א חינוך שאלה וואס מאכט זיך גאר אפט

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אדם ישר
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 24, 2014 11:18 pm

תגובהדורך אדם ישר » דינסטאג מאי 21, 2019 10:47 pm

אפשר איז דא נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער וואס טוט מען ווען א דרייצען יעריגער בחור רייכערט?
ער האט שוין געכאפט א פאטש אבער עס העלפט נישט,
וואס דארף מען צו טון?
זיך נישט וויסענדיג מאכן?

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג מאי 21, 2019 11:19 pm

אדם, א פאני שאלה.
פארוואס טאקע ווילסטו נישט אז ער זאל רייכערן?

אויב האטסו א קלארע סיבה פארוואס ער זאל נישט רייכערן (און דו יא...), זעץ זיך אוועק מיט אים און מאך א קלארע שמועס דערוועגן.

דארפסט אבער זיכער מאכן צוויי זאכן. 1) אז ער זאל נישט קענען אויפווייזן אז אי'אמת'ן גייט דיך נישט אן דאס וואס דו זאגסט (למשל, אויב זאגסטו אים די פראבלעם אז עס איז נישט געזונט, אויב אזוי, פארוואס רייכעסטו. וכדומה).
2) אז די פארלאנג (אז ער זאל אויפהערן רייכערן), זאל זיין די איינציגסטע לעזונג צום פראבלעם (למשל, אויב די פראבלעם איז די בושות וכדו' וואס דאס פאראורזאכט, וועט ער טרעפן א מהלך צו דאס טוהן באהאלטן וכד').

אויב ווייסטו אליינס נישט פארוואס ער זאל נישט רייכערן (כ'מיין, פארוואס יא?...), דאן וואס ווילסטו פון אים? פארוואס זאל ער דאס יא פארשטיין?

נ.ב. "הפקרות" איז נישט קיין סיבה צום איסור (אויב זעצט ער זיך אוועק מיט א יראה עילאה, מיטן הוט און גארטל, אן קיין זכר פון הפקירות, וועט ער יא מעגן?...)

Greeneryid
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 6:23 pm

תגובהדורך Greeneryid » מיטוואך מאי 22, 2019 10:10 am

אדם ישר האט געשריבן:אפשר איז דא נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער וואס טוט מען ווען א דרייצען יעריגער בחור רייכערט?
ער האט שוין געכאפט א פאטש אבער עס העלפט נישט,
וואס דארף מען צו טון?
זיך נישט וויסענדיג מאכן?


מיין פריינד, א 13 יעריגער און ער רייכערט? עפעס זאגט מיר אז ער האט סאך מער פראבלעמען ווי רייכערן.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך מאי 22, 2019 10:37 am

אדם ישר האט געשריבן:אפשר איז דא נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער וואס טוט מען ווען א דרייצען יעריגער בחור רייכערט?
ער האט שוין געכאפט א פאטש אבער עס העלפט נישט,
וואס דארף מען צו טון?
זיך נישט וויסענדיג מאכן?

ער איז טאקע 13 יאר אלט ? אדער ווייל ער איז דיין קליינע ראצער און די אינגסטע א בחור קען זיין איז 13, רופסט עם אן א דרייצען יעריגער

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך מאי 22, 2019 10:57 am

Greeneryid האט געשריבן:
אדם ישר האט געשריבן:אפשר איז דא נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער וואס טוט מען ווען א דרייצען יעריגער בחור רייכערט?
ער האט שוין געכאפט א פאטש אבער עס העלפט נישט,
וואס דארף מען צו טון?
זיך נישט וויסענדיג מאכן?


מיין פריינד, א 13 יעריגער און ער רייכערט? עפעס זאגט מיר אז ער האט סאך מער פראבלעמען ווי רייכערן.

מאן יימר פראבלעמען? ער האט א גוטן חבר אין ביהמ"ד און ער איז אים מהנה. אגב איך קען אויך יונגע טאטערס וואס רייכערן פאר מנחה, צווישן מנחה און מעריב און תיכף נאך מעריב זיי האבן מיטאמאל קיין שכל אז אין איין שטונדע רייכערט מען נישט קיין 3-4 שטיק אום מ'רעדט דא פון נארמאלע בחורים.

איך וואלט דיר געראטן אז דו זאלסט אדורך רעדן די נושא מיט אן ערליכע קליגע יוד וועם דו קענסט פערזענליך און ער קען גוט דיין צדיק'ל.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

מחשב
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך מאי 22, 2019 11:08 am

בכל אופן איז א פאטש קיין מהלך פאר א דרייצען יעריגע בחור. במחילה. ער פארשטייט שוין א אנדערע שפראך, און א פאטש ברענגט א קאנטער ריאקציע.

חוץ דיבורים איז נישטא קיין מהלך. און אזוי ווי @יגעתי האט זייער גוט ארויסגעברענגט, אז איר דארפט זיין זייער קלאר פארוואס איר ווילט נישט אז ער זאל רייכערן, און 'דאס' אים מסביר זיין, און איר קענט דאס 'פאדערן' פון אים. אבער סתם זאגן "איך וויל נישט.. ווייל אזוי.." ברענגט נישט קיין רעזולטאטן.

אני הקטן זעה נישט פארוואס מ'דארף זאגן אז ער האט פראבלעמען אז ער רייכערט, מסתמא איז עס זיינע חברים, (עכ"פ אנגעהויבן האט זיך עס זיכער מיט חברים, אפשר יעצט ווען זאכן זענען אנגעווייטאגט איז עס שוין סתם אזוי). איז אויב זענען דאס נארמאלע בחורים, אפשר איז כדי צו רעדן מיט די מנהל/מלמד/מגיד שיעור, אויב זענען זיינע חברים 'יענע חברה' איז דאס א פראבלעם וואס דארף סתם אזוי שנעל אדרעסירט ווערן.

בהצלחה.
הוי מחשב...

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4986
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מאי 22, 2019 11:20 am

אדם ישר האט געשריבן:אפשר איז דא נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער וואס טוט מען ווען א דרייצען יעריגער בחור רייכערט?
ער האט שוין געכאפט א פאטש אבער עס העלפט נישט,
וואס דארף מען צו טון?
זיך נישט וויסענדיג מאכן?

אפשר גאר כאפן א ציגערעטל צוזאמען מיט אים?

ס'קאן זיין ס'פעלט אים פשוט אביסל ליבשאפט און שעצונג (פון זיינע עלטערן, אדער מגידי שיעור), ער באקומט עס פון זיינע חברים דורכן ציגארעטל.

זיך קריגן דעריבער, וועט נישט העלפן, א פאטש זיכער נישט, ס'וועט נאר מוסיף זיין אסאך פראבלעמען.

אויב האלטסו אז ס'איז נישט געזונט, כאפ א שמועס מיט אים אויף די קאוטש, די האנט אויף זיין פלייצע, און זיי אים מסביר די שעדליכקייט דערפון, און די אדיקשען וואס דא ברענגט מיט זיך, און די חסרונות וואס ס'האט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך מאי 22, 2019 12:04 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
אדם ישר האט געשריבן:אפשר איז דא נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער וואס טוט מען ווען א דרייצען יעריגער בחור רייכערט?
ער האט שוין געכאפט א פאטש אבער עס העלפט נישט,
וואס דארף מען צו טון?
זיך נישט וויסענדיג מאכן?

ער איז טאקע 13 יאר אלט ? אדער ווייל ער איז דיין קליינע ראצער און די אינגסטע א בחור קען זיין איז 13, רופסט עם אן א דרייצען יעריגער

אנטשולדיגט, איך האב געלערנט אין חדר מיט 'קוים' (בהדגשה) 12 יעריגע רויכערער'ס!

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6396
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך מאי 22, 2019 12:09 pm

אדם ישר האט געשריבן:אפשר איז דא נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער וואס טוט מען ווען א דרייצען יעריגער בחור רייכערט?
ער האט שוין געכאפט א פאטש אבער עס העלפט נישט,
וואס דארף מען צו טון?
זיך נישט וויסענדיג מאכן?

די ערשטע שאלה איז צו דער טאטע רייכערט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מיטוואך מאי 22, 2019 5:41 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:גניבה קומט נישט אריין דא, ער טוט לכאורה נישט בכוונת גניבה וכו', וכמובא לעיל.
איך האב א שאלה אויף דעם מלמד, אויב דער קינד קומט יעדען טאג אהן שפעט פארוואס האט ער נישט אויף געהויבען א טעלעפאן צו די עלטערן מברר זיין למה ועל מה זה?

א כיתה ה׳ יונגעל ווייסט נאך נישט וואס גניבה מיינט? גיוו מי עה ברעיק...

פאר ווטעווער ריזען באטראכט ער עס נישט אלץ גניבה, אויב וואלט ער נישט געהאט קיין פראבלעם מיט גניבה וואלט ער סתם אזוי גע'גנב'עט פון געשעפט און אריינגערוקט אין טאש.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך מאי 22, 2019 6:42 pm

אדם ישר האט געשריבן:אפשר איז דא נישט די ריכטיגע פלאץ
אבער וואס טוט מען ווען א דרייצען יעריגער בחור רייכערט?
ער האט שוין געכאפט א פאטש אבער עס העלפט נישט,
וואס דארף מען צו טון?
זיך נישט וויסענדיג מאכן?



און א גרויס חלק ישיבה גדולות [און אזוי איז די רוח אין ישיבה קטנות שטילערהייט] איז עמטליך דא א ווינקל פאר רייכערן, מען קען דאס נישט פייטן, און אויב מאכט מען דאס נישט פאר אזאך וואס נאר א אויסווארף טוט, איז דאס סאך א קלענערע פראבלעם.


די שאלה איז וואספארא חלק באדערט דיר, בכללות אז ער רייכערט, אדער דו קוקסט עס אהן אלטץ א שגץ שטיק?
און נאכדעם איז די שאלה פארוואס ער וויל רייכערען

און לויט דעם קען מען טראכטן פון עצות

אבל להוי ידוע לך it is a uphill battle, ועל פי רוב פארלירט מען

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » מיטוואך מאי 22, 2019 8:06 pm

זכריהו האט געשריבן:אויב איז שוין דער אשכול אזוי קאלירפול, לאמיך צוגעבן נאך אביסל קאליר:

לדעתי דארף מען קודם צוגיין צום קינד און אים געבן א קוש אין זיין באק, אים ארומנעמען, און אים זאגן: זאלסט וויסן אז אין אלע מצבים בלייבסטו מיין קינד, אפילו דו וועסט ח״ו אנצינדן א לייט שבת, גנבנען, אדער אפילו אפפארן פון אידישע וועג.

דאן שמועסן מיט אים צוויי שעה פון אלע זאכן וואס עס פאראינטערעסירט דעם קינד. פון מוזיק, פון בייקס, און פון געימס.

דערנאך אים פרעגן זייער איידל: צדיקל, עפעס באדערט דיך לעצטנס? איינער האט דיך עפעס געטון?

דאס איז זייער וויכטיג! ווייל געווענליך ווען א קינד גנבעט באדערט אים עפעס. אבער ח״ו נישט זאגן גארנישט פון די גניבה.

אויב ער זאגט אז גארנישט, קומט מן הסתם די גניבה פון א חלל אין ליבשאפט, מען וועט מוזן רעדן צו די קינד נאכאמאל יעדן טאג פאר עטליסט א וואך, אים אריינגעבן גאר שטארקע ליבשאפט, אריבער די גרעניצן.

איינמאל מען האלט נאך א וואך, ווען די אהבה איז שוין העכער אלע גרעניצן, זאל מען גיין שטילערהייט צום קינד, פאר ער גייט שלאפן, און אים זאגן, שעפעלע איך מיין אז דו האסט געגנבט פון די גראסערי, פאר דיין טובה איז עס נישט גוט, ווייל אויב מען געוואוינט זיך צו צו זיין גנבנען קען מען ח״ו אויסוואקסן א גנב. פארשטייסט?

דאס קינד וועט עס זיכער פארשטיין.

דאס איז די מאקסימום השתדלות. אויב גנבט ער נאכאמאל, זאל מען וויסן אז מען האט געטון וואס מען דארף טון, און פארפאלן, מען דארף אים זייער שטארק ליב האבן אין אלע אומשטענדן. ווי מער ער גנבט דארף מען אים מער ליב האבן, נאר דאס וועט אים ראטעווען פון נישט רייכערן דראגס אויף די עלטער. פון דא און ווייטער איז עס די באשעפערס פראבלעם.

פעטש איז אביוז.

די חלק אין רויט איז באמת רשעות און אביוז. אויב ליבשאפט האט נישט געהאלפן דארף דער טאטע גיין פאר הילף ווייל ס'איז זייער מעגליך אז דער זיידע (טאטענס טאטע) איז זיך נישט ריכטיג אומגעגאנגען מיט'ן קינד (דער טאטע) און דערפאר קען דער טאטע נישט איבערגעבן די ליבשאפט ווי עס דארף צו זיין.

בכלל איז נישט גוט צו רעדן צו קינדער שטילערהייט עס ווארפט אויף זיי א מין פחד וואס קען האבן שווערע פאלגן, ווי דער רמב"ם זאגט דארף מען אלעמאל נעמען דעם מיטל וועג נישט צו הויעך און נישט צו שטיל. אויב מען איז נישט זיכער, קען זיין מ'ליידט פון ספיקות און מ'דארף עס תומ"י אויסטשעקן.

תן לחכם ויחכם

מחשב
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך מאי 22, 2019 9:36 pm

זכריהו האט שוין קלאר געשטעלט אפילו פאר די וואס האבן נישט פארשטאנען פון אנפאנג אז ער איז געווען סארקאסטיש.

אפשר מיינט איר אויך סארקאסטיש אויף די פארקערטע וועג.. אינעם היינטיגן בלבול המוחות איז שווער מבחין צו זיין. אבער טאמער מיינסטו עס ערנסט דעמאלטס זאג מיר, ווייל כ'קום דיר א ענטפער.
הוי מחשב...

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך מאי 22, 2019 9:52 pm

"המכה לבנו גדול מנדין אותו, שהרי עובר על לפני עיוור לא תתן מכשול. ואע"פ שכתב הרמ"א שלא נקרא גדול אלא לאחר עשרים ושתיים, הכל תלוי במציאות.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דאנארשטאג מאי 23, 2019 12:00 am

מחשב האט געשריבן:זכריהו האט שוין קלאר געשטעלט אפילו פאר די וואס האבן נישט פארשטאנען פון אנפאנג אז ער איז געווען סארקאסטיש.

אפשר מיינט איר אויך סארקאסטיש אויף די פארקערטע וועג.. אינעם היינטיגן בלבול המוחות איז שווער מבחין צו זיין. אבער טאמער מיינסטו עס ערנסט דעמאלטס זאג מיר, ווייל כ'קום דיר א ענטפער.


וויי געוואלד, נאדיר דעם תירוץ, אין מיגו'ס אייגענע ווערטער.
מיגו האט געשריבן:די חלק אין רויט איז באמת רשעות און אביוז. אויב ליבשאפט האט נישט געהאלפן דארף דער טאטע גיין פאר הילף ווייל ס'איז זייער מעגליך אז דער זיידע (טאטענס טאטע) איז זיך נישט ריכטיג אומגעגאנגען מיט'ן קינד (דער טאטע) און דערפאר קען דער טאטע נישט איבערגעבן די ליבשאפט ווי עס דארף צו זיין.

בכלל איז נישט גוט צו רעדן צו קינדער שטילערהייט עס ווארפט אויף זיי א מין פחד וואס קען האבן שווערע פאלגן, ווי דער רמב"ם זאגט דארף מען אלעמאל נעמען דעם מיטל וועג נישט צו הויעך און נישט צו שטיל. אויב מען איז נישט זיכער, קען זיין מ'ליידט פון ספיקות און מ'דארף עס תומ"י אויסטשעקן.

תן לחכם ויחכם

תן לחכם ויחכם...


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט