אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
אחראי: אחראי
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
שטייט נישט הארבע זאכן אויף בארעדן א מת?
אזוי האב איך אלס געוואוסט, איז עס נישט ריכטיג?
אזוי האב איך אלס געוואוסט, איז עס נישט ריכטיג?
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
ר’ שלמה איז אמאל געגאנגען מיט איינעם און גאס
איז צוגעקומען איינער און געבעטן געלט פרעגט אים ר’ שלמה אויב ער איז א איד האט ער געזאגט אז יא
זאגט אים ר’ שלמה זאג שמע ישראל און יענער האט געזאגט
האט ר’ שלמה ארויסגענומען א הונדערטער און געזאגט פאר זיין באגלייטער: זאלסט וויסן אז איך האב אים ליב אהבת נפש

רק בדם תהי’ לנו ישיבות
viewtopic.php?f=3&t=45537&p=2626677#p2626677
viewtopic.php?f=3&t=45537&p=2626677#p2626677
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
גראמער האט געשריבן:שטייט נישט הארבע זאכן אויף בארעדן א מת?
אזוי האב איך אלס געוואוסט, איז עס נישט ריכטיג?
לויט די חברה איז א מצוה מען זאל וויסן אבער מען קען נישט טוישן מציאות וויפול זיי זאלן ווילן
רק בדם תהי’ לנו ישיבות
viewtopic.php?f=3&t=45537&p=2626677#p2626677
viewtopic.php?f=3&t=45537&p=2626677#p2626677
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
פרינדזשעס.. האט געשריבן:שרויפקאפ האט געשריבן:סאיז באקאנט א מעשה (נישט ערשטהאנטיג) אז ער איז אמאל געווען ביים נועם אליעזר פון סקולען, ווען די רבי האט אים פארגעהאלטן האט ער גענטפערט אויב איך וועל מעורר זיין דעם רבין וועט די רבי מודה זיין צו מיר? ווען די רבי האט מסכים געווען האט ער זיך גענומען זינגען מיט א ברען ביז די רבי האט באקומען טרערן אין די אויגן און די רבי האט אים אנגעווינטשן ונפרדו לשלום
די מעשה קען נישט זיין אמת,
עס איז באקאנט אז הרה"ק בעל נועם אליעזר מ'סקולעני זצוק"ל איז אמאל אריין געקומען צו א שמחה און מען האט געזינגען איינע פון שלמה'ס ניגונים האט זיך די סקולענער רבי ז"ל אנגערופן: די ניגון שמעקט פון ניאוף!
איך אליין האב פריער געשריבן אקעגן, איך מיין נאר צו זאגן אז איך האב אויך געהערט אזעלכע באמבאסטישע מעשיות אבער עס טוישט גארנישט פון וואס איך האב פריער געשריבן.
און שוין.
- סטאוו יא פיטא
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8639
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
טישטוך האט געשריבן:זיסע פיש האט געשריבן:אויב די ווילסט דערציילן מעשיות איז דא געניג אויף די אנדערע זייט אויך, מיין איך אז מען זאל ענדיגן דא.
העיטער.
די אנדערע מעשיות לויפן שנעלער ארום ווייל עס איז באווירצט מיט לשון הרע און שמוץ.
איר טענה'ט אז די שלעכטע מעשיות זענען ליגענט?
ס'איז רעקארדירט אויף ווידיאו, איז אויב זאגסטו סך הכל אז ס'איז דא גוטע און שלעכטע מעשיות. אידאך די ויכוח פערטיג, א בעל עבירה וואס טוט אויך מצוות איז נישט כשר אויף קיין שום וועג.
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
אין אמעריקע הייסט עס open orthodox אין א''י הייסט עס מזרחי (lower end), אין די חסידישע ספרים הייסט עס אהבה אן יראה
- סטאוו יא פיטא
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8639
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
מים חיים האט געשריבן:אין אמעריקע הייסט עס open orthodox אין א''י הייסט עס מזרחי (lower end), אין די חסידישע ספרים הייסט עס אהבה אן יראה
א מראה מקום פון להבדיל א חסידישע ספר אויב מעגליך
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 647
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
גראמער האט געשריבן:שטייט נישט הארבע זאכן אויף בארעדן א מת?
אזוי האב איך אלס געוואוסט, איז עס נישט ריכטיג?
ניין, ס'שטייט נאר וועגן מוצא לעז זיין אויף א מת
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
טעות. אהבה אן יראה מיינט נישט אהבת דברים אסורים רח"ל.
- סטאוו יא פיטא
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8639
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
להודיע האט געשריבן:טעות. אהבה אן יראה מיינט נישט אהבת דברים אסורים רח"ל.
ופשוט הוא. דערפאר ווארט מיר פאר א מראה מקום.
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 16972
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
שרויפקאפ האט געשריבן:סאיז באקאנט א מעשה (נישט ערשטהאנטיג) אז ער איז אמאל געווען ביים נועם אליעזר פון סקולען, ווען די רבי האט אים פארגעהאלטן האט ער גענטפערט אויב איך וועל מעורר זיין דעם רבין וועט די רבי מודה זיין צו מיר? ווען די רבי האט מסכים געווען האט ער זיך גענומען זינגען מיט א ברען ביז די רבי האט באקומען טרערן אין די אויגן און די רבי האט אים אנגעווינטשן ונפרדו לשלום
דער הייליגער מונקאטשער רב דער מנחת אלעזר האט געהערט פון א גרויסער חזן א מחלל שבת וואס איז מעורר יודן צו טרערן.
(קען זיין פילטשיק?)
ער האט זיך באגענט מיט איהם אין איהם פראבירט משכניע זיין צו חוזר זיין.
דער חזן האט געזאגט פארן רב, איך וועל זינגען א ניגון 3 מאל, אויב וועט דער רב נישט פארלאזן א טרער וועל איך תשובה טון.
דער רב האט געענטפערט איך בין גרייט, איך בין זיכער איך וועל נישט פארלאזן א טרער פון א התעוררות וואס קומט נישט פון א גוטע מקור.
דער חזן האט אנגעהויבן, איינמאל צוויי מאל און דער רב שטייט גלייכגילטיג, אינמיטן דעם דריטן מאל האט דער רב זיך צישריגן 'העראויף! איך שפיר איך וועל זיך נישט קענען איינהאלטן, און איך וויל נישט פארלאזן א טרער פון א נישט גוטע התעוררות'
און דער חזן איז נעבעך געבליבן אזוי.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
לכאורה קווארטין ער האט געהאט אן אבנארמאלן כח
- שלמה מולכו
- שר חמש מאות
- תגובות: 576
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
געהערט די מעשה פון מיין זיידן לרפ״ש, א איד פון דער אלטער היים,
ער האט געהאט אביסל א אנדערע גירסא אין די דעטאלן פון די שמועס.
ער האט פארציילט אז ס׳איז געווען מיט קווארטין,
די ניגון וואס ער האט געזונגען איז געוועהן שומע קול בכיות (אוי קען מען וויינען אויף די ניגון),
נישט געהערט וועגן דריי מאל זינגען.
ער האט געהאט אביסל א אנדערע גירסא אין די דעטאלן פון די שמועס.
ער האט פארציילט אז ס׳איז געווען מיט קווארטין,
די ניגון וואס ער האט געזונגען איז געוועהן שומע קול בכיות (אוי קען מען וויינען אויף די ניגון),
נישט געהערט וועגן דריי מאל זינגען.
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:מים חיים האט געשריבן:אין אמעריקע הייסט עס open orthodox אין א''י הייסט עס מזרחי (lower end), אין די חסידישע ספרים הייסט עס אהבה אן יראה
א מראה מקום פון להבדיל א חסידישע ספר אויב מעגליך
איך האב מיך נישט באצויגן צו דיין תגובה
די הגדרה האב איך געהערט אויף אים פון גאר א חשובע איד
איך געדענק אז אזוי שטייט אין באר מים חיים איך טרעף עס נישט יעצט אויפן מינוט
פאר דערווייל עפעס ענדליך פון מאור עינים, האזינו "האוהב השם בלא יראה אין האהבה בשלימות כי יאהב זרים גם כן"
די עיקר וואס איך האב געמיינט איז נישט אז די אהבה איז דברים האסורים
נאר א שטארקע אהבה אן יראה מאכט די מענטש טון מצוות עשה מיט א מוראדיגע ברען און מהאט א שטארקע ווארעמקייט און געפיל צו אידישקייט
אבער ווען סקומט זיך צו צוריק האלטן פון א לא תעשה איז נישט דא די ברעיקס ווייל פארדעם דארף מען יראה
אבער איך מיין אז די חלק אז מנוצט די אהבה אויך פאר אהבה חיצונית שטייט יא אין באמ''ח
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
מיינע צוויי צענט
ווער סקען אביסל די נושא פון ביי-פאולער איז נישט אזוי צימישט אין דעם פערזענליכקייט פון שלמה קארליבאך
ער איז בעצם געווען גאר א וואוילער מענטש וועלכע האט באמת געליטן אויף נפשיות'דיגע פראבלעמען, זיין כח המעצור איז געווען זייער באגרעניצט
ער אליינס האט אמאל געזאגט ברבים אויף א טאלק שוי (כדענק נישט ווי כהאב עס געהערט) אז ער האט פראבלעמען אין יענע ענינים און ער גייט פאר העלפ.. (הגם כנראה האט ער קיין מעדיצין נישט גענומען)
ער האט געהאט צייטן וואס ער איז געוועזן א מלאך און ער האט געהאט צייטן וואס ער איז געוועזן א גלח, צימאל איז עס גאר געגאנגען בד בבד
די נושא פון ביי-פאולער איז זייער קאמפליצירט און סאיז זייער שווער פאר אן עוורידזש מענטש עס צו באגרייפן, אבער בקיצור, ער איז געווען אן אומסטאבילער פארשוין וואס האט געהאט גאר ווייניג קאנטראל אויף זיין מצב רוח און אויף זיינע אמתע רצונות
מאנכע זענען דאס מלבוש אין העכערע זאכן וכו'.. יתכן אז זיי זענען גערעכט
אבער אלעס אויף דער וועלט איז בעצם העכערע זאכן.. און ממוז אנקוקן זאכן ממשיות'דיג און הארט.
ער האט געליטן אויף גשמיותדיגע גייסטישע פראבלעמען וועלכע האבן אויכעט אויסגעקלאפט אויף זיין חלק הרוחני
אזויווי @סטאוו האט שוין אנגעמערקט, סהאט נישט קיין שום זינן צו מכחיש זיין את השמש בצהרים, זיין התנהגות איז רעקארדירט לחרפה
----
סיז א צוואת ר' יהודה החסיד נישט צו רעדן אויף קיין נפטרים
אבער איינער וואס האט ברבים דיסריגארדעט א חלק פון די תורה טאר נישט ווערן אנערקענט אויף א היימישע פלאץ אלץ אן עהרליכע איד

- הויעך
- שר האלפיים
- תגובות: 2093
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
- לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
שלמה מולכו האט געשריבן:געהערט די מעשה פון מיין זיידן לרפ״ש, א איד פון דער אלטער היים,
ער האט געהאט אביסל א אנדערע גירסא אין די דעטאלן פון די שמועס.
ער האט פארציילט אז ס׳איז געווען מיט קווארטין,
די ניגון וואס ער האט געזונגען איז געוועהן שומע קול בכיות (אוי קען מען וויינען אויף די ניגון),
נישט געהערט וועגן דריי מאל זינגען.
געהערט די מעשה אויך אויף קווארטין
אבער די ניגון האבעך געהערט איז געווען טהר ר' ישמאל
באשעפער, מאך מיר הויעך, מאך מיר הויעך, מאך מיר הויעך,
באשעפער, מאך מיר הויעך, מאך מיר העכער,
העכער העכער העכער און העכער,
העכער העכער און העכער.
באשעפער, מאך מיר הויעך, מאך מיר העכער,
העכער העכער העכער און העכער,
העכער העכער און העכער.
- יידישע קהילות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4873
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
גארנישט מיט ביי-פוילער, שטותים מיט טאמעיטא זאפט...
ער איז געווען וואס ער איז געווען. און האט אויך ג'האט א ווארימע הארץ. איז וואס?

"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
Bissli האט געשריבן:ר’ שלמה האט אמאל גערעדט ביי א קאנצערט ווי שטארק ער האט ליב יעדע איד
איז געזעצן דארט א פרוי וואס איר קאפ איז געלאפן אין א ראנג דיירעקשאן און זי איז געגאנגען אים אפווארטן ביי זיין האטעל ראם, ר’ שלמה איז אנגעקומען און געזען וואס גייט פאר ער איז אויפגעשפריגען ווי א שלאנג געביסענער און ארויסגעלאפן פון בנין און נישט צוריק געקומען אויף יענע פלאץ
מיט די הנחה אז אונזער שלמה'לע איז געוועזן א פשוטער ביי-פאולער ליידענדער וועסטו פארשטיין אז די דאזיגע מעשה איז בכלל נישט קיין סתירה מיט די צענדליגע אנדערע מעשיות וועלכע דערציילן גאר פונקט פארקערט
- שמואל בארג
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3601
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
שמן האט געשריבן:מתמודד האט געשריבן:פאר מען טענהט זיך דא ווייטער ארום אינעם דעת בעל הבית וואלט געראטן געווען צו הערן אביסל דעת תורה.
רבי משה פיינשטיין שרייבט אין א תשובה [מקור וועט נאכפאלגן] אז ער איז ניטאמאל געווען א מומר לדבר אחד וויבאלד ער האט אלעס געמיינט לשם שמים.
פון אמשינאווער רבין זאגט מען נאך אז רבי שלמה וועט האבן מער עולם הבא ווי אים.
רבי שלמהלע באבובער פלעגט אים רופן זינגען און דערציילן מעשיות ביי מלווה מלכהס.
לפי רבי שלמה, האט אים ליובאביטשער רבי נישט ארויסגעווארפן נאר געזאגט טוה וואס די ווילסט אבער נישט אין מיין נאמען און רבי שלמה האט בוחר געווען צו גיין זעלבסטשטענדיג, ליובאביטשער רבי איז קיינמאל ארויס קעגן אים חוץ ווען מען האט געהאט טענות אויף אים אין בריוון האט ער גענטפערט אז ער האט גארנישט מיט אים און דאס איז נישט זיין דרך.
רבי איטשע מאיר מארגנשטערן איז שטארק מחשיב רבי שלמהס ניגונים און האלט פון זיין פערזענליכקייט. [אויף דעם נעם איך נישט קיין אחריות כאטש כהאב עס געהערט איש מפי איש האב איך געהערט שמועות אויף פארקערט]
פון די אנדערע זייט איז נישטא קיין עכטע מימרות פון צדיקים בגנותו חוץ איין מעשה וואס כהאב געהערט אז דער לעצטער סקולענער רבי האט געזאגט אז שפכי כמים ליבך שמעקט פון ניאוף, כהאב אבער אויך געהערט די זעלבע מעשה אויף עפעס א ניגון פון אברהם פריעד סאו יעדער קען אפמאכן אויף וועלכע ניגון ער האט עס געזאגט.
אויך האב איך אמאל געהערט אז סאיז דא א תשובה פון דעברעצינער רב אנטקעגן רבי שלמה אבער כהאב שוין דורכגעבליקט אסאך מאל דעם באר משה אין עס קיינמאל געפינען, אדרבה ווער סקען ברענגען דעם מקור וועל איך דאנקבאר זיין.
לסיכום, בנוגע זיין התנהגות זענען דא גענוג ערליכע אידן וואס האבן נישט געקוקט אויף דעם און מאנכע האבן געהאלטן אז ער האט עס געמיינט לשם שמים, די לשון הרעס וואס דרייען זיך ארום אויף די פרייע גאס האבן נישט קיין שום מקור און סאיז ווארשיינליך א דירעקטן רעזולטאט פון די שנאה פון די פרייע צו חוזרים בתשובה און צו רבי שלמה וואס איז פון די פירערס פון דעם באוועגונג.
דער הייליגער בעל שם טוב זצוק"ל זאגט אז אויס ביסטו מסופק אויף א מענטש צו ער איז ערליך צו נישט קוק וואס ער זאגט, אויב זאגט ער ערליכע זאכן וואס ברענגען נענטער אידן צום אויבערשטן דאן איז ער א ערליכע איד אז נישט נישט, איך קען פערזענליך מעיד זיין אז זייט איך האב אנגעהויבן צו הערן זיינע ניגונים, סיפורים, ובפרט רעדעס איז מיין דאווענען אנדערש, מיין לערנען אנדערש, איך קען קלאר זאגן אז ער האט געהויבן מיין רוחניותדיגן ניווא מיט עטליכע שטאפלען.
ברכה והצלחה.
איך ווייס נישט וואס דו האקסט אין קאפ וועגן באבוב, ער האט געלערנט אין באבוב איין תקופה צוזאמען מיט זיין ברודער, ס'איז שוין דעמאלסט געווען אפאר ענינים וואס דער רב האט עם מוסר געזאגט אויף זיינע דרכים אמאל ברבים ברמיזה און אמאל ביחודית באריכות, ער האט מיטגענומען פארשידענע זאכן פון באבוב נענועים וכדומה, אבער איינמאל ער איז זיך געגאנגען זיין וועג איז דער באבוב'ער רב זצ"ל געווען זייער פארווייטאגט און ער מער נישט געוואלט אנקוקען אמאל ווען ער איז געקומען האט ער זיך אוועקגעדרייט, און ווען ער האט געשיקט א קוויטעל מיט א פדיון האט ער ארויסגעווארפען דאס געלט נישט וועלנדיג הנאה פון די געלט, און פאר קיין געלט אין די וועלט וועט מען זיינס א ניגון נישט גינגען
איך זאג דיר וואס כהאב געהערט פון א איד וואס איז דארטן געווען, יענער האט גערעדט פאר א האלבע שעה קעגן אים צום סוף האט ער זיך ארויסגעכאפט אז רבי שלמהלע באבובער פלעגט אים אסאך רופן פאר מלווה מלכהס און ער האט עס מיטגעהאלטן.
אני גאה להתמודד עם ההתמודדיות שהשם מודד לי!
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
כוויל קלאר מאכן א זאך וואס איך זע אז דער עולם מישט אויס דא.
סאיז דא צוויי טענות איבער דעם וועג וויאזוי רבי שלמה האט געהענדלט נשים.
1. ער פלעגט נישט שומר זיין נגיעה וואס דאס האט ער געהאלטן אז סאיז מותר ווייל סהעלפט אים מחזיר זיין בתשובה, סאיז זייער מעגליך אז דער קלות אין דעם ענין האט ער גענומען פון ליובאוויטש ווי דער רבי פלעגט איבערגעבן פאר פרויען אין די הענט און ער האט שוין ארויסגעלערנט פון דעם אנדערע זאכן, מדארף פארשטיין אז רבי שלמה אלס א מענטש וואס איעדע פארקראכענע נשמה האט אים געריסן ביים הארץ האט ער נישט געדארפט זיין קיין גרויסער שגץ זיך צו מתיר זיין אזאנס נאכדערצו ווען טעארעטיש גערעדט האט ער זיך געקענט פארגלייכן צו זיין רבין לויט טייל שיטות.
דער חלק איז רעקארדירט און קיינער לייקנט דאס נישט אפ, נאר דער עולם איז מלמד זכות אז ער האט דאס געמיינט ערנסט.
2. דערנאך איז דא לשון הרעס וואס דרייען זיך ארום וואס אויף דעם איז אוממעגליך מלמד זכות צו זיין אבער סהאט נישט קיין שום ערנסטן מקור, ווארשיינליך א בלבול פון די פרייע וואס אויף דעם שרייבן אסאך אז סהייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס.
אז ער האט געליטן פון בייפאלער וואלט איך נישט געזאגט, ווען יא וואלט געווען אויך פראבלעמאטישע מימרות נישט נאר פראבלעמאטישע מעשים.
זיין "מינימאלע" אהבה צו גוים איז געווען באזירט אויף חסידישע ספרים אבער בעיקר האט עס געדינט אלס א טאקטיק אריינצוכאפן פרייע מיט א מכלומרשטן ליבעראלן מהלך, סאיז דא גענוג רעקארדירונגען ווי ער רעדט בגנותם פון די גוים ער האט נאר געוואוסט ווי יא עס צו זאגן און ווי נישט.
ועל כולם איז ער געווען א אוהב ארץ ישראל אבער א שונא צו די ציוניסטישע אידעאלאגיע וואס דאס איז א גרויסער חידוש פאר סתם א נאטורליכער אוהב.

- היימישער הייקער
- שר האלף
- תגובות: 1543
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

שיין אויסגעקלארט די גאנצעט אשכול אין איין תגובה.
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
מתמודד האט געשריבן:שמן האט געשריבן:מתמודד האט געשריבן:פאר מען טענהט זיך דא ווייטער ארום אינעם דעת בעל הבית וואלט געראטן געווען צו הערן אביסל דעת תורה.
רבי משה פיינשטיין שרייבט אין א תשובה [מקור וועט נאכפאלגן] אז ער איז ניטאמאל געווען א מומר לדבר אחד וויבאלד ער האט אלעס געמיינט לשם שמים.
פון אמשינאווער רבין זאגט מען נאך אז רבי שלמה וועט האבן מער עולם הבא ווי אים.
רבי שלמהלע באבובער פלעגט אים רופן זינגען און דערציילן מעשיות ביי מלווה מלכהס.
לפי רבי שלמה, האט אים ליובאביטשער רבי נישט ארויסגעווארפן נאר געזאגט טוה וואס די ווילסט אבער נישט אין מיין נאמען און רבי שלמה האט בוחר געווען צו גיין זעלבסטשטענדיג, ליובאביטשער רבי איז קיינמאל ארויס קעגן אים חוץ ווען מען האט געהאט טענות אויף אים אין בריוון האט ער גענטפערט אז ער האט גארנישט מיט אים און דאס איז נישט זיין דרך.
רבי איטשע מאיר מארגנשטערן איז שטארק מחשיב רבי שלמהס ניגונים און האלט פון זיין פערזענליכקייט. [אויף דעם נעם איך נישט קיין אחריות כאטש כהאב עס געהערט איש מפי איש האב איך געהערט שמועות אויף פארקערט]
פון די אנדערע זייט איז נישטא קיין עכטע מימרות פון צדיקים בגנותו חוץ איין מעשה וואס כהאב געהערט אז דער לעצטער סקולענער רבי האט געזאגט אז שפכי כמים ליבך שמעקט פון ניאוף, כהאב אבער אויך געהערט די זעלבע מעשה אויף עפעס א ניגון פון אברהם פריעד סאו יעדער קען אפמאכן אויף וועלכע ניגון ער האט עס געזאגט.
אויך האב איך אמאל געהערט אז סאיז דא א תשובה פון דעברעצינער רב אנטקעגן רבי שלמה אבער כהאב שוין דורכגעבליקט אסאך מאל דעם באר משה אין עס קיינמאל געפינען, אדרבה ווער סקען ברענגען דעם מקור וועל איך דאנקבאר זיין.
לסיכום, בנוגע זיין התנהגות זענען דא גענוג ערליכע אידן וואס האבן נישט געקוקט אויף דעם און מאנכע האבן געהאלטן אז ער האט עס געמיינט לשם שמים, די לשון הרעס וואס דרייען זיך ארום אויף די פרייע גאס האבן נישט קיין שום מקור און סאיז ווארשיינליך א דירעקטן רעזולטאט פון די שנאה פון די פרייע צו חוזרים בתשובה און צו רבי שלמה וואס איז פון די פירערס פון דעם באוועגונג.
דער הייליגער בעל שם טוב זצוק"ל זאגט אז אויס ביסטו מסופק אויף א מענטש צו ער איז ערליך צו נישט קוק וואס ער זאגט, אויב זאגט ער ערליכע זאכן וואס ברענגען נענטער אידן צום אויבערשטן דאן איז ער א ערליכע איד אז נישט נישט, איך קען פערזענליך מעיד זיין אז זייט איך האב אנגעהויבן צו הערן זיינע ניגונים, סיפורים, ובפרט רעדעס איז מיין דאווענען אנדערש, מיין לערנען אנדערש, איך קען קלאר זאגן אז ער האט געהויבן מיין רוחניותדיגן ניווא מיט עטליכע שטאפלען.
ברכה והצלחה.
איך ווייס נישט וואס דו האקסט אין קאפ וועגן באבוב, ער האט געלערנט אין באבוב איין תקופה צוזאמען מיט זיין ברודער, ס'איז שוין דעמאלסט געווען אפאר ענינים וואס דער רב האט עם מוסר געזאגט אויף זיינע דרכים אמאל ברבים ברמיזה און אמאל ביחודית באריכות, ער האט מיטגענומען פארשידענע זאכן פון באבוב נענועים וכדומה, אבער איינמאל ער איז זיך געגאנגען זיין וועג איז דער באבוב'ער רב זצ"ל געווען זייער פארווייטאגט און ער מער נישט געוואלט אנקוקען אמאל ווען ער איז געקומען האט ער זיך אוועקגעדרייט, און ווען ער האט געשיקט א קוויטעל מיט א פדיון האט ער ארויסגעווארפען דאס געלט נישט וועלנדיג הנאה פון די געלט, און פאר קיין געלט אין די וועלט וועט מען זיינס א ניגון נישט גינגען
איך זאג דיר וואס כהאב געהערט פון א איד וואס איז דארטן געווען, יענער האט גערעדט פאר א האלבע שעה קעגן אים צום סוף האט ער זיך ארויסגעכאפט אז רבי שלמהלע באבובער פלעגט אים אסאך רופן פאר מלווה מלכהס און ער האט עס מיטגעהאלטן.
אלס בחור ווען ער האט געלערנט אין באבוב אין די וועסט סייד איז ער געווען ביי מלוה מלכה (גראדע שבת און ראש חודש און אינדערוואכן אויך) אבער שפעטער האט מען עם נישט גערופען און ער איז טאקע נישט געווען חוץ איינצעלע מאל וואס מ'האט עם טאקע נישט אנגעקוקט
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
מתמודד האט געשריבן:כוויל קלאר מאכן א זאך וואס איך זע אז דער עולם מישט אויס דא.
סאיז דא צוויי טענות איבער דעם וועג וויאזוי רבי שלמה האט געהענדלט נשים.
1. ער פלעגט נישט שומר זיין נגיעה וואס דאס האט ער געהאלטן אז סאיז מותר ווייל סהעלפט אים מחזיר זיין בתשובה, סאיז זייער מעגליך אז דער קלות אין דעם ענין האט ער גענומען פון ליובאוויטש ווי דער רבי פלעגט איבערגעבן פאר פרויען אין די הענט און ער האט שוין ארויסגעלערנט פון דעם אנדערע זאכן, מדארף פארשטיין אז רבי שלמה אלס א מענטש וואס איעדע פארקראכענע נשמה האט אים געריסן ביים הארץ האט ער נישט געדארפט זיין קיין גרויסער שגץ זיך צו מתיר זיין אזאנס נאכדערצו ווען טעארעטיש גערעדט האט ער זיך געקענט פארגלייכן צו זיין רבין לויט טייל שיטות.
דער חלק איז רעקארדירט און קיינער לייקנט דאס נישט אפ, נאר דער עולם איז מלמד זכות אז ער האט דאס געמיינט ערנסט.
2. דערנאך איז דא לשון הרעס וואס דרייען זיך ארום וואס אויף דעם איז אוממעגליך מלמד זכות צו זיין אבער סהאט נישט קיין שום ערנסטן מקור, ווארשיינליך א בלבול פון די פרייע וואס אויף דעם שרייבן אסאך אז סהייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס.
אז ער האט געליטן פון בייפאלער וואלט איך נישט געזאגט, ווען יא וואלט געווען אויך פראבלעמאטישע מימרות נישט נאר פראבלעמאטישע מעשים.
זיין "מינימאלע" אהבה צו גוים איז געווען באזירט אויף חסידישע ספרים אבער בעיקר האט עס געדינט אלס א טאקטיק אריינצוכאפן פרייע מיט א מכלומרשטן ליבעראלן מהלך, סאיז דא גענוג רעקארדירונגען ווי ער רעדט בגנותם פון די גוים ער האט נאר געוואוסט ווי יא עס צו זאגן און ווי נישט.
ועל כולם איז ער געווען א אוהב ארץ ישראל אבער א שונא צו די ציוניסטישע אידעאלאגיע וואס דאס איז א גרויסער חידוש פאר סתם א נאטורליכער אוהב.
בקיצור זעה שוין מ'וועט עם מוחל זיין אלע עבירות ווייל ער איז געווען א קנאי
Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך
@אשדוד האט מיר מעורר געווען אז כהאב פאלש ציטירט פון רבי משה פיינשטיין, כדי נישט צו זיין קיין מגלה פנים בתורה שלא כהלכה ברענג איך צו די לינק פון די תשובה איעדער זאל אליינס נאכקוקן.
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=245
כהאב עס לאנג צוריק געלערנט און כהאב אזוי געדענקט [קען זיין אלס אהבה מקלקלת השורה...]
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=245
כהאב עס לאנג צוריק געלערנט און כהאב אזוי געדענקט [קען זיין אלס אהבה מקלקלת השורה...]
אני גאה להתמודד עם ההתמודדיות שהשם מודד לי!
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שמחה פריילעך און 7 געסט