ברוכים הבאים צו די אייוועלט פארומס

פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל

אחראי: אחראי

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

ברוכים הבאים צו די אייוועלט פארומס

תגובהדורך קרעטשמער » פרייטאג אוקטובער 24, 2014 12:08 pm

בס"ד

שלום עליכם א איד! ברוכים הבאים צו די אידישע וועלט פארומס ("אייוועלט"). בעפאר איר הייבט אן שרייבן, ביטע נעמט אפאר מינוט אפצוליינען די פאלגענדע וויכטיגע אנווייזונגען.

אייוועלט איז געגרינדעט געווארן, ווערט געפירט דורך און באשטייט פון חסיד'ישע אידן וואס ציהלן צו גיין אין די ערליכע וועגן פון זייערע עלטערן און מנהיגים, אהערשטעלנדיג א ריין ארט אויף דעם אינטערנעט וואו איר קענט צו יעדע צייט טרעפן א גוט ווארט, אן אויסגעהאלטענע נייעסל פון דער גארער וועלט, א שטיקל היסטאריע, א זאפטיגע ארטיקל, הילף אין סיי וועלכע געביט, און אפילו א דבר תורה.

כדי דאס פלאץ זאל זיין אויסגעהאלטן על פי תורה און באקוועם פאר אלע מיטגלידער, זענען אוועקגעשטעלט געווארן א רייע רעגולאציעס:

א. די תורה הקדושה איז אונזער וועגווייזער און יעדע תגובה דארף געשריבן ווערן לפי רוחה.

דאס איז כולל סיי ענינים שבין אדם למקום (צום ביישפיל כפירה, ניבול פה, בזיון ת"ח) און סיי ענינים שבין אדם לחבירו (צום ביישפיל לשון הרע, הלבנת פנים, לא תונו).

עס איז פארבאטן צו שטעלן לינקס צו וועבזייטלעך וואס אין רוח חכמים נוחה מהם (יו-טוב א.ד.ג.), אדער צו בלעטער וואס פארמאגן אומאיידעלע בילדער.

לויטן פארלאנג פון רוב מיטגלידער איז פארבאטן אהערצוברענגן ארטיקלן וואס זענען ערשינען אין אנדערע אידישע וועבזייטלעך וואס זענען ווייט פון אונזער געדאנקנגאנג, אדער אפילו בלויז לינקן אהין. אויב מען ווערט געוואויר אויף אן ארטיקל אז דאס שטאמט פון אזא סארט וועבזייטל, וועט מען פארמעקן דעם גאנצן אשכול. (א ניק וואס דרייט אן פראוואקאציעס מיט אזעלכע סארט וועבזייטלעך, וועט מען פארשליסן ["חוסם זיין"] נאך איין ווארענונג).

ב. אזוי ווי א באדייטנדער טייל פון די מיטגלידער באלאנגן צום אנטי-ציוני'סטישן לאגער, איז פארבאטן צו שרייבן עפעס וואס שמעקט מיט ציונות.

עס איז אויך פארבאטן צו נוצן מחאה אויסדרוקן (צום ביישפיל "פוי", "ימח שמו" א.ד.ג) ביי די נייעס אשכולות.

נייעס פון מדינת ישראל זאל געשריבן ווערן נייטראל, אלע השקפה קאמענטארן (קנאי'ש אדער פארקערט) וועלן פארמעקט ווערן פון די נייעס פארום.

ג. אייוועלט צילט ארויפצוברענגן א שמייכל אויף אידישע לעפצן, דערפאר איז פארבאטן אויסצוניצן די פלאטפארמע אויף אויסצודרוקן מחאות אויף סיי וואספארא עוולה אדער פירצה בחומת הדת. אן אשכול וואס איז געווידמעט מוחה צו זיין אויף סיי וואס פאר אן עוולה אדער פירצה במחנינו, וועט תיכף פארמעקט ווערן.

אויב דער ארטיקל ווערט געשריבן בהשכל ובדעת – לויט די שאצונג פון די הנהלה – און ברענגט ארויס א דעת תורה קעגן א פירצה, איז דאס יא ערלויבט.

ד. יעדער מיטגליד האט די רעכט צו בלייבן אנאנים, און עס איז שטרענג פארבאטן אויפצודעקן יענעמס אידענטיטעט ("גילוי"). אין דעם איז אריינגערעכנט דאס פובליצירן איינעמס צווייטע ניק-נאמען.

אויב די הנהלה ווערט געוואויר אז א מיטגליד האט עובר געווען אויף "גילוי", וועט מען יענעם חוסם זיין.

ה. ביים אויסקלויבן א ניק מאכט זיכער צו נעמען א נארמאלע נאמען וואס זאל זיין מקובל על הבריות. ניקס וואס באשטייען פון נומערן, נעמען פון פובליק פיגורן, שפעט נעמען פון מענטשן, נעמען פון קהילות א.ד.ג. וועלן נישט אנגענומען ווערן.

כדי צו פארמיידן אומאיינגענעמליכקייטן מאכט אויך זיכער אז אייער ניק-נאמען ענדלט נישט צו אן עקזיסטירנדע ניק-נאמען.

ווען א נאמען ווערט נישט באשטעטיגט דורך די הנהלה, ווערט דאס געמאלדן אין די "אומבאשטעטיגטע ניקס" אשכול וואס געפונט זיך אין די "ברוכים הבאים" אפטיילונג.

ו. אין איינקלאנג מיט אונזער ציהל ארויפצוברענגן א שמייכל אויף די לעפצן און האלטן דאס פלאץ באקוועם פאר יעדן איינעם, מאכט זיכער צו האלטן דעם טאן נידריג און זיך באציען צום אנדערן שרייבער מיט רעספעקט. שרייבער וואס גרייפן אן אנדערע וועלן באקומען א ווארענונג. נאך דריי ווארענונגען קומט א חסימה.

ז. א ניק וואס קומט אריין בלויז צו שאפן מהומות און אנדרייען קאנטראווערסיע, וועט באקומען א ווארענונג. נאך דריי ווארענונגען קומט א חסימה.

ח. כל ישראל ערבים זה לזה – אויב איר באמערקט עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן, אנשטאט מעורר זיין דערויף ברבים און גורם זיין א דין ודברים דערוועגן, דרוקט דעם באריכט קנעפל ("!") וואס געפונט זיך ביי יעדע תגובה, און מעלדט איין פאר די הנהלה די סיבה פונעם באריכט. איינער פון די פארוואלטונג וועט זיך אפגעבן מיטן באריכט דאס שנעלסטע וואס מעגליך.

צום שלוס: אין פאל איר ברויכט הילף, קענט איר זיך ווענדן צו סיי וועמען פון די הנהלה מיטגלידער. די מנהלים זענען די רויטע ניקס ("סאכדעס", "3x0", "צייטליך", "זייער נייגעריג", "למעלה משבעים") און די אחראים זענען די גרינע ניקס ("געלעגער", "מאן יימער", "the fact", "איך הער", "מאשקע", "אחראי", "גבאי ביהמ"ד").


מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן פונעם פלאץ און אונז מהנה זיין מיט אייערע תגובות. הצלחה רבה!

צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: Yahoo [Bot] און איין גאסט