פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
אחראי: אחראי
- שטומפיג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4148
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
א מין גערעדעכץ דעיס! מ'זיצט און מ'אנאליזירט ס'פעלט אויס אזויפיל באטעמעדראשים פער גאס? אזיפיל באטעמעדראשים...
סטעגעהערטאזאנץ! איך גיי אנאליזירן וויפיל גאסן ס'פעלט אויס פער בית המדרש!
איז אזוי, מיט מיין חבר שמילא פון ישיבה קטנה האב איך שוין יאאאארן א דילעמע, ווען איך זעה פון די צווייטע זייט האלוועי אין בית המדרש אז ער קומט נעם איך שנעל ארויס מיין סעלפאון און האלט מיינע אויגן צוגעשמידט צו מיינע (שוין פונלאנג אפגעליינטע) טעקסט מעסעדזשעס, ווייל חלילה אויב אונזערע אויגן וועלן זיך באגעגענען ווייס איך נישט אויב איך זאל אים גריסן אדער נישט. באמת האב איך שוין מיט אים גארנישט היינט צוטאגס, אבער אמאל האב איך אים יא געקענט. און אויב וועלן אונז זיך יא גריסן הייבט זיך אן א פרישע שאלה אויב איך זאל מיך מאכן פרענדלי און אים פרעגן "אה... וואס איז נייעס?" ווייל דעמאלטס וועל איך סתם וועיסטן פון מיין צייט אפאר אומפרוכטבארע סעקונדעס און זיך געזעגענען מיט א זויערע קאפ שאקל "גוט צו רעדן אמאל..."
באמת גלייב איך נישט אז ס'פעלט אויס זיך צו אומוויסנדיג מאכן, ווייל לויט ווי איך קען אים (ליין: געקענט אמאל) איז ער אינעם זעלבן פלאנטער ווי מיר, טא אפילו אויב וועל איך אים יא קוקן אין פנים אריין וועל איך בסך הכל טרעפן זיינע אויגן אויף אראפ ווייל ער איז ביזי דורכקוקן זיינע קאנטעקטס (ער האט נישט קיין טעקסט). אבער ווי מ'זאגט "rather safe than sorry".
על כן, וואלט א גלייכע זאך געווען צו מאכן אין סמעדריש צוויי באזונדערע גאסן וואו איטליכער פון אונז זאל קענען שפאצירן רואיג אן זיך דארפן זארגן פון קיין אומאנגעמע עקסידענטס.
די זאך שטעלט זיך אבער נישט דא. דער שמילא איז א גרוש לוילייני ולוילייכעם, און צו יעדעמס גרויס ווייטאג דאוונט אין פישפיקלאדיינע ביהמ"ד זיין געוועזענע שווער ר' ברוך באטל (ער'ט געדארפט הייסן מרוך מאטל, נאר זיין טאטע האט געהאט א קאלד ביים ברית און די רב האט געהערט ברוך באטל)!
ביי רוב פון אונז וואלט אזאנס קיינמאל נישט געשעהן, פון די גט רעד איך, אבער אפילו ווען ס'פאסירט יא רעדט מען עפ"ר פון צוויי נארמאלע באזעסענע מענטשן, און ער טרעפט א צווייטע בית מדרש און דער טרעפט א דריטע ונפרדו לשלום.
אבער מיט שמילא און זיין שווער-לשעבר איז די מעשה אנדערש, ס'רעדט זיך פון צוויי הויכ-שטאקיגע שוטים, וואס כאטש וואס ס'ברענגט זיי ביידע אומאנגעמלגיכדיגשאפבארעקייטן, כאפט קיינער פון זיי נאכנישט אז מ'דארף זיך ארויסרוקן פונעם פישפיקלאדיינעם שטיבל לתועלת המצב.
על כן, וואלט נישט שלעכט געווען ווען מ'לייגט ווען צו נאך א געסל אין בית המדרש פאר ר' ברוך באטל'ן זיך צו קענען דרייען דארט אנע כסדר אריינהאקן אין שמילא'נען.
טראכסטו יעצט אודאי אז ברוך באטל קען דאך קומען דארט וואו איך דריי מיך, ווייט פון שמילא וכל כת דיליה, נו צו וואס פעלט אויס א דריטע געסל?
גוט געפרעגט!
איין קליינע פראבלעם איז אבער דא.
ווען שמילא איז א חתן געווארן בשעה טובה ומצוקראכעס האב איך אים אויסגערימט אין ר' ברוך באטל'נס אויערן (אייגנטליך, הערינג עידס) אלס א כלי מכוער שלא קרא ולא שנה מעולם, און ר' ברוך באטל ברוב גדלותו איז זיכער געווען דעי לאשעקוידישע ווערטער זענען עפעס גרויסע מעלות, עד כדי קראך אז ער האט מיך געגעבן דעם טעלעפאן עס פארצוזאגן אויף ספיקער פאר די מחותנת'טע און די כלה בשעת וואס זיין פנים שטראלט פון גליק. במילא, זינט וואס די אמת איז ארויפגעשווימען כהררים בשערה לעיני השמש והירח, און דאס פארל איז זיך צוגאנגען צום גרויס דערלייכטערונג פון אלע פסיכילאגן און ארגענעזאציעס, שעם איך זיך צו קוקן פאר ברוך באטל'ן אין פנים אריין ואין אני והוא יכולין לדור במהדורת שוטנשטיין.
וועגן דעם איז די איינציגסטע לעזונג, א גאס פאר שמילא, א צווייטע פאר שטומפיג און די דריטע פאר ברוך באטל'ן.
כהנה וכהנה קען מען אויסשמועסן אלע סארטן רינגעלעך און קייטן פון קאמפליצירטע געשיכטעס וואס ברענגען פראבלעמען און דילעמאס פאר מיך און דיך זיך צו דרייען אין איין בית המדרש, אזוי אז דאס געראטענסטע וואלט געווען ווען יעדער האט זיך זיין אייגן געסל, זיין אייגן ווינקל און זיין אייגן נעסטל וואו צו קענען אנגיין בזקיפת חומה.
אקעי! סטאפ שוין מיט דעי שטותים! צוריק צום נושא.
וויליאמסבורג - וויפיל בתי מדרשים פעלט אויס פער גאללאן?

להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו כעבד ישאף צל, וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)
-
- שר האלף
- תגובות: 1333
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
- לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
אומאנגעמלגיכדיגשאפבארעקייטן
אפשר קען עס אריין גיין אין די גינעס איי וועלט רעקארד פאר די לענגסטע ווארט

- שמארטיקל
- שר האלף
- תגובות: 1360
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
- לאקאציע: אונטערן קאפל
- פארבינד זיך:
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
זיינע אויגן אויף אראפ ווייל ער איז ביזי דורכקוקן זיינע קאנטעקטס (ער האט נישט קיין טעקסט)
(ער'ט געדארפט הייסן מרוך מאטל, נאר זיין טאטע האט געהאט א קאלד ביים ברית און די רב האט געהערט ברוך באטל)!
און דאס פארל איז זיך צוגאנגען צום גרויס דערלייכטערונג פון אלע פסיכילאגן און ארגענעזאציעס,
ועוד
א פיין שטיקל שטימפיקלאדיין

(ער'ט געדארפט הייסן מרוך מאטל, נאר זיין טאטע האט געהאט א קאלד ביים ברית און די רב האט געהערט ברוך באטל)!

און דאס פארל איז זיך צוגאנגען צום גרויס דערלייכטערונג פון אלע פסיכילאגן און ארגענעזאציעס,

ועוד

א פיין שטיקל שטימפיקלאדיין
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
- שלמה מולכו
- שר חמש מאות
- תגובות: 576
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
שטומפיג דו ביסט געפערליך...
יעצט קום דו אויפווישן מיין קאווע.
יעצט קום דו אויפווישן מיין קאווע.
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
פיינע נייעס!!
אין עהרע פון @נישט ווי יעדעם.
אין עהרע פון @כסלו
למען אחינו ואחותינו המצפים לישועה להתב’ בזש’’ק
היום תשעה עשר יום לסדר ארבעים יום תהילים ברציפות
האסט נאך נישט גענומען? כאפ דיך ’’יעצט’’. מיט.
עוועילעבעל אין מחזור ב’, ס’’א - פ’’א.

- באטעמטקייטן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3333
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
- לאקאציע: עראונד דע קארנער
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?

שטומפי דאס איז שוידערליך קלאר!...
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
קיינמאל געוואוסט אז דו קענסט, פיין יכולסטו
שרייב שוין עפעס
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
אז דו קאנסט יא?.. אי מלכא אנא?...
- שטומפיג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4148
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
שכח פאר אלע עמאודזשיס\לייקס\שכח\קאמפלימענטס.
ס'איז געשמאק ארויפצולייגן א ארטיקל פשוט צו זעהן די קריעטיוו אופנים מיט וואס דער עולם קומט אריין זאגן שכח.
@שלמה מולכו, דו האסט מיך געמאכט אויסשיסן.
ס'איז געשמאק ארויפצולייגן א ארטיקל פשוט צו זעהן די קריעטיוו אופנים מיט וואס דער עולם קומט אריין זאגן שכח.
@שלמה מולכו, דו האסט מיך געמאכט אויסשיסן.
להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו כעבד ישאף צל, וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)
- הערינג מיט ברוינפען
- שר חמש מאות
- תגובות: 753
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
האסט מיך פארשעמט...
כ'בין געזעצן אין מקוה און זיך געווארפען
כ'בין געזעצן אין מקוה און זיך געווארפען
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 16972
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
שטימפי! גוטע נייעס!
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.

שטומפיג כ'לאך נאך יעצט... גאר גוט.
פאר אלע אייערע פּאומס - אידיש און לשון קודש - פארבינדט אייך אין אישי.
אדער אויף: ahpointe@gmail.com
צופרידענהייט גאראנטירט! בעז"ה.
אדער אויף: ahpointe@gmail.com
צופרידענהייט גאראנטירט! בעז"ה.
- אוראייניקל
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6796
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?

ברויך מען אפאר עקסטערע געסלעך פאר דיע וואס ליינען דעם שטיקל, נישט אויסצופלאצן ברבים...
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
כאכאכא האט זיך הענדימען צולאכט
אויב טראכסטו אז איך קען בייהילפיג זיין, ביטע ציטיר מיר
אויב שפירסטו באליידיגט פון מיר, ביטע ליין איבער מיט א שמייכל

- רינדעכיג
- שר חמש מאות
- תגובות: 686
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
טו טרו טו בי גוד
ברענג אריין נאך פון די סחורה עפטער
ברענג אריין נאך פון די סחורה עפטער
אכלתי יותר מדי...
- קלאָצקאָפּ
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7212
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
- בעסער אזוי
- שר האלף
- תגובות: 1593
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
- לאקאציע: אין מיין באקס
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
@שטימפיג דו קומסט אריין קלאר ווי א שארפע מעסער
פארשפרייט דעם מעסעדזש, עס קען ראטעווען לעבנ'ס פון אידישע מאמעס, ולמצוה גדולה יחשב
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
דעס איז א מעסיוו ארטיקל. וואן אף עי קיינד!
די עצם ארטיקל און די מליצות, אלעס איז בומינג.
שטומפיג, קום אריין אפטער מיט אן ארטיקל (עכ''פ אפטער ווי איך קום אריין דא לעצטנס...)

- אני-הק'
- שר האלף
- תגובות: 1030
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 29, 2020 8:01 pm
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
ברוך הבא חבקוק
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
אני-הק' האט געשריבן:ברוך הבא חבקוק
עליכם הבא.
אגב, איך דאווען נישט אין פישפיק לאדיין.
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
פארוואס טאקא נישט?איך קען ערלעידגן א עקסטערע גאס פאר דיר...
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
שטומשפיק.......... כעעזאגדער??!
מקענאך ריקוועסטן א גאס צוויי?......
מקענאך ריקוועסטן א גאס צוויי?......
- שטומפיג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4148
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: פישפיקלאדיין - וויפיל גאסן פעלט אויס פער בית מדרש?
@חבקוק, ביסט שפעט אבער איך גיי עס נאך עקסעפטן. אבער נישט בזכותך, נאר ווייל כנראה האסטו אריינגעשלעפט טעסי און ליקי דא...
שכח פאר אלע (נישט ממש אלע, נאר דעי וואס האבן געשריבן נאך מיין פאריגע דאנק)
שכח פאר אלע (נישט ממש אלע, נאר דעי וואס האבן געשריבן נאך מיין פאריגע דאנק)
להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו כעבד ישאף צל, וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: masmid און 2 געסט