואָס וועט זיך צוריקקערן, ״בלויז מיט א מיליאן אין באַנק״!
ובכן רבותי, מאָנסיער ברידערלעך טייערע, דאָס איז עס.
די שטאָט גייט זיך יעצט איבערקערן! אָן קיינע ברירות!
און זאָל דאָס געהערט ווערן, פון אונזער האַרץ צו אייער האַרץ, ווי מיר פאַרשפּרעכן הייס, בכל לבבינו ובכל נפשינו:
מאָנסי וועט זיך נישט צוריקקערן צו נאָרמאַל, אַזוי לאַנג ווי מ-י-ל-י-אָ-ן טאָלער, עובר לסוחר, וועט נישט ליגן אין דער באַנק-קאָנטע אָפּצוצאָלן אַלע חובות פון אונזער בעל חסד!
מאָנסי וועט זיך נישט צוריקקערן צו נאָרמאַל, אַזוי לאַנג ווי זיין שטוב מיט די יתומים וועט נישט זיין אַראפּגעשטעלט מיט אַ פעסטן פונדאמענט ס׳זאָל קענען בעז״ה אָנגיין ווייטער און נישט אונטערברעכן!
מאָנסי וועט זיך נישט צוריקקערן צו נארמאל, אַזוי לאַנג ווי מיר וועלן נישט פארזיכערן אַז דער עמוד הצדקה וואָס אויף זיינע פּלייצעס עסן טויזנטער נפשות יעדן שבת, זאָל ווייטער קענען פאַרפיגן מיט זיינע צדקות חובקות זרועות עולם!

מיר קומען אים אַסאַך מער ווי מיליאָן — אָבער דאָס איז די מינימום!
צום שלוס, לאָמיר נאָך איין נקודה אַרויסזאָגן זייער קלאָר.
מיר קומען פאר דעם טייערן רב, ״דאָס האַרץ פון מאָנסי״, אסאך אסאך מער ווי מיליאן דאלער! עד אין שיעור וערך!
אָבער ״מיליאָן״ איז די מינימום, וואס מיר מוזן, מיר דארפן, און מיר וועלן בעז״ה צונויפשטעלן!
איר פרעגט וויאַזוי?
מיט די הארץ, מיט די נשמה, מיט די געפילן, און מיט די ״סכומים״, פון יעדן תושב מאָנסי! און פון אייך אַריינגערעכנט!
איר, טייערער לייענער פון די שורות, גייט אי״ה זיין אַ חלק פון דעם!
ס׳איז קלאָר: ״קיינער״ גייט זיך פון דעם חובת השעה נישט ארויסדרייען! ״יעדער״ גייט זיין אַ חלק צו גרייכן דעם ״מיליאָן״!
און דער זך שוכן מעונה, דער הייליגער דערבאַרעמדיגער פאָטער, וועט פון דאָרט אויבן אראפּקוקן אויף אונז, זען די איבערקערעניש ווי מיר רייסן פון זיך לעבעדיגע שטיקער צו העלפן אַזאַ איש החסד, וממקומו הוא יפן ברחמיו לעמו.
דאָרט אויבן אין הימל וועט אין אַזעלכע ״ימי חסד״ — ווען מאָנסי וועט זיך פאַראייניגן אין גרויסע רחמנות׳דיגע האַרץ —אַנטשטיין אַ שטורעם, א גערויש און אַ טומל, און דאָס וועט אראפּברענגען אַ קוואל פון רחמים וחסדים עלינו ועל כל ישראל, ויאמר לצרותינו די, אמן!

https://www.charidy.com/storm/ivelt
די חסימה באטן איז גרייט, ווער ס'האט נישט קיין איבעריגע צייט צו טראכטן פארן שרייבן וועט ווערן נחסם...

(קרעדיט: @וויכי)

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » דינסטאג יולי 09, 2019 8:36 am

טייערע יודן! ווען דער פותח האשכול איז ווייס איך נישט, אבער וואס און ווער דער שטורעם איז ווייס איך יא!
מ'רעדט דא פון א יוד וואס ס'נישט דא ביי אים אזא זאך פון זאגן ניין פאר א יוד קיינמאל! סיי ער און סיי די רעביצן ע"ה! מיר מיזן אים העלפן!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

בין ישראל לעמים
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » דינסטאג יולי 09, 2019 8:43 am

בדידי הוה עובדא
איך האב אמאל אריינגעקלאפט מיט איינעם צו אים אין שטוב צוויי טאג פאר פסח, ער איז ארויסגעקומען מיט די כשר'ן טאפ אין די הענט און אונז אויסגעהערט מיט הילל'ס געדולד, און נאכדעם זייער שיין ארויסגעהאלפן.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דינסטאג יולי 09, 2019 8:47 am

יעדע ווארט איז אמת. עס איז א מצוה ארויסצוהעלפן דעם רב וואס האט שוין געהאלפן הונדערטער משפחות אין מאנסי מיטן פילסטן עניוות און שלא על מנס לקבל פרס.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
טישטוך
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בכלל נישט דאהי...

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג יולי 09, 2019 10:07 am

פארוואס געבן זיי נישט ארויס דעם נאמען? יעדער מאנסיער ווייסט דאך סייווי פון וועמען מען רעדט...

עס איז זעלבסטפארשטענדליך זייער וויכטיג אים ארויסצוהעלפן, ער איז א מענטש וואס מען האט קיינמאל נישט געהאט קיין געלעגנהייט ביז יעצט אים צוריקצוצאלן פאר די אלע חסדים וואס ער האט געטון און טוט ביז יעצט.
[i]א מענטש האט גארנישט, קען גארנישט, אבער טוט אלעס.[/i]

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג יולי 09, 2019 10:13 am

באקומען אין אישי אז איך זאל אויך שרייבן אז ס'איז אמת ויציב

נאר א וויץ
לעצט פאראכטן דורך צייט שטיפער אום דינסטאג יולי 09, 2019 11:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » דינסטאג יולי 09, 2019 11:30 am

אמת ויציב, מיט זיין מיידעל סקול ראטעוועט ער משפחות און זייערע דורות

איך ווייס פון איינעם וואס ווען נישט די שבת פעקעל וואס זי באקומט פון אים יעדען שבת וואלט זי געהונגערט

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » דינסטאג יולי 09, 2019 12:04 pm

טמ"נ?!
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » דינסטאג יולי 09, 2019 10:55 pm

ברעטל האט געשריבן:טמ"נ?!

ניין!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3085
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג יולי 09, 2019 11:31 pm

הגם איך בין נישט א מאנסיער. אבער קאנענדיג דעם רב פו דער נאענט, גאר נאענט, קאן איך אייך זאגען, אז דאס איז ניטאמאל מקצת שבחו.
שבת פעקלעך. ראטעוועט אידען פון הונגער
די מיידל סקול. ראטעוועט אידישע דורות, וואס סיי די קינדער און סיי די עלטערן וואלטען שוין פערפאלען געגאנגען
בוי זיך זעלבסט

מצה בעקערי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

תגובהדורך מצה בעקערי » מיטוואך יולי 10, 2019 1:15 am

אלס איינוואינער אין אפסטעיט אגאנצן יאר קומט מיר אויס צו טרעפן דעם רב כאפן א מנחה איינמאל האב איך מיך געטרויעט צו פרעגן וואס אונז האבן די זכי' האט ער גענטפערט מיט א פשטות במתוק לשונו אז ער גייט באזוכן אין תפיסה כסדר

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך יולי 10, 2019 1:29 am

איך בין א מאנסי'ער ווייס איך אבער נישט פון וועם מען רעד
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך יולי 10, 2019 1:49 am

שוין זייער לאנג וואס איך האב נישט גענומען דעם פעדער (קיבארד בלע"ז) אויף צו שרייבן דא אויפן וועלטל, אבער אט דער דאזיגער שטורעם האט אויך מיך צושטורעמט און איך האב באשלאסן אז יעצט מוז מען שרייבן.

איי וועט איר פרעגן פארוואס "מוז" מען, וועל איך אייך זאגן אז באמת זענט איר גערעכט, ווייל דער פעדער איז צו ארעם, אך, וואס פעדער, דער מענטשליכער שפראך איז צו ארעם, צו קענען שילדערן דעם איד פון וועמען מען רעדט דא און זיינע מעשי הצדקה והחסד. און איך בין נישט מגזים, ווער עס קען אים 'אביסל' פון דער נאנט וועט עס אייך זאגן בפה מלא.

איך קען דא שרייבן פון היינט ביז מארגן און נישט ענדיגן, נאר פון זאכן וואס איך בין אליינס עדות. אבער איך וועל זיך באגענוגן מיט עטליכע קליינע עפיזאדן, אשר על הכלל כולו יצאו.

מיט עטליכע יאר צוריק, אין די העפטיגע טעג בעפאר פסח, ווען גאנץ כלל ישראל איז פארנומען מיט גאר וויכטיגע זאכן, איז דער דאזיגער צדיק פארנומען מיט זיכער מאכן אז יעדער מאנסי'ער איד זאל האבן מצות, וויין, פלייש און פיש פאר'ן סדר. יום ולילה לא ישבות, נישט קיין קעלט און נישט קיין היץ, נישט קיין רעגן און נישט קיין שניי שטעלט אים אפ. און אפילו נישט דער זייגער.

ער ארבעט שעה נאך שעה, טאג נאך טאג, רונדע דעם זייגער און ער ווייסט נישטאמאל וויאזוי מען שטעלט זיך אפ. אבער פארט איז ער א בשר ודם, און דריי טאג פאר פסח האט ער זיך פשוט אויסגעשטרעקט, ער איז צאמגעפאלן פון ערשעפונג, און... פון ווייניג נערונג. דער דאזיגער צדיק וועלכער האט נישט קיין רוה אז אפשר זענען נאך דא אידן אין מאנסי וואס האבן נישט אויף פסח צו מאכן, האט נישט געהאט קיין צייט פשוט צו עסן געהעריג צו נערן זיין גוף. מען האט פשוט מורא געהאט ער וועט נישט זיין אינדערהיים אויף פסח. אבער מיט'ן באשעפער'ס הילף איז ער ליל בדיקת חמץ צוריק אהיים געקומען, און ערב פסח צופרי בין איך אריבער צו אים אין שטוב, און ווי נאר ער האט מיך דערזעהן האט ער זיך דערפרייט: אה, דו פארסט דאך צוריק אהיים, גייסטו דאך דורך דעם הויז אויף יענעם אדרעסע, זיי אזוי גוט און טראג ארויף דארט א טשעק מיט דריי באקסעס מצה.

איך האב עס אליינס נישט געגלייבט, דער איד איז קוים פאר עטליכע שעה אהיים פון שפיטאל און ער האט גארנישט עפעס אנדערש אינזין נאר נאך א ארימע פאמיליע אין שטאט.

*

מיינער א נאנטער קרוב האט אים גערופן אז ער וויל אריבערקומען צו אים אין שטוב עפעס דורכרעדן מיט אים: יא, איר קענט אריבערקומען היינט נאכט, זייגער אכט.

זיבן אזייגער קלינגט דער טעלעפאן ביי דעם קרוב, דער רב רופט: זייט מיר מוחל, קומט ביטע זייגער צען, נישט אכט.

צען אזייגער שטייט ער ביים טיר און קלינגט דעם בעל, די טאטכטער עפנט און זאגט: מיין טאטע האט גערופן און געזאגט איר זאלט פליז ווארטן, ער וועט זיין דא ביז אפאר מינוט. און טאקע פינף מינוט שפעטער איז דער רב אנגעקומען, מיט די רביצין, און אים גראד אריינגענומען אין שטוב.

נאכ'ן רעדן מיט דעם איד ארום א האלבע שעה, מיט די גרעסטע רואיגקייט אים אויסגעהערט און פרובירט צו העלפן מיט זיין פראבלעם, קלינגט דער טעלעפאן, און דער איד הערט זיך צו ווי דער רב זאגט יענעם אויפן צווייטן זייט טרייבל: יא, ס'איז יענע מעשה, מען מוז שוין אנהייבן טריעטמענטס. נאך צוויי מינוט לייגט ער אראפ דעם טעלעפאן, און דער פרעגט אזוי, אוי וויי, ווער האט באקומען יענע מעשה, און דער רב ענטפערט מיט א פשטות: מיין רביצין.

דער איד איז דערציטערט געווארן: ווען?

יעצט, מיר קומען יעצט פון דאקטער, ענטפערט דער רב.

דער איד האט זיך אויפגעהויבן און געוואלט ארויסלויפן פון דארט. וואס? איר קומט יעצט מיט אייער אידענע פון דאקטער, ווי מען האט איר דיאגנאזירט מיט יענע מחלה און איך האלט אייך דא אויף א האלבע שעה מיט מיינע פראבלעמען?

אבער דער רב האט אים נישט געלאזט גיין. ער איז געזעצן מיט אים נאך א האלבע שעה ביז ער האט אים ארויסגעהאלפן מיט זיין פראבלעם.

יא, אט דאס איז דער איד פון וועמען מען רעדט.

און איידער איך ענדיג, מען האט אויסגעלאזט איין קליינע פרט אין דעם גאנצן באשרייבונג, אז בתוך השבעה פון די רביצין, האט מען דעם רב אויך אריינגעפירט אין שפיטאל ווי ער איז געווען פאר באלד אנדערהאלבן מעת לעת.

רבותי, לא עת לחשות, ענטפערט דעם רוף אז דער שטורעם זאל זיך קענען בארואיגן אביסל, ווייל עס שטורעמט נישט נאר דא אונטן, נאר אויך, און בעיקר, דארט אויבן. מען וויל דארט זעהן ווי כלל ישראל איז מכיר טובה פאר דעם מושיען של ישראל, דער מציל פון טויזענטער משפחות, דער רעטער פון הונדערטער בחורי ובנות ישראל, דער באשעפער דארט אויבן וויל זעהן ווי אונזער הארץ ווערט צושטורעמט פאר אזא איד וואס האט זיך אזוי מקריב געווען פאר זיינע קינדער.

און אז מיר וועלן ענטפערן דער רוף וועט דער באשעפער אונז זיכער באגיסן מיט פילע השפעות טובות בגשמיות וברוחניות. אבער יעצט איז אונזער שעה, יעצט וויל מען זעהן וויאזוי מיר שטעלן זיך צו, וויאזוי מיר ענטפערן דעם רוף.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך יולי 10, 2019 9:42 am

פאר עטליכע יאר צוריק האב איך געהאט די זכי׳ צו העלפען פאקען פעקלעך פאר אונזער רב, איך האב געגעבען געלט און איך בעט ווער עס קען געבן זאל זיך ביטע אנשטרענגען און געבן.

עס איז זייער א וויכטיגע צוועק, ווען איר העלפט אים העלפט איר טויזענטע אנדערע. גאר א גרויסע מצוה פאר ווער עס קען.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך יולי 10, 2019 11:18 am

פיין, מ'וויל נישט ארויסגיבן די נאמען פונעם עסקן, רב, ראש ישיבה, צדיק, רועה נאמן לעדתו און אלע אנדערע טיטלן וואס די פותח השכול שרייבט, אבער די נעמען פון די קאמפעין עסקנים דארף מען כאטש וויסן.
ווער איז אחראי אויף די געלט וואס גייט אריינקומען?

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך יולי 10, 2019 11:32 am

אזויפיל אקאונטס געהעקט אין איין טאג?

בלעכענער פנים
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » מיטוואך יולי 10, 2019 11:56 am

שקר האט געשריבן:איך בין א מאנסי'ער ווייס איך אבער נישט פון וועם מען רעד

איך בין אויך א מאנסיער אין כאב נישט קאנאאאנונג פון וועמען מ'רעדט

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך יולי 10, 2019 12:20 pm

דריידל האט געשריבן:פיין, מ'וויל נישט ארויסגיבן די נאמען פונעם עסקן, רב, ראש ישיבה, צדיק, רועה נאמן לעדתו און אלע אנדערע טיטלן וואס די פותח השכול שרייבט, אבער די נעמען פון די קאמפעין עסקנים דארף מען כאטש וויסן.
ווער איז אחראי אויף די געלט וואס גייט אריינקומען?

עס זעהט אויס אז עס דא א קפידא נאר מרמז צו זיין, וועל איך אייך ענטפערן ברמז.
קוקט ווער די 'teams' זענען:
תומכי שבת
בנות דרך ישראל
בעלזא
בני האדמו"ר מבראד שליט"א (ממיינט אדמו"ר מבראד-מאנסי, בן אדמו"ר מראדוויל זצ"ל)
ספינקא
האדמו"ר מדזיקוב-מעליץ שליט"א
תלמידים
ראדוויל
בארוב
'Friends and Family'

וד"ל...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9706
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 10, 2019 12:36 pm

דריידל האט געשריבן:פיין, מ'וויל נישט ארויסגיבן די נאמען פונעם עסקן, רב, ראש ישיבה, צדיק, רועה נאמן לעדתו און אלע אנדערע טיטלן וואס די פותח השכול שרייבט, אבער די נעמען פון די קאמפעין עסקנים דארף מען כאטש וויסן.
ווער איז אחראי אויף די געלט וואס גייט אריינקומען?

טעקניקלי ביסטו גערעכט - אלץ איינער וואס ווייסט נישט ווער דאס איז און וואס מען רעדט דא פון - אבער אויף למעשה נישט.

ווען גור אדער וויזשניץ קומט ארויס מיט א קאמפיין האסטו נישט קיין שום שאלות אויף די סארט זאכן. זיי זאגן נישט ווער איז אחראי אדער אויף וואס פונקט דער געלט גייט זיין.

דער סיטואציע דא איז גארנישט אנדערש, עס איז א גאר גאר גאר באקאנטער פאבליק פיגור (און דער אשכול האט גענוג און נאך שטארק איידענטיפייאינג אינפארמאציע איבער אים, וואס מען קען נישט קיין טעות האבן ווער דאס איז) און מען ווייסט אז ער איז אריבער יעצט דער שווערער מצב. איך ווייס אויך נישט פארוואס דער נאמען איז נישט קלאר געשריבן אבער אויב דאס איז וואס די עסקנים האבן געטון איי געס אזוי איז בעסער.
בלעכענער פנים האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:איך בין א מאנסי'ער ווייס איך אבער נישט פון וועם מען רעד

איך בין אויך א מאנסיער אין כאב נישט קאנאאאנונג פון וועמען מ'רעדט

איי געס ביסט קיינמאל געווען אינוואלווד אין עני חסד פראיעקטן און אסאך אנדערע זאכן. עס איז גאר א באקאנטע פיגור, און די אלע זאכן וואס מען דערמאנט דא איבער אים איז זייער קלאר ווער ער איז.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
א.ב.ג
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

תגובהדורך א.ב.ג » מיטוואך יולי 10, 2019 12:46 pm

בלעכענער פנים האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:איך בין א מאנסי'ער ווייס איך אבער נישט פון וועם מען רעד

איך בין אויך א מאנסיער אין כאב נישט קאנאאאנונג פון וועמען מ'רעדט

זייטס ביידע העפּי אז עטס ווייסט נישט ווער אין וואס ער איז..

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך יולי 10, 2019 12:52 pm

איך ווייס שוין
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3085
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך יולי 10, 2019 12:55 pm

א.ב.ג האט געשריבן:
בלעכענער פנים האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:איך בין א מאנסי'ער ווייס איך אבער נישט פון וועם מען רעד

איך בין אויך א מאנסיער אין כאב נישט קאנאאאנונג פון וועמען מ'רעדט

זייטס ביידע העפּי אז עטס ווייסט נישט ווער אין וואס ער איז..

אפילו די וואס קומען אן צו אים, ווייסען ניטאמאל אז עס איז דער צדיק וואס שטייט אונטער די הילף וואס יענער קריגט
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך יולי 10, 2019 1:23 pm

בלעכענער פנים האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:איך בין א מאנסי'ער ווייס איך אבער נישט פון וועם מען רעד

איך בין אויך א מאנסיער אין כאב נישט קאנאאאנונג פון וועמען מ'רעדט

ווען די וועסט הערן די נאמען וועסטו זאגן " אה, אוודאי ווייס איך ווער דאס איז"
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך יולי 10, 2019 1:26 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:
בלעכענער פנים האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:איך בין א מאנסי'ער ווייס איך אבער נישט פון וועם מען רעד

איך בין אויך א מאנסיער אין כאב נישט קאנאאאנונג פון וועמען מ'רעדט

ווען די וועסט הערן די נאמען וועסטו זאגן " אה, אוודאי ווייס איך ווער דאס איז"

איך האב שוין געזאגט איך ווייס פון וועם מען רעד
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך יולי 10, 2019 1:41 pm

קוקט אויס ווי עפעס א צדיק הדור, קיינמאל געוויסט מיר האבן נאך אזעלעכע צדיקים
(איז דאס נאך א פ. לאדאני אשכול?)


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לעמאן סאדע און 14 געסט