נייע "ערשטע" אלבום פון אברהם מרדכי שווארטץ - כרובים עליונים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7277
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 12:40 pm

קוקט ווי א שטארקע סידי.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 12:49 pm

איך גלײך גאר שטארקט די אלבום גאר קריעטיװ מיט מלא חידושים

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:25 pm

abeg האט געשריבן:איך גלײך גאר שטארקט די אלבום גאר קריעטיװ מיט מלא חידושים

אט אזוי! זיסע געשמאקע ניגונים געזינגען גאר געשמאק און באטעמט דורך דעם מיינסטער רבי אברהם מרדכי.

קוקט אויס דאס גייט זיין מיין קומענדיגע קאר סידי פאר א שיינע שטיק צייט (דערווייל ליגט נאך פינגערפריטס אינסייד...)

משה עסקן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 7:01 pm

תגובהדורך משה עסקן » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 2:59 pm

הערליכע סחורה!

הערט זיך גאר געשמאק און אנגענעם.

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 3:44 pm

Wow נישט געוויסט ווי גוט אברהם מרדכי איז ווען ער לייגט אריין זיינע פינגער אפדריקען אין א אלבוים קומט ארויס א דבר השלום אברהם מרדכי די האסט טאלאנט די האסט א גוטע שמעק אין עולם המוזיקה עס איז בלי שום ספק די סידי פון יאר!!!! אנשי פרידמאן האט געמאכט א פיינע דיל פארן נעמען אברהם מרדכי אלץ א פרודאסער הערליך הערליך שיין

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:04 pm

געקויפט.
הערט זיך געשמאק!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:20 pm


הרים כדונג
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 2:58 am

תגובהדורך הרים כדונג » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:12 pm

כרובים עליונים וואלט טאקע געווען א גוטע נאמען פאר א קבלה ספר, נישט פאר א סידי. ער האט עס מסתמא געוואלט געבן א בליק פון א העכערקייט/ספוקי/הייליג אזויווי מ'פילט יום הקדוש ביינאכט ביים זאגן די שיר היחוד. מיר פארשטייען בלויז צו כרובים תחתונים ווען מ'עסט זאפטיג די האלאפצעס/קרויט שמחת תורה נאך די הקפות

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

תגובהדורך טראמבאן » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:16 pm

הרים כדונג האט געשריבן:כרובים עליונים וואלט טאקע געווען א גוטע נאמען פאר א קבלה ספר, נישט פאר א סידי. ער האט עס מסתמא געוואלט געבן א בליק פון א העכערקייט/ספוקי/הייליג אזויווי מ'פילט יום הקדוש ביינאכט ביים זאגן די שיר היחוד. מיר פארשטייען בלויז צו כרובים תחתונים ווען מ'עסט זאפטיג די האלאפצעס/קרויט שמחת תורה נאך די הקפות

"הרים כדונג" וואס טייטש?...

אוועטאר
Thank you
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

תגובהדורך Thank you » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 7:24 pm

די ניגון ושמחת איז ממש א גרויל!! נאך דער צו מיט די הברה! פוי!!!

מי כעמך
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 7:41 pm

Thank you האט געשריבן:די ניגון ושמחת איז ממש א גרויל!! נאך דער צו מיט די הברה! פוי!!!

האסט מעך געמאכט א ושמחת. :lol: ..דער פוי!!! כ'קען זעהן דיין שפייעכט'ס אויפן פלאהר..
איינער האטעך שוין געזאגט דא ווי א יון אין די סוכה
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 7:47 pm

איי איי איי איך בין א איד א הערליכע ניגון גיבט אריין א שמחה אינעם מענטש ביזט א איד זיי פרייליך

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 9:07 pm

יישר כח באשעפער האט געשריבן:איי איי איי איך בין א איד א הערליכע ניגון גיבט אריין א שמחה אינעם מענטש ביזט א איד זיי פרייליך

איך בין גראדע שיעור איינגעשלאפן אינמיטן דרייוון ביים הערן די ניגון.
מען דארף טרינקען אביסל אלקאהאל צו קענען נאכזינגען די ניגון ווי עס דארף צו זיין.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:09 pm

טעם וריח האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:איך גלײך גאר שטארקט די אלבום גאר קריעטיװ מיט מלא חידושים

אט אזוי! זיסע געשמאקע ניגונים געזינגען גאר געשמאק און באטעמט דורך דעם מיינסטער רבי אברהם מרדכי.

קוקט אויס דאס גייט זיין מיין קומענדיגע קאר סידי פאר א שיינע שטיק צייט (דערווייל ליגט נאך פינגערפריטס אינסייד...)

על ''טעם וריח'' אין להתווכח

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:10 pm

Thank you האט געשריבן:די ניגון ושמחת איז ממש א גרויל!! נאך דער צו מיט די הברה! פוי!!!

נישט געכאפט דעם גרויל.
די הברה איז מיין פעיוועריט. פון דיינע ווערטער קען זיך דאכטן אז סאיז אין העברעאיש רח"ל.

עסטע זינגען דאס יאר ושמחת מיט א ליטווישע הברה.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:24 pm

גראדע ושמחת איז זייער א שיינע ניגון איך האב עס זייער ליב לוי קומט אריין זייער גוט

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5291
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:37 pm

פארוואס דארפסטו לייגן א פרישע תגובה יעדע פאר שעה? שרייב אפ א נארמאלע ריוויו מיט אלע דיינע געפילן.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:40 pm

ווישוואש האט געשריבן:פארוואס דארפסטו לייגן א פרישע תגובה יעדע פאר שעה? שרייב אפ א נארמאלע ריוויו מיט אלע דיינע געפילן.

;l;p-
געשריבן דורך: נעכטן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23257
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 9:01 am

עטליכע פיינע געלונגענע נגונים.

ושמחת, געהערט אינעם זעלבן שופלאד ווי בן בג בג.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 9:07 am

farshlufen האט געשריבן:עטליכע פיינע געלונגענע נגונים.

ושמחת, געהערט אינעם זעלבן שופלאד ווי בן בג בג.


גא"ם על ושמחת.. ;l;p-

אויסער דעם א געשמאקע ווארעמע קאלעקשן.

לייבקע יענטע'ס
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

תגובהדורך לייבקע יענטע'ס » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 9:07 am

סארי באט איך דארף נאך עטליכע קומזיצעס מיין 'סיסטעם' זאל קענען digesten די סידי :grin:

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 10:27 am

נאכן אויסהערן (נאר) איינמאל די סי די קעמער זאגן אז, ניין, דעם אלבום קען מען בכלל ניש אוועקמאכן

ער קומט אריין גאר דיפפערענט אווי מיר זענען צוגעוואוינט צו הערן ממילא דער וואס האט דא געזאגט אז דאס איז ווי מיילעך קאהן בינעך מסכים מיט דעם אז ביידע האבן געברענגט דיפפערענט זאכן צום נגינה טישל אבער סיז בכלל ניש קיין פארגלייך

דער קאמפאזירער האט זיך געמוזט גאר אסאך אנהערן פון קארליבאך מיט מיאמי בויס קווייער ווייל כמעט אלע זיינע ניגונים לויפן אויף א קאמבענאציע פון די ביידע (מיט א חסידישע קוועטש כמעט אין יעדע ניגון ) קיין גרויסע חידושים אין די עצם ניגונים זענען ניש דא אבער ער קומט אריין גאר פריש און סיז גאר אנגענעם פאר די אויערן צו הערן

די מוזיק איז סאמטינג אוט אף די ווארלד, זייער רוי אווי מ'זאגט אין אמעריטשקע, פלוס געוואלדיגע קאורדס אין יעדע ניגון באזינדער ,כאב געמוזט מאכן ריוויינד אויף אפאר שטיקלעך זיך צו קענען זעטיגן דערפון געהעריג

נאך א שטארקע מעלה דא איז , אז אפילו סיז טאקע דא געוואוסע ניגונים וואס זענען ניש געמאכט נאכצוזינגן אדער הערט זיך ניש היימיש איז עס אבער אויף זייער א סאלידער אופן אראפגעזינגן און די מוזיק איז קיינמאל ווילד ממילא איז עס ניש אזוי שלעכט אווי די אנדערע היינטיגע אלבומ'ס וואס איז איין שטיק עלעקטריק אווי ס'קען זיך דאכטן אז מ'האט בטעות געדריקט די עף עם קנעפל , דא אויף דעם אלבום קען מען (כמעט)דאס ניש זאגן

אווער אלל , די ניגונים, אראפגעזינגן וכו' איז א 7 און די מוזיק איז א 10 פלוס

הקיצור זייער א געלונגענע אלבום פאר שנת תש19
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

מי כעמך
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 10:47 am

ויו''ט היה עושה נאט בעד
ברכי נפשי זייער א ווארימע הארציגע ניגון
כ'כאפ נישט ווי דער ושמחת האט אריינגעוואנדערט צווישן די כרובים עליונים...
די ניגונים בכלליות הערט זיך זייער געשמאק די מוזיק איז הערליך
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 11:01 am

abeg האט געשריבן:דער אנשי פריעדמאן׳ס קול אין סטײל ענדעלט צו די ראזאל פאמיליע

סהערט זיך ממש ווי עים.. ער זינגט נאך ערגץ?

א גולם
שר האלף
תגובות: 1900
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 11:32 am

האבעך גהערט די CD סהאט זייער אסאך ART ,



וואס זאלעך טיען אז איך פארשטיי נישט צו ART


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט