העתירו בעדי

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

העתירו בעדי

תגובהדורך נישט גוט » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 1:59 pm

אזויווי איך בין שוין ליידער אין דעם מצב, פון "לא טוב" היות אדם לבדו,
שוין כמעט אכט יאר,

ואין לך יום שאין נסיונותיה מרובה מחברתה,

און קיינער פון דא וויל נישט און זאל נישט פארשטיין וואס מ'מאכט מיט אין דעם מצב,
יעדע איינציגע נאכט, יעדן טאג גייענדיג אויפן גאס,
ביי יעדע שמחה,
יעדע שבת, יעדע יו"ט,
יעדע מאל מ'גייט אין גראסערי, יעדע מאל מ'גייט אין בית מדרש,
כ'האב שוין געהאט זיבן ימים נוראים'ס וואס כ'האב יעדע ימים נוראים געהאלטן אז דאס איז די לעצטע אין די מצב,

ס'שוין עטליכע יאר באים מים למעלה מנפש וד"ל,

בעהט איך דעם עולם דא זאל איינרייסן פאר מיר, (דער אייבערשטער קען מיין נאמען)

און נישט אהיים גיין פון בית מדרש פאר מ'זעהט אין די מערכת השמים, אז דאס מאל איז עס טאקע די לעצטע ימים נוראים,
אויף פסח זאל שוין "ושמחת אתה וביתך" במלא מובן המולה"
עדי זקנה ושיבה בבריות גופא ונהורא מעליא,

איך בין מבטיח די אלע וואס גייען מיר אינזין האבן און האבן א חלק אין מיין ישועה,
וועלן בעז"ה קיינמאל נישט וויסן און פארשטיין וואס דאס מיינט,
נישט ביי זיי און נישט ביי די קינדער,

מכח קל וחומר,
מה דאך ווען מ'איז מתפלל בעד חבירו ווען עס איז שוין "והוא צריך לאותו דבר" (וואס דעמאלט דארף מען האבן עפעס א זכות אז די תפלות זאלן נתקבל ווערן) זאגן חז"ל, אז "הוא נענה תחלה"
כל שכן ווען מ'איז נישט אין די צרה, וואס דעמאלט איז סאך גרינגער צו פועל'ן ווי די גמרא זאגט "לעולם יקדים אדם תפלה לצרה" ווי אלע ספרים זענען מסביר אז פאר די צרה, ווערן די תפלות סאך שנעלער נתקבל,
איז אודאי אז עס וועט זיין "טרם יקראו ואני אענה" די הוא נענה חלה וועט זיין אהן דעם וואס מ'אל אפילו וויסן פון אזא צרה ר,K'

איך בין מבטיח מיטן כח פון חז"ל,

אז חז"ל זאגן אזוי איז אזוי,
מיר זענען מאמין באמונה שלימה,

איך וואונטש דא יעדעם איינעם (סיי וואס גייען מיר יא אינזין האבן און סיי די וואס גייען נישט)
א כתיבה וחתימה טובה דאס יאר און אלע יארן עדי זקנה ושיבה ועד בכלל,

עדי נזכה לראות בישועות ישראל ושמחתן בביגו"צ בב"א

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 2:02 pm

מיטן אויבערשטנס הילף, מיר וועלן נישט פארגעסן! און מיר וועלן פאר דיר פועל'ן! כלל ישראל ווי איין משפחה טוט מיטפילן דיין צער און וועט שרייען צום טאטן זאל דיך העלפן! בברכת כתיבה וחתימה טובה!

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 2:04 pm

ת'וושע ו'תתברך ע'ם ש'ידוך

יה"ר זאלסט האבן א גוט געבענטשט יאר, ס'זאל זיין מצא אשה מצא טוב
און זאלסט מער נישט דארפן נוצן די ניק נישט גוט

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 3:12 pm

אוי מיין הארץ בלוטיגט, איך וויין מיט, מיר וועלן דיר אי"ה אינזין האבן בלי"נ, זאל שוין דער אויבערשטער דיך אויפרעכטן מיט א ישועה שלימה ברוחניות ובגשמיות בקרוב ובניקל.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

חכם הרזים
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 7:10 pm

תגובהדורך חכם הרזים » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 3:40 pm

דער בוכ״ע איז מיט אונז אין יעדן מצב און ער פילט מיט אונזער צער, ווי עס שטייט בכל צרתם לו צר. דארף מען פשוט אינזין האבן כביכול דעם הייליגן באשעפער אז ער זאל שוין מער נישט דארפן מיטמאכן דעם צער פון אונזער מיטגליד דא אויף אייוועלט. א כתיבה וחתימה טובה פאר גאנץ כלל ישראל בכלליות ובפרטיות.

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 3:45 pm

העמיר זיך משתדל זיין צו מתפלל זיין.,
אבער אפשר שרייבסט דיינע ר״ת אז מען זאל קענען כאטשיג עפעס מער פרעזענדליך אינזין האבן בשעת התפילה,?
למשל אז די הייסט חיים יואל בן שרה נעכע , שרייב חיבש״ן,

די עיקר אלע תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון לפני אדון כל.
און די זאלסט אנגעשריבן ווערן צו א זיס לעכטיג יאר מיט אלע אידן באנעזאם,
און צום לעצט ווען די וועסט אי״ה געהאלפען ווערן בקרוב זע מיטצוטיילן די גוטע בשורה דא ,
גוט יו״ט , און א שנת גאולה ״וישועה״
לעצט פאראכטן דורך גיי שוין גיי אום זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 4:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 4:01 pm

עס האט מיר געקאסט א טרער, דער באשעפער וועט דיר א וודאי בקרוב אויפרעכטן.

טראפ טראפ. איך ווייס נישט וויאזוי איך וועל קענען דורעכגיין דעם יום טוב אן זיך צו וויינען הויעך אויפען קול.
וויפיעל טייכען טרערן צער און ווייטאג יודישע קינדערלעך זענען א דורעך די פארגאנגענע יאר.

במוצאי שביעית בן דוד בא. אונז גייען אריין און דעם יום טוב און אונז גיימיר איינרייסען פאר די ישועה שלימה און אזוי וועט שוין גאנץ כלל ישראל געהאלפען ווערן מיט אלעם גיטען אכי"ר.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 5:24 pm

ע'ר ו'ועט ת'רעפן ש'ידוך...
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

איר זענט שוין א געהאלפענער!!!

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 9:14 pm

ב״ה גוטע אידן האבן מתפלל געוועהן פאר דיר ואני הקטן האב אויך מתפלל געוועהן פאר דיר.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 9:27 pm

מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:ב״ה גוטע אידן האבן מתפלל געוועהן פאר דיר ואני הקטן האב אויך מתפלל געוועהן פאר דיר.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 9:31 pm

מטעמים האט געשריבן:
מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:ב״ה גוטע אידן האבן מתפלל געוועהן פאר דיר ואני הקטן האב אויך מתפלל געוועהן פאר דיר.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:47 pm

תגובהדורך טאטלע » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 9:47 pm

אמן ואמן

כרם
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:02 pm

מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:ב״ה גוטע אידן האבן מתפלל געוועהן פאר דיר ואני הקטן האב אויך מתפלל געוועהן פאר דיר.

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:07 pm

[quote="מלה בסלע ודי לחכימא"]ב״ה גוטע אידן האבן מתפלל געוועהן פאר דיר ואני הקטן האב אויך מתפלל געוועהן פאר דיר.[/quote]


האבן מיר געכאפט שמועס וועגן דיר מיטן רבש״ע (כביכול). ביי אלקי נצר.
איך האב מיך אביסל געשעמט צו רעדן מיט אים פון אייוועלט נאר איך האב אים געזאגט רבש״ע איך לייג אוועק מיין בושה און א זייט העלפן א דיינס א קינד,
לעצט פאראכטן דורך גיי שוין גיי אום דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:16 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:08 pm

נישט גוט האט געשריבן:אזויווי איך בין שוין ליידער אין דעם מצב, פון "לא טוב" היות אדם לבדו,
שוין כמעט אכט יאר,

ואין לך יום שאין נסיונותיה מרובה מחברתה,

און קיינער פון דא וויל נישט און זאל נישט פארשטיין וואס מ'מאכט מיט אין דעם מצב,
יעדע איינציגע נאכט, יעדן טאג גייענדיג אויפן גאס,
ביי יעדע שמחה,
יעדע שבת, יעדע יו"ט,
יעדע מאל מ'גייט אין גראסערי, יעדע מאל מ'גייט אין בית מדרש,
כ'האב שוין געהאט זיבן ימים נוראים'ס וואס כ'האב יעדע ימים נוראים געהאלטן אז דאס איז די לעצטע אין די מצב,

ס'שוין עטליכע יאר באים מים למעלה מנפש וד"ל,

בעהט איך דעם עולם דא זאל איינרייסן פאר מיר, (דער אייבערשטער קען מיין נאמען)

און נישט אהיים גיין פון בית מדרש פאר מ'זעהט אין די מערכת השמים, אז דאס מאל איז עס טאקע די לעצטע ימים נוראים,
אויף פסח זאל שוין "ושמחת אתה וביתך" במלא מובן המולה"
עדי זקנה ושיבה בבריות גופא ונהורא מעליא,

איך בין מבטיח די אלע וואס גייען מיר אינזין האבן און האבן א חלק אין מיין ישועה,
וועלן בעז"ה קיינמאל נישט וויסן און פארשטיין וואס דאס מיינט,
נישט ביי זיי און נישט ביי די קינדער,

מכח קל וחומר,
מה דאך ווען מ'איז מתפלל בעד חבירו ווען עס איז שוין "והוא צריך לאותו דבר" (וואס דעמאלט דארף מען האבן עפעס א זכות אז די תפלות זאלן נתקבל ווערן) זאגן חז"ל, אז "הוא נענה תחלה"
כל שכן ווען מ'איז נישט אין די צרה, וואס דעמאלט איז סאך גרינגער צו פועל'ן ווי די גמרא זאגט "לעולם יקדים אדם תפלה לצרה" ווי אלע ספרים זענען מסביר אז פאר די צרה, ווערן די תפלות סאך שנעלער נתקבל,
איז אודאי אז עס וועט זיין "טרם יקראו ואני אענה" די הוא נענה חלה וועט זיין אהן דעם וואס מ'אל אפילו וויסן פון אזא צרה ר,K'

איך בין מבטיח מיטן כח פון חז"ל,

אז חז"ל זאגן אזוי איז אזוי,
מיר זענען מאמין באמונה שלימה,

איך וואונטש דא יעדעם איינעם (סיי וואס גייען מיר יא אינזין האבן און סיי די וואס גייען נישט)
א כתיבה וחתימה טובה דאס יאר און אלע יארן עדי זקנה ושיבה ועד בכלל,

עדי נזכה לראות בישועות ישראל ושמחתן בביגו"צ בב"א

איך האב דיר עטליכע מאל אונזינען געהאט
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

כפר שמאי
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:05 pm

תגובהדורך כפר שמאי » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:15 pm

האמיר געהאט אינזינען עטליכע מאל, זאל דער אויבערשטער אויפרעכטן אלע יודישע קינדער מיט אלעם וואס זיי דארפן ברוחנית ובגשמיות

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:36 pm

אפטימיסט האט געשריבן:מיטן אויבערשטנס הילף, מיר וועלן נישט פארגעסן! און מיר וועלן פאר דיר פועל'ן! כלל ישראל ווי איין משפחה טוט מיטפילן דיין צער און וועט שרייען צום טאטן זאל דיך העלפן! בברכת כתיבה וחתימה טובה!


ישר כח

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:37 pm

זינגער האט געשריבן:
נישט גוט האט געשריבן:אזויווי איך בין שוין ליידער אין דעם מצב, פון "לא טוב" היות אדם לבדו,
שוין כמעט אכט יאר,

ואין לך יום שאין נסיונותיה מרובה מחברתה,

און קיינער פון דא וויל נישט און זאל נישט פארשטיין וואס מ'מאכט מיט אין דעם מצב,
יעדע איינציגע נאכט, יעדן טאג גייענדיג אויפן גאס,
ביי יעדע שמחה,
יעדע שבת, יעדע יו"ט,
יעדע מאל מ'גייט אין גראסערי, יעדע מאל מ'גייט אין בית מדרש,
כ'האב שוין געהאט זיבן ימים נוראים'ס וואס כ'האב יעדע ימים נוראים געהאלטן אז דאס איז די לעצטע אין די מצב,

ס'שוין עטליכע יאר באים מים למעלה מנפש וד"ל,

בעהט איך דעם עולם דא זאל איינרייסן פאר מיר, (דער אייבערשטער קען מיין נאמען)

און נישט אהיים גיין פון בית מדרש פאר מ'זעהט אין די מערכת השמים, אז דאס מאל איז עס טאקע די לעצטע ימים נוראים,
אויף פסח זאל שוין "ושמחת אתה וביתך" במלא מובן המולה"
עדי זקנה ושיבה בבריות גופא ונהורא מעליא,

איך בין מבטיח די אלע וואס גייען מיר אינזין האבן און האבן א חלק אין מיין ישועה,
וועלן בעז"ה קיינמאל נישט וויסן און פארשטיין וואס דאס מיינט,
נישט ביי זיי און נישט ביי די קינדער,

מכח קל וחומר,
מה דאך ווען מ'איז מתפלל בעד חבירו ווען עס איז שוין "והוא צריך לאותו דבר" (וואס דעמאלט דארף מען האבן עפעס א זכות אז די תפלות זאלן נתקבל ווערן) זאגן חז"ל, אז "הוא נענה תחלה"
כל שכן ווען מ'איז נישט אין די צרה, וואס דעמאלט איז סאך גרינגער צו פועל'ן ווי די גמרא זאגט "לעולם יקדים אדם תפלה לצרה" ווי אלע ספרים זענען מסביר אז פאר די צרה, ווערן די תפלות סאך שנעלער נתקבל,
איז אודאי אז עס וועט זיין "טרם יקראו ואני אענה" די הוא נענה חלה וועט זיין אהן דעם וואס מ'אל אפילו וויסן פון אזא צרה ר,K'

איך בין מבטיח מיטן כח פון חז"ל,

אז חז"ל זאגן אזוי איז אזוי,
מיר זענען מאמין באמונה שלימה,

איך וואונטש דא יעדעם איינעם (סיי וואס גייען מיר יא אינזין האבן און סיי די וואס גייען נישט)
א כתיבה וחתימה טובה דאס יאר און אלע יארן עדי זקנה ושיבה ועד בכלל,

עדי נזכה לראות בישועות ישראל ושמחתן בביגו"צ בב"א

איך האב דיר עטליכע מאל אונזינען געהאט


א ריזיגן ישר כח,
דעטס נייס

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:37 pm

פלטיאל האט געשריבן:אוי מיין הארץ בלוטיגט, איך וויין מיט, מיר וועלן דיר אי"ה אינזין האבן בלי"נ, זאל שוין דער אויבערשטער דיך אויפרעכטן מיט א ישועה שלימה ברוחניות ובגשמיות בקרוב ובניקל.


ישר כח פאר די מיטגעפיהל

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:46 pm

האמיר אויך עטליכע מאל אינזין געהאט. זאל דער אייבערשטער העלפען זאלסט געהאלפען ווערן און אויפגעראכטען ווערן בקרוב ממש.

אויסער דעם מיין איך אז עס איז דא אידן וואס אפילו זאכן גייען נישט ביי זיי אזוי איי איי, דער שלום בית איז נישט 100 פראצענטיג, זענען אבער נתעורר געווארען דורך אייך אז מען דארף דאנקען דעם אייבערשטען אויף וואס מען האט יא. אין דעם זכות זאל די ישועה טאקע קומען שנעל און גיעך.

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:56 pm

מיר האבן דיר אינזין געהאט

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 11:04 pm

גיי שוין גיי האט געשריבן:
מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:ב״ה גוטע אידן האבן מתפלל געוועהן פאר דיר ואני הקטן האב אויך מתפלל געוועהן פאר דיר.



האבן מיר געכאפט שמועס וועגן דיר מיטן רבש״ע (כביכול). ביי אלקי נצר.
איך האב מיך אביסל געשעמט צו רעדן מיט אים פון אייוועלט נאר איך האב אים געזאגט רבש״ע איך לייג אוועק מיין בושה און א זייט העלפן א דיינס א קינד,

געטראכט דאס זעלבע וועגן אייוועלט, אבער דער באשעפער הרוצה להיטיב זעהט אז אונז דריי מיר זיך דא אבי נישט ערגעץ אנדערשט.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 804
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 11:05 pm

שמן זית האט געשריבן:מיר האבן דיר אינזין געהאט

אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

תגובהדורך קראצער » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 11:44 pm

איפה פייביש האט געשריבן:
שמן זית האט געשריבן:מיר האבן דיר אינזין געהאט
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 11:48 pm

שוין איבער א מנין אידן וואס האבן געשריבן דא אז זיי האבן אינזין געהאט.
זיכער א לימוד זכות, אז אידן האבן אינזין א צווייטען, א מענטש וואס זיי האבן קיינמאל נישט געזען און ווייסן אפילו נישט ווער דאס איז. זאל אונז דער בוכ"ע אויך אינזין האבן..


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט