שווינדל! (ראטעוועט א איד פון מארד ר"ל יעדע $ ציילט)

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג מאי 28, 2019 12:24 pm

פון דעם בילד קוקט ער מיר אויס ווי דער וואס איז געגאנגען דעם זונטאג ביי מנחה מעריב נאך געלט אין פאפא ביהמ"ד אין וויליאמסבורג
איינער מיט מיר?
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג מאי 28, 2019 2:44 pm

ניס קראכער האט געשריבן:פון דעם בילד קוקט ער מיר אויס ווי דער וואס איז געגאנגען דעם זונטאג ביי מנחה מעריב נאך געלט אין פאפא ביהמ"ד אין וויליאמסבורג
איינער מיט מיר?


אה, ענדליך.....
ווי איך האב שוין געשריבן אינעם לאנדאנער אשכול האב איך געזעהן ענדליך צו דעם איד גיין נאך געלט אין ראדני דעם זונטאג.
וואספארא הוט איז ער געגאנגען אין פאפא?

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג מאי 28, 2019 3:34 pm

אין בלויזן קאפל
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג מאי 28, 2019 4:07 pm

ביים הדלקה אין קר"י איז צוגעקומען צו מיר א אידל נישט פון אונזערע קרייזן, און מיט א געבראכענע אידיש זיך געבעטן איך זאל אים בארגן 400$ פאר רענט, ער גייט מיר עס נעקסטע וואך אפגעבן...
נאכן זאגן אז ס'איז נישט במציאות, האט ער געבעטן איך זאל אים כאטש געבן א גרויסע נתינה (דערמאנט מיר פון דער אר"י אידל וואס האט געבעטן א ציגרעטל, ווען איך האב אים געזאגט איך האב נישט, פרעגט ער פייער האסטו יא?!) נעם איך ארויס א צענער, צו בעטן פינף דאלער טשענדזש, הייבט ער אן שרייען אז איך בין ניט קיין נארמאלע מענטש איך האב אויף אים נישט רחמנות, קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג פון אים, און איך זאל אים צוגעבן נאך כאטש א צוואנציגער (וואס ער האט באמערקט ביים אריינבליקן אין מיין בערזל!)
ועל דא הוא דכתיב: ???

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » דינסטאג מאי 28, 2019 4:35 pm

אויב איינער באגעגענט דעם שווינדלער. ערשטענס דארף מען זיכער מאכן אז עס איז זיכער עם דורך בעטן זיין פאספארט בנימין יאספאפ.

אין נאכדעם פרעגן א שאלה צו רופן פאליציי אויף עם.

אין לונדון האבן רבנים גע'פסק'נט פאר שר העסקנים רבי אברהם בר חורין שליט''א אז אויב מזעהט עם נאכאמאל זאל מען רופן פאליציי. ווייל ער האט שוין געסטראשעט עטליכע מיט מארד ה''י

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » דינסטאג מאי 28, 2019 4:43 pm

אויב עס שטעלט זיך ארויס אז דאס איז דער ארכי שווינדלער, וואלט געווען א מצוה גדולה כדי להציל עשוק מעשקו, אין כדי צו ראטעווען אידן פון אריינפאלן אין זיין נעץ אין שאדן האבן זייער פארמעגען, אז עס זאל הענגן אין אלע היימישע בתי מדרשים די ''מודעה'' וואס האט געהאנגען אין די לונדונער בתי מדרשים 2 וואכן צוריק ווען ער איז דא געווען, אין אזוי ווי די מודעה איז ארויף אויף די לוחות המודעה האט ער האט גלייך אפגעפוצט.....

כ'וועל עס שיקען אין אישי צו אויב איינער איז גרייט צו דעם.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » דינסטאג מאי 28, 2019 4:46 pm

לאמיר פארשטיין:

ווער איז ער?
וואו וואוינט ער?
איז ער א איד אדער א גוי?
משפחה מיט קינדער?
איז ער באמת א נצרך, אדער פארמאגט ער נכסים רבים און דאס איז זיין וועג פון ביזנעס?
וואס נאך ווייסט מען איבער אים?

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » דינסטאג מאי 28, 2019 5:18 pm

ווער איז ער?

סיי אין לונדון אין איבעראל עד כמה ששמענו, האט ער געזאגט אז קומט פון לעטוועניא -רוסלאנד-
פון נאכדעם איז געווען אין יעדער פלאץ אן אנדערע מעשה.

לדוגמא אין לונדון פאר 4 יאר צוריק האט ער געזאגט אזוי ווי ער האט אנגעזעצט זיין ביזנעס פון א סטעדיא וואס ער האט געהאט, אין קען עס ראטעווען אויב מוועט עם פארבארגן וכו' וכו'.

אין ב''פ פאריגן ווינטער האט ער געזאגט אז ער האט געהאט פעלדער פון ווייץ, אין ער האט געבארגט געלט פון די מאפיא אין זיי ווילן הרג'נן זיין ווייב אין קינדער, אויב ער האט נישט ביז 24 שעה 80.000 דולער זענען זיי טויט רח''ל.

כ'ווייס פון א יוד הרב גליק פון קרית יואל וואס האט עם פארבארגט איבער 100.000 (הודערט טויזענט) דוללער 6-7 יאר, אויך מיט א גאנץ ענדליכע פאברצירטע מעשה. (כ'שרייב נישט די ערשטע נאמען פון הרב גליק אבער אין אישי וועל איך שיקן אי''ה אויב עס איז לתועלת).

פשטות איז ער א איד אבער זיכער נישט קיין שומר שבת. (דאס איז א פאקט וואס די עסקנים בלונדון ובארה''ב האבן פעסט געשטעלט נאכן עם נאכלאקערען)

די געלט גייט לכאורה בעיקר צו געמבלן.

אין ווען ער פארט צוריק ווי ער וואוינט צו הויליען.

מער פרטים קענט איר פרעגן ביי די עסקנים פון ב''פ וואס האבן געמאכט די אקציע פאר עם. זייער נאמערן קען מען באקומען ביי ''קול מבשר'', וואס וועלען עס איבערגעבן לתועלת.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » דינסטאג מאי 28, 2019 5:31 pm

ווי אזוי פארבארגט איינער 100 אלפים, אן האבן יענעמ'ס קאנטאקט, אדרעסע, נומער טעלפאן, מען קען אזוי אויסשפילן מענטשן? - לייגט זיך שווער אויפן קאפ... כאטש א רב אדער איינער וואס קען יענעם, וואס זאל קענען מעיד זיין... ווער פארבארגט אזוי על קרן הצבי? - אפשר קען איך אויך בארגן פון יענעם...

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » דינסטאג מאי 28, 2019 6:03 pm

חסדי אבות האט געשריבן:ווי אזוי פארבארגט איינער 100 אלפים, אן האבן יענעמ'ס קאנטאקט, אדרעסע, נומער טעלפאן, מען קען אזוי אויסשפילן מענטשן? - לייגט זיך שווער אויפן קאפ... כאטש א רב אדער איינער וואס קען יענעם, וואס זאל קענען מעיד זיין... ווער פארבארגט אזוי על קרן הצבי? - אפשר קען איך אויך בארגן פון יענעם...

ר' אכטונג שיק אריין דער נאמען עס איז לתועלת...

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג מאי 28, 2019 6:07 pm

ליידיג גייער האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:ווי אזוי פארבארגט איינער 100 אלפים, אן האבן יענעמ'ס קאנטאקט, אדרעסע, נומער טעלפאן, מען קען אזוי אויסשפילן מענטשן? - לייגט זיך שווער אויפן קאפ... כאטש א רב אדער איינער וואס קען יענעם, וואס זאל קענען מעיד זיין... ווער פארבארגט אזוי על קרן הצבי? - אפשר קען איך אויך בארגן פון יענעם...

ר' אכטונג שיק אריין דער נאמען עס איז לתועלת...

נאכדעם ברויך מען ארויסלייגן חאסדע'אוועס'עס נאמען און בילד, שידע הציבור ויזהר...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » דינסטאג מאי 28, 2019 6:10 pm

שששש... גילוי...

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג מאי 28, 2019 10:40 pm

און וואס א בילד פון דעם שווינדלער איז דא ציבאקימען?
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 28, 2019 10:53 pm



צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: New Jersey, פינחס און 11 געסט