אינפאו וועגן פלארידא

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

אינפאו וועגן פלארידא

תגובהדורך יא יא » מיטוואך פאברואר 03, 2010 5:38 pm

איך דארף פארן (יא איך דארף) קיין פלארידא פאר דריי טעג, קען מיר אפשר חברה דא ארויסהעלפן ווי איך וואלט געקענט דינגען א דירה פאר דריי נעכט אנגעהויבן פון מארגן. אזוי אויך ווי מען קען עסן שבת.
איך זיך נישט קיין טייערע פלאץ ווייל דאס איז נישט קיין וואקעישאן.
תודה למפרע.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

אינפאו וועגן מיאמי פלארידא געזוכט

תגובהדורך מילין_יקירין » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:55 am

אזוי ווי ס'איז געווארן באשלאסן צו גיין צו מאמי - מיאמי אביסל זיך אפריען און מיר זענען נאך קיינמאל נישט דארט געווען, פעלט מיר אויס צו פרעגן עטליכע פראגעס וועגן עסן...

ברויך איך מיטשלעפן עסן דארט?
קען מען דארט קויפן נאכטמאל מיט א אויסגעהאלטענע היימישע השגחה?
וואס הערט זיך וועגן שבת, איז דא א טעיק אוט ניסך וויליאמסבורג?
קאסטן אלע כשר'ע עסן טאקע משוגע טייער?
ברויך מען מיטשלעפן דעם האלבע הויזן מיט די ווייסען זאקן אויך?
איז דא דארט געהעריג מנין?
וויאזוי קען מען מאכן דעם איינדריק אז מיר זענען א מולטיי ביליאנער און אזוי איינהאנדלן דעם שישי?

אויב כאפט מען זיך אריבער צו ארלאנדאו, איז דארט אויך דא כשר'ס?

ביידעוועי, גיימער פליען דאס ערשטע מאל מיט א רוח פון א ערליין הנקרא spirit..
וויבאלד ס'איז דאס ערשטע מאל, האמער זיך איינגעהאנדעלט א זיץ אינעם ערשטן קלאס... אקעי זיי האבן נישט ממש אן ערשטע קלאס, אבער סאיז דאס בעסטע זיץ אויפן פליגער נאכן פיילאטס זיץ...

ווייסט איינער אויב זיי האבן וויי פיי? אויב יא, ווילעך טרענסמיטן לייוו דעם פליגערס לאקאציע, ח"ו אויב דער פיילאט באשליסט צו כאפן א שפאציר נעבן אינדיע...

אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

תגובהדורך בנחיים_שמואלסאן » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:56 am

נאך נישט געווען א אשכול דערוועגן בעפאר?

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » מאנטאג אפריל 28, 2014 11:02 am

כהאב נישט גיין אאאאאאאאאנונג...
דו ווייסט צו ענטפערן אויף מיינע פראגעס?

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » מאנטאג אפריל 28, 2014 11:17 am

מילין_יקירין האט געשריבן:כהאב נישט גיין אאאאאאאאאנונג...
דו ווייסט צו ענטפערן אויף מיינע פראגעס?

Just טיט וואס איך הייסט אייך
דיד יו סעי סמאַרט?

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » מאנטאג אפריל 28, 2014 11:54 am

וואס הייסטו?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:53 pm

מילין_יקירין האט געשריבן:אזוי ווי ס'איז געווארן באשלאסן צו גיין צו מאמי - מיאמי אביסל זיך אפריען און מיר זענען נאך קיינמאל נישט דארט געווען, פעלט מיר אויס צו פרעגן עטליכע פראגעס וועגן עסן...

ברויך איך מיטשלעפן עסן דארט? חוץ צידה לדרך איז גוט צו שלעפן אביסל, די גייענדע עסן למשל מהדרין שוקולאד טשיפ קוקיס
קען מען דארט קויפן נאכטמאל מיט א אויסגעהאלטענע היימישע השגחה? די השגחות דארט זענען MK מיאמי כשר, נאך אזוי כשר ווי סאכדעס מיין איך
וואס הערט זיך וועגן שבת, איז דא א טעיק אוט ניסך וויליאמסבורג? עס איז דא טעיק אוטס דארטן אויף 41'סטע סטריט
קאסטן אלע כשר'ע עסן טאקע משוגע טייער? לייג צו 20-30 פערצענט
ברויך מען מיטשלעפן דעם האלבע הויזן מיט די ווייסען זאקן אויך? אויב בלייבסטו איבער שבת, יא
איז דא דארט געהעריג מנין? דורכאויס דעס ווינטער סעזאן איז דא צענדליגער מנינים, יעצט איז שוין נישט די סיזאן אבער מנין איז אלעמאל דא
וויאזוי קען מען מאכן דעם איינדריק אז מיר זענען א מולטיי ביליאנער און אזוי איינהאנדלן דעם שישי? וועסטו קויפן עסטו האבן אפילו שמיני

ווייסט איינער אויב זיי האבן וויי פיי? רוב פליגערס שטעלן צו ווייפיי אבער נישט אומזיסט, קאסט אפאר דאלאר א מינוט...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » מאנטאג אפריל 28, 2014 1:45 pm

אה, שוועמל פיינעלי רעדט איינער צום זאך...
אקעי,מיר איז נאר שווער געווען די שבת'דיגע סעודה. אויב קען מען האבן פיינע ראפאגאש מיט סעלמאן און א פיינע טשולענט שטייט מען גוט.

אוועטאר
שרייבטאראפ
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2009 7:27 pm

מיאמי פלארידע אינפא

תגובהדורך שרייבטאראפ » מאנטאג אפריל 28, 2014 3:33 pm

מיין באקאנטשאפט איז בעיקר פון ווינטער, אבער לכאורה דארף דאס זיין אקטואעל

ברויך איך מיטשלעפן עסן דארט?
ניין, עס איז דארט דא א געשעפט "קאסטנערס" מיט אלע היימישע פראדוקטן

קען מען דארט קויפן נאכטמאל מיט א אויסגעהאלטענע היימישע השגחה?
די טעיקאוט און רעסטוראנטן האבן - ווי שוין דערמאנט - MK מיאמי כשר אדער ORC ארלאנדא כשר, כ'קען נישט די הכשרים פונדערנאנט, אבער ר'עולם איז מקיים יאכלו... וישבעו - עכ"פ פאר מילכיגס און פארווע

וואס הערט זיך וועגן שבת, איז דא א טעיק אוט ניסך וויליאמסבורג?
אויך ביי קאסטנער, די פלייש איז פון מיעל-מארט, ווינטער איז געווען אין נארט-מיאמי צו באשטעלן ביי א היימישע פרוי דעם גאנצן שבת פאר 200$ א קאפל, ארינגערעכענט גרעיפדזשוס חלות חריף א.ד.ג. וואס איז א גוטע דיעל, בפרט לויט די דארטיגע פרייזן, אבער מ'דארף מברר זיין צו דאס איז יעצט אויך.

קאסטן אלע כשר'ע עסן טאקע משוגע טייער?
אביסל טייערער - ווי שוין געענטפערט

ברויך מען מיטשלעפן דעם האלבע הויזן מיט די ווייסען זאקן אויך?
אז דו ווילסט קענסטו גיין מיט פידזשאמעס... עס ווענדט זיך אין דיר, אבער עס איז דאס גענוג נארמאלע מענטשן צו גיין 'נארמאל' ודו"ק

איז דא דארט געהעריג מנין?
יא מערערע, און עטליכע בתי מדרשים, קערעסטיר, דעעש, און נאך, ווינטער איז דאס מנינים אין עטליכע בילדינגס אויך ווי למשל טאוער-41 אדער די מאסאדא, כ'ווייס נישט צו דאס גייט אן יעצט.

אויב כאפט מען זיך אריבער צו ארלאנדאו, איז דארט אויך דא כשר'ס?
עס פלעגט זיין אדווערטייזט, אז דו גוגלסט "kosher in Orlando" וועסטו טרעפן מער אינפא

וויי פיי אויפ'ן פליגער?
אויב יא, מסתמא פאר א טשראדזש - ווי דערמאנט.


פרעג זיך נאך איבער נארט-מיאמי, דארט קענסטו האבן א פריוואטע הויז מיט א שוויים-באסיין, פאר די פרייז - אדער ביליגער - וואו עס קאסט א האטעל-צימער אדער קליינע דירה'לע אין סאוט-מיאמי
דארט איז די חסידישע ביהמ"ד "קהל חסידים" און עס איז אויך דא אנדערע בתי מדרשים, כשר'ע געשעפטן, א.ד.ג.

פארגעס נישט איבערצוגעבן א באריכט פון די נסיעה.

צאתכם ובואכם לחיים ולשלו'

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אפריל 28, 2014 5:14 pm

מילין,
פארגעס נישט צו וויזיטן די אייוועלט לאקעשאן אין מיאמי.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » מאנטאג אפריל 28, 2014 5:47 pm

איי וועלט אין מיאמי... וודאי וועט קומען באריכטן...

ווייסט אאיינער ווי מען קען קענ'ען עסן? אזוי ברויך מען עס נישט לייגן אין פריזער.

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מאנטאג אפריל 28, 2014 5:52 pm

מילין_יקירין האט געשריבן:איי וועלט אין מיאמי... וודאי וועט קומען באריכטן...

ווייסט אאיינער ווי מען קען קענ'ען עסן? אזוי ברויך מען עס נישט לייגן אין פריזער.


טאמער קויפסטע ביי 82 זיי האבן א סערוויס פון וועקיום פעקן אויפן פלאץ אלסדינג

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » מאנטאג אפריל 28, 2014 7:57 pm

green האט געשריבן:
מילין_יקירין האט געשריבן:איי וועלט אין מיאמי... וודאי וועט קומען באריכטן...

ווייסט אאיינער ווי מען קען קענ'ען עסן? אזוי ברויך מען עס נישט לייגן אין פריזער.


טאמער קויפסטע ביי 82 זיי האבן א סערוויס פון וועקיום פעקן אויפן פלאץ אלסדינג


שלום לאנדא האט א מאשין וואס קענד עסן.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג מאי 15, 2014 6:27 pm

שלום לאנדא האט דעך שוין נישט קיין געשעפט בכלל, ער קענד עס ביי זיך אינדערהיים?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שרייבטאראפ
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2009 7:27 pm

תגובהדורך שרייבטאראפ » מיטוואך יולי 02, 2014 6:06 pm

מילין_יקירין האט געשריבן:אזוי ווי ס'איז געווארן באשלאסן צו גיין צו מאמי - מיאמי אביסל זיך אפריען און מיר זענען נאך קיינמאל נישט דארט געווען, פעלט מיר אויס צו פרעגן עטליכע פראגעס ..


מיר ווארטן נאך אויף א באריכט.

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » מיטוואך דעצמבער 31, 2014 8:46 pm

וועלכע האטעל אין מיאמי איז רעקאמאנדירט; נאנט צו א שול (וואלקינג דיסטענס), שיין און זויבער ברוחניות ובגשמיות?

home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 20, 2012 10:23 pm

תגובהדורך home » מיטוואך דעצמבער 31, 2014 9:59 pm

שרייבטאראפ האט געשריבן:פרעג זיך נאך איבער נארט-מיאמי, דארט קענסטו האבן א פריוואטע הויז מיט א שוויים-באסיין, פאר די פרייז - אדער ביליגער - וואו עס קאסט א האטעל-צימער אדער קליינע דירה'לע אין סאוט-מיאמי
דארט איז די חסידישע ביהמ"ד "קהל חסידים" און עס איז אויך דא אנדערע בתי מדרשים, כשר'ע געשעפטן, א.ד.ג.

פארגעס נישט איבערצוגעבן א באריכט פון די נסיעה.

צאתכם ובואכם לחיים ולשלו'

איינער האט די אדרעס פין קהל חסידים?

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך דעצמבער 31, 2014 10:23 pm

קארנער 172st און 10ave
לעצט פאראכטן דורך derech eretz אום מיטוואך דעצמבער 31, 2014 10:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי


Bishlachish
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 22, 2014 10:41 pm

תגובהדורך Bishlachish » מיטוואך דעצמבער 31, 2014 10:30 pm

K'hal Chasidim is on 172 nd St between 10th & 9th ave

Bishlachish
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 22, 2014 10:41 pm

תגובהדורך Bishlachish » מיטוואך דעצמבער 31, 2014 10:34 pm

When is the Satmar Rebbe going to N.MIAMI ?

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך דעצמבער 31, 2014 10:58 pm

Bishlachish האט געשריבן:When is the Satmar Rebbe going to N.MIAMI ?

וועלכע?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

Bishlachish
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 22, 2014 10:41 pm

תגובהדורך Bishlachish » מיטוואך דעצמבער 31, 2014 11:26 pm

ONLY one,,,

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4087
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך דעצמבער 31, 2014 11:42 pm

ער איז שוין דארט געווען
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » מיטוואך דעצמבער 31, 2014 11:47 pm

לויט מיין ידיעה, גייט די רבי פין מאנרא צו פאלם ספרינגס אין קאליפארניע, און די רבי פון וויליאמסבורג גייט קיין מיאמי פלארידא

שכל טוב
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2014 2:38 pm

תגובהדורך שכל טוב » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 7:17 am

Bishlachish האט געשריבן:When is the Satmar Rebbe going to N.MIAMI ?


געהערט אז ערגעץ אין ינואר סוי אין די נעקסטע צווי דריי וואכן


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט