ס'שטימט נישט

פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל

אחראי: אחראי

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

ס'שטימט נישט

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2006 8:05 pm

ס'איז שוין געווארן דא ערווענט אין א אשכול, אז ס'פעלט תגובות, מ'האט עס דאן פארענטפערט מיט צוויי תירוצים, איינס, אז יעדעס מאל ווען איינער מעקט א תגובה בלייבט עס אבער אינעם זכרון פונעם זייטל, דאס הייסט אז ווען מ'קוקט אויף א תגובה די וויפלטע דאס איז, וועלן די נאמבערס גיין אויף א סדר, און קיינמאל נישט ווערן ווייניגער, די צווייטע תירוץ איז געווען די מנהלים פורום, דאס מיינט אז אינעם טאטעל פון די תגובות ווערט אויך אריינגערעכנט, די תגובות וואס די מנהלים שרייבן צווישן זיך, און אצינד קומט מיין קשיא,

ווען מ'קוקט די נאמבער תגובות פון די קרעטשמע, ( פאר מיין יעצטיגע ) האלט עס ביי 7672, ווען מ'קוקט ביים אינדעקס, קען מען זען יעדע פורום וויפיל נושאים ס'איז דא, און וויפיל הודעות, ווען מ'רעכנט אויס די נאמבער תגובות ביי יעדן פורום, קומט עס אויס צו 6607, וואלט לכאורה געדארפט זיין ביי די מנהלים פורום דאס מערסטע 1065 תגובות (1065=7672-6607), יעצט ווען מ'קוקט ביי יעדן פון די מנהלים זיין סך הכל תגובות, און דענאך וויפיל תגובות זענען עוועילעבל צו זען, ווייל מ'קען דאך נישט זען די תגובות וואס ווערט געשריבן אינעם מנהלים פורום, און מ'רעכנט עס צוזאם, קומט עס אויס צו 1087, וואלט איך געוואלט פארשטיין ווי זענען די צוויי און צוואנציג איבעריגע תגובות (22=1087-1065) איז דאס מער קלאסיפייד אז מ'טאר אפילו נישט וויסן אז ס'עקזיסטירט?

(קיינער זאל עס פליז נישט נעמען פערסענל איך האב פשוט געפאסט היינט און נישט האבנדיג עפעס ספעשל וואס צו טוהן, איז דאס מיר אונטער געקומען, אבער איך קען נאך אלץ באשטיין עס צו פארשטיין.)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2006 10:44 pm

אזויפיל קען איך דיר זאגן, איך האב יעצט געקוקט ביים אינדקס וויפיל תגובות עס איז דא אינעם מנהלים פורום, און עס שטימט אקוראט מיט דיין אנגעגעבענעם ציפער פון "1065".

איך פארשטיי אבער נישט געהעריג די "ואת העודף" פון די 22 איבריגע וואטעווער, אויב דו מיינדסט נישט, ביטע זיי עס מסביר אז אפילו די וואס זענען נישט קיין מעסטערמיינדס זאלן דאס כאפן.
---
איך וויל אבער וויסן אויב דו האסט טאקע נישט געקענט אויספאסטן איידער דו האסט געשריבן די תגובה?! (ווייל 8:05 איז ממש געציילטע מינוטן נאכן זמן פון 72 אין ניו יארק, און געווענליכע מענטשן זענען דאן אין שוהל אדער אינדערהיים און מען עסט!) ביטע נעם עס נישט פערזענליך, איך פרעג סתם.
------
נכתב משום שתי סיבות: 1) ווייל איך האב געוואלט שרייבן וואס איך האב געשריבן. 2) נישט צו אנפילן די אשכולות שטרם נענו.
-----

יעצט הייב איך אן קלערן, אז אפשר ווייסטו נישט פונקטליך ווער עס שרייבט אלץ אין די מנהלים פורום, און איינער איז דא מיט 22 תגובות ("קרעטשמער" אדער איינער אנדערש) און האסט אים פארגעסן צו רעכענען.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2006 11:33 pm

לאן נעלמו ההודעות של יאנאש ואיך הער שהיו כאן מקודם?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2006 12:30 am

כ'הער נישט אז עפעס זאל נישט שטימען

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2006 12:33 am

אקעי די איינציגסטע וועג ווי אזוי דיין קשיא ווערט שווער איז אויב מ'ציילט אפ יעדעמ'ס תגובות באזונדער קודם זעה איך אז דו האסט טאקע געהאט וואס צו טוהן היינט (דזשאסט קידין פליז דאנט טעיק איט סיריעסלי)

יעצט לכאורה איז געווען נאך א פארום וואס איז מער נישט דא און וואס דארט איז געשטאנען ווערט נאך אלץ גערעכענט , איך בין אבער נישט זיכער דערין נאר אזוי לייגט זיך מיר אויפן שכל,

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2006 9:36 am

איך בין כמעט ברור אז ער האט פארזען איינעם פון די מנהלים.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2006 9:37 am

פארקערט, פון די מנהלים וואס ער האט צוזאמענגערעכנט, פעלט צוויי און צוואנציג תגובות מער ווי עס איז געשריבן אינעם מנהלים פורום.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2006 1:19 pm

ס'איז לכאורה וואס איך האב געשריבען,

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2006 1:21 pm

די האסט ערגעץ א קאפי פון די אלטע לעיאויט אפשר וועט דיר עס העלפען
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2006 1:26 pm

קוק אהער איך דארף נישט קיין קאפיס, געווענליך ווען איך זאג עפעס איז עס אוקוראט, יעצט זאלן די מנהלים זאגען אויב עס איז דא אדער געווען נאך א פארום וואס האט ענהאלטען 22 תגובות,

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2006 1:35 pm

קיי איך האב נאר געוואלט דיר העלפען איך ווייס נישט פינקטליך וואו אזוי מען מאכט קאפיס אבער איך געדענק אז תשעה באב צייט האבען אפאר אירע זיך גערעגט אז זיי האבען פארגעסען צי מאכען א קאפי האב איך געמיינט אז עס זענען דא מענטשען וואס טיען דאס אפט
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2006 6:03 pm

איצט דערמאן איך מיר אז שוין א לאנגע וויילע צוריק, האט דער ארענדאר -ווילענדיג חוזק מאכן- געעפענט א פורום מיטן נאמען 'סאכדעס מיט יאנאש' זעהט אויס אז עס האט אנטהאלטן 22 תגובות.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2006 6:23 pm

קרעמער האט געשריבן:איך וויל אבער וויסן אויב דו האסט טאקע נישט געקענט אויספאסטן איידער דו האסט געשריבן די תגובה?! (ווייל 8:05 איז ממש געציילטע מינוטן נאכן זמן פון 72 אין ניו יארק, און געווענליכע מענטשן זענען דאן אין שוהל אדער אינדערהיים און מען עסט!) ביטע נעם עס נישט פערזענליך, איך פרעג סתם.

דארפסט פארשטיין אז ס'נעמט מיר א שיינע פאר מינוט ביז איך שרייב אפ אזא לאנגע תגובה, און מ'זאל עס נאך פארשטיין אויך, און מיט דעם אלעם האסטו עס נישט אינגאנצן פארשטאנען אנפאנג, איך האב עס געשריבן צווישן מנחה און מעריב, איך האב טאקע נישט געקוקט אויפן זייגער און איך האב פארפאסט די זעכציגער מנין לכבוד דעם

קרעמער האט געשריבן:יעצט הייב איך אן קלערן, אז אפשר ווייסטו נישט פונקטליך ווער עס שרייבט אלץ אין די מנהלים פורום, און איינער איז דא מיט 22 תגובות ("קרעטשמער" אדער איינער אנדערש) און האסט אים פארגעסן צו רעכענען.

איך בין אדורך געגאנגען יעדע ניק וואס האט מער געשריבענע תגובות ווי דאס וואס מ'קען ליינען, און ווי געשריבן איך האב מיט צוויי און צוואנציג מער געשריבענע ווי דאס וואס מ'קען ציילן נאך אלע חשבונות, דאס מיינט, נישט אז איך האב פארזען איינעם, נאר ס'איז דא תגובות וואס זענען געשריבן געווארן אין ס'פיט נישט אונעם חשבון,

שוועמל האט געשריבן:לאן נעלמו ההודעות של יאנאש ואיך הער שהיו כאן מקודם?

אז דו האסט יא געזען, דארפסטו לכאורה דאס אליין פארשטיין, סא, וואס איז דיין קשיא?

מעסטערמיינד האט געשריבן: קודם זעה איך אז דו האסט טאקע געהאט וואס צו טוהן היינט (דזשאסט קידין פליז דאנט טעיק איט סיריעסלי)

ב"ה דו זעסט גוט ( נאו פראבלעם )

מעסטערמיינד האט געשריבן:יעצט לכאורה איז געווען נאך א פארום וואס איז מער נישט דא און וואס דארט איז געשטאנען ווערט נאך אלץ גערעכענט , איך בין אבער נישט זיכער דערין נאר אזוי לייגט זיך מיר אויפן שכל,

ס'קען נישט שטימען, ווייל ווען מ'נעמט אראפ א פורום, און ס'ווערט אויסגעמעקט אלע תגובות דערפון, וואלט אראפ געגאנגען די סכום תגובות פונעם שרייבער, קענסט עס אליין אויספראבירן, שרייב א תגובה און קוק די סכום פון דיינע תגובות און דערנאך מעק עס אויס, וועסטו זען אז דיין סכום איז מיט איינס ווייניגער, ( כאטשיג אויפן וועבזייטל בלייבט טאקע א צייכן פון יעדע תגובה וואס ווערט געשריבן אפילו ס'ווערט נאכדעם אויסגעמעקט ) במילא, אויב וואלט ווען געווען א פורום מיט געשריבענע תגובות, און איז נאכדעם געמעקט געווארן, וואלט נאך אלץ געדארפט שטימען, ווייל פון יעדן שרייבער וואלט געדארפט אראפ פאלן די סכום תגובות וואס ער האט דארט געשריבן,

יאנאש האט געשריבן:איצט דערמאן איך מיר אז שוין א לאנגע וויילע צוריק, האט דער ארענדאר -ווילענדיג חוזק מאכן- געעפענט א פורום מיטן נאמען 'סאכדעס מיט יאנאש' זעהט אויס אז עס האט אנטהאלטן 22 תגובות.

עיין ביי דעם וואס איך האב געענטפערט פאר מעסטער, קען זיין אז איך בין מיך טועה מיט מיין אפשאצונג לגבי דעם ענין, ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס אז ווען א פורום ווערט אפגעמעקט זאל נאך אלץ בלייבן די נאמבער פון די תגובות אויפן רעקארד.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2006 6:37 pm

כ'הער אז דו האסט נישט פארשטאנען, איז אזוי,

איך האב אויך אויסגעטרייט צו מעקן וכו' נאך פאר איך האב גענטפערט, במילא דאס איז טאקע ווי דו זאגסט אז עס ווערט אראפ גענומען, אבער ווען מ'מעקט א גאנצע פארום האט עס א צווייטע דין, וואס דאן ווערט עס יא פארצייכענטווייל עס שטייט אז אזויפיל תגובות האט מען געשריבען יעצט אז מ'רעכנט צוזאם אלע פארום'ס און מ'זעהט נישט וואו, מוז זיין אז עס קומט פון א צווייטע פארום, ודוק ותשכח, כ'האב מקצר געווען אבער איך האף אז דו פרשטייסט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2006 7:19 pm

איך בין נישט זיכער און דעם וואס דו זאגסט, ווייל ווען מ'האט געמאכט די ענדערונגען אין די קרעטשמע, און מ'האט געשניטן פורומים, האב איך געזען בעיני ווי ס'ווערט פארלוירן תגובות, איך בין פונקט געווען אין די קרעטשמע, און איך האב געהאלטן און איין קוקן צו ס'קומט צו עפעס פרישע סחורה, און ס'ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן, אז נישט נאר ס'קומט נישט צו, נאר ס'פאלט גאר אוועק, ביז איך האב באמערקט אז גאנצע פורומים זענען אונטער געגאנגען, אבער נאך אלץ זאג איך אז ס'קען זיין אז איך בין זיך טועה, איך בין נייגעריג וואס דער ארענדאר וועט זאגן דערצו ווען ער וועט עס באמערקן, חוץ אויב דו קומסט שוין פון דארט, והמבין יבין.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2006 8:06 pm

איך_הער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:איך וויל אבער וויסן אויב דו האסט טאקע נישט געקענט אויספאסטן איידער דו האסט געשריבן די תגובה?! (ווייל 8:05 איז ממש געציילטע מינוטן נאכן זמן פון 72 אין ניו יארק, און געווענליכע מענטשן זענען דאן אין שוהל אדער אינדערהיים און מען עסט!) ביטע נעם עס נישט פערזענליך, איך פרעג סתם.

דארפסט פארשטיין אז ס'נעמט מיר א שיינע פאר מינוט ביז איך שרייב אפ אזא לאנגע תגובה, און מ'זאל עס נאך פארשטיין אויך, און מיט דעם אלעם האסטו עס נישט אינגאנצן פארשטאנען אנפאנג, איך האב עס געשריבן צווישן מנחה און מעריב, איך האב טאקע נישט געקוקט אויפן זייגער און איך האב פארפאסט די זעכציגער מנין לכבוד דעם

הייסט דאס אז דו האסט אן אפיס אינעם שוהל? א מחיה...
ווייל געווענליכע מענטשן זיצן אין שוהל צווישן מנחה און מעריב.
אגב, קענסטו טאקע אויך זען אז די קרעטשמע זייגער איז פארריקט מיט עטליכע מינוט, ווייל 8:05 האסטו שוין פארפאסט אפילו די 72 מנין, וואס איז געווען אין ברוקלין און אין קרית יואל אום 8:01 בערך.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2006 8:15 pm

קען זיין אז ער האט די לאגער/נאצי/גאן/סטעדיום/וכו' טעלעפאון, און ער האט דורך דארט געשריבן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 12:11 am

קען דען נישט זיין אז מיין אפיס איז איין גאנצע מינוט אוועק פון א שול? ( איך פרעג עס בלשון שאלה, ווייל איך וויל געבן א געלעגנהייט פאר די, וואס ווילן ארויף ציען זייערע תגובות.)

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 2:19 am

מיין מיינונג איז אז עס קאן ניט זיין
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 10:39 am

איך האלט אז עס איז יא מעגליך.

אוועטאר
קהל'ס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 11:38 am
לאקאציע: זיצענדיג אויפן טרעפ

תגובהדורך קהל'ס נאר » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 12:20 pm

3x0 האט געשריבן:קען זיין אז ער האט די לאגער/נאצי/גאן/סטעדיום/וכו' טעלעפאון, און ער האט דורך דארט געשריבן.


קען זיין, באט עס איז א גרויסע רחמנות אויף אויב ער האט...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 3:22 pm

נישט פארגעסן אז דערווייל שטימט עס נאך אלץ נישט.

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

תגובהדורך arender » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2006 2:31 am

כבוד איך_הער לויט ווי איך האב דאס אויסגערעכנט פאר א חודש צוריק האט עס צוטוהן מיט די פארום וואס מ'האט אויסגעמעקט איי פארוואס נישט ביי די אנדערע וואס דו שרייבסט ? איז ווייל דארט האט מען קודם אריבערגעלייגט אלע אשכולות אין די קרעטשמע אא"וו אבער ביי די אנדערע האט מען גלייך אויסגעמעקט דאס גאנצע פארום מיט אלע 22 תגובות דערפון.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2006 4:33 pm

איך נעם עס אן, און יישר כח.


צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט