יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:13 pm

Think and Thank האט געשריבן:הרה"ק מפורים-אלכסנדר שליט''א.
בדרכיו נלך.
ממנו יראו וכן יעשו.

:lol: :lol:
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:40 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פארשטיי איך נישט פארוואס דער פייניגט מיטן גיין ווייס שבת. געטראפן אפאר הייליגע אידן, צדיקים, קדושים וטהורים (כידוע הוא אשר דבר וגו' שמור לקדשו מבואו ועד צאתו), וואס זיי האבן געהאט מקובל מבית אבותיהם ורבותיהם צו גיין אזוי שב"ק, נ'וודאי זענען זיי זוי געגאנגען. פון אלע אנדערע ערליכע אידן, צדיקים קדושים וטהורים וואס גייען נישט לגמרי ווייס, האסטו עפעס פארגעסן/פארזעהן??? נעם א דוגמא הרה"ק ממונקאטש זי"ע - המנחת אלעזר - ער האט נאך געוואוסט פונעם אריה"ק אזוי גוט ווי דיר, און מסתם נאך בעסער, זיינע עלטערן און זיינע רבי'ס (קאמארנא) זענען געגאנגען ווייס, ואעפ"כ ביים דאווענען איז ער געגאנגען מיט א [b]"שווארצע" בעקטישע, כמבואר בדרכי חיים ושלו'.[/b]

נו, דא רעדט מען דאך נאר פון גיין ביי די סעודה...
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:52 pm

איר קענט אלע לאכן, אבער לערנענדיג לעצטנס דעם ביאור הלכה האט מיר אנגעכאפט א תשוקה צו טון בביתי ככל מה שירצה, און יעקב99 וועט אפשר האבן א שותף.

א לענגערע צייט פלעג איך גיין מיטן שטריימיקל ביים סעודה לקיים דברי המשנ"ב הנ"ל, ולשמח את הילדים.

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:01 pm

אדרבה, טוט ווי איר פארשטייט. אויב איז דאס אייער עונג שבת איז עס דאך א מצוה אזוי צו טוהן...
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:29 pm

אויך מיר א מצוה.

דער מצוה נוצן אלע אינגע וואס זיכן ווי זיי קענען זיין גרינגער און איזיער מיט אלע זאכען און אידישקייט

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

יעדער איינער קען מאכן תיקון חצות און לייגן א זאק אויף זיין קאפ.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 1:37 am

shimon7323 האט געשריבן:אויך מיר א מצוה.

דער מצוה נוצן אלע אינגע וואס זיכן ווי זיי קענען זיין גרינגער און איזיער מיט אלע זאכען און אידישקייט

אויב איז דאס זיין עונג שבת און סיניש קיין קולא אין אידישקייט, איז אודאי א מצוה מדברי קבלה עס צו טון. אין מאיר עיני ישראל ברענגען זיי פון ח"ח אז אויב עס האט זיך איינעם פארגלוסט אום שבת א שמעק טאביק און ער האט זיך עס נישט נאכגעגעבן וועט ער דארפן אפגעבן דין וחשבון דערויף!
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 9:40 am

Think and Thank האט געשריבן:אויב איז דאס זיין עונג שבת און סיניש קיין קולא אין אידישקייט, איז אודאי א מצוה מדברי קבלה עס צו טון. אין מאיר עיני ישראל ברענגען זיי פון ח"ח אז אויב עס האט זיך איינעם פארגלוסט אום שבת א שמעק טאביק און ער האט זיך עס נישט נאכגעגעבן וועט ער דארפן אפגעבן דין וחשבון דערויף!


דער נועם מגדים (דאכט זיך פר' ויקהל) זאגט ענליכס.

סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

תגובהדורך סאטמארע ווארטזאגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 11:15 am

נאכן דורכליינען דעם אשכול האט זיך מיר עס פארשמעקט... א קלייניגייט??? א ווייסע בעקיטשע ביים סעודה איז א ריכטיגע אידישע הייליגע תאווה!!

מ'גיימיר זיך עס איינהאנדלען בל''נ

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 12:48 pm

סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:נאכן דורכליינען דעם אשכול האט זיך מיר עס פארשמעקט... א קלייניגייט??? א ווייסע בעקיטשע ביים סעודה איז א ריכטיגע אידישע הייליגע תאווה!!

מ'גיימיר זיך עס איינהאנדלען בל''נ


דארף מען אריבערפירן דעם שמועס צום אשכול פון אידישע תאוות....
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:15 pm

יעצט געווען ביי גלויבער'ס, עס טוט זיך דארט ליינ'ס ביז אינדערויסן... יעדער איינער קויפט ווייסע בעקיטשע'ס....... זיי האבן עמערזשענסי געדארפט באשטעלן פרישע קוואנטומ'ס פון ווייסע בעקיטשע'ס..........

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 1:17 pm

אזוי פיל אידן בעלי תאוות, און נאך ערב ראש השנה, איך קען נישט גלויבן
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 1:47 pm

זעה איך אז דער ניק איז געגאנגען אנדרייען די ווייסע בעקיטשעס ביי אנדערע פארומס אויך, הצלחה רבה אין דיין מיסיע.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט