"קלויז" - איר באדייט און מקור

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

א חסיד
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

"קלויז" - איר באדייט און מקור

תגובהדורך א חסיד » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 8:37 pm

פון וויא נעמט זיך די ווארט קלויז? וואס מיינט עס?

א חסיד
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 11:57 pm

קיינער ווייסט נישט פון וויא דער ווארט קלויז שטאמט? און ווער רופט היינט אהן א שוהל א קלויז? ס'דאכט זיך מיר אז דע ברסלבר רופען עס נאך א קלויז אויב איך מאך נישט קיין טעות. אבער פון וויא שטאמט דיא ווארט

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 12:44 am

ווילסט טאקע וויסען? עס קומט פון א ווארט וואס מיינט א "קלענערע פארמאכטע פלאץ". ארגינעל א פלאץ נעבן א קירכע, ווי אינמיטן איז דא א פעלד, און ארום איז דא אזא פלאץ ארום צו גיין, איין זייט פון די וואלקוועי איז פארמאכט, און די אינעווענדיגסטע זייט איז אזעלעכע קאולומס. מען קען עס זעהן אין אלטע בנינים.

די ווארט "קלויסטער" קומט אויך פון דעם..... און מן הסתם אויך די ווארט "קלויזד" (פארמאכט) אין ענגליש.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

א חסיד
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 1:22 am

איז פאר וואס רופט מען א שוהל אזוי? וואס האט עס צו טוהן מיט א שוהל?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 1:30 am

א חסיד האט געשריבן:איז פאר וואס רופט מען א שוהל אזוי? וואס האט עס צו טוהן מיט א שוהל?

א שול קומט פון "שולע". ווייל אין בית הכנסת האט מען געדאווענט דוקא, און אין שול - בית המדרש - האט מען געלערענט, הענס א "שולע".

די שטוב וואס הייסט "קלויז" - בערך אזוי - נעבן די ....... איז געווען א "קלענער" שטוב, קעגן די מעין שטוב. אזוי איז די "קלויז" געווענדליך געווען די "קלענערע" שטוב קעגן די גרויסע שול.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

קלויז

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 7:07 am

לכתחילה אריבעראון: הקלויז בבראדי וחכמיה האט געשריבן:
א חסיד האט געשריבן:איז פאר וואס רופט מען א שוהל אזוי? וואס האט עס צו טוהן מיט א שוהל?

א שול קומט פון "שולע". ווייל אין בית הכנסת האט מען געדאווענט דוקא, און אין שול - בית המדרש - האט מען געלערענט, הענס א "שולע".

די שטוב וואס הייסט "קלויז" - בערך אזוי - נעבן די ....... איז געווען א "קלענער" שטוב, קעגן די מעין שטוב. אזוי איז די "קלויז" געווענדליך געווען די "קלענערע" שטוב קעגן די גרויסע שול.


די אלט- ניי שול און פראג איז געווען א בה"מ?
די רמ"א שול א בה"מ?
וכ' וכ'
איך גלייב שווער אז מען האט געניצט א ווארט וואס די גוים האבען געניצט פאר א מגורי משמשי ע"ז
לפי מיעוט ידיעתי איז בית כנסת שול
לפי דמיוני איז א קלויז געווען אן די קדושה און חומר פון א בה"מ בערך דאס וואס א שטיבעל
באיאנער שטיבעלעך זענען קלויזען
און ישיבישע "מינינים" (לעיקוואד מנין, מירער מנין, טעלזער מנין) מאכט מען שמחות
וואס אין א בה"מ וואלט מען ניט געמעגט
======
ווען דער פריעדיגער באבובער רב זי"ע האט מחנך געווען 48
האט ער געזאעגט ברבים (בערך)
מיר מאכען א פלאץ ווי מען וועט דאווענען ציזאם, לערנען ציזאם, עסען ציזאם, מאכען שמחות
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום פרייטאג נובעמבער 28, 2014 12:02 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

בעת חנוכת ביהמ"ד

תגובהדורך אנעים זמירות » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 9:56 am

אדמורי באבוב האט געשריבן:מיר בויען א שטוב צו עסען און צו טאנצען.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

דער בייאנער רבי שליט"א

תגובהדורך dovidal » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 11:16 am

האט גערעדט ביי די חנוכת בית מדרשו הגדול
"מיר זענין מחנך די קלויז" ברוזשין קראו כן להבתי מדרשים
והחידוש היה שקרא כן לבית מדרש גדול ומפואר

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 11:43 am

בילד
גאר נישט אזוי קליין

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 12:10 pm

די קלויז אין אומאן דאווענען זעקס טויזנט אידן, מסתם פון די גרעסטע אויב נישט די גרעסטע קיבוץ מתפללים איבער די וועלט.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 12:47 pm

די פוינט איז נישט צו עס איז למעשה גרויס אדער קליין, ארגינעל קומט די ווארט פון א "קליין שטוב" בעיקר א "שטוב וואס איז נספח" צו עפעס אנדערשט, נישט די "מעין".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 12:56 pm

למען הנייגעריגקייט
אפשר ביסט מגלה דאס ווארט וואס איז נאנט צום ווארט "קלויז" = ATTACHED, ANNEX פארמאכט
דאס ענגלישע ווארט cloister איז א אפען פלאץ א גארטען וכדומה

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 1:07 pm

קיקיון האט געשריבן:למען הנייגעריגקייט
אפשר ביסט מגלה דאס ווארט וואס איז נאנט צום ווארט "קלויז" = ATTACHED, ANNEX פארמאכט
דאס ענגלישע ווארט cloister איז א אפען פלאץ א גארטען וכדומה

http://dictionary.reference.com/browse/cloister

עס איז לאטיין פון די ווארט "פארמאכט". ווי "קלויזד". די גארטען אויף וואס עס איז געווארן באנוצט, איז געווען א "פארמאכטע" פלאץ. פון דארט איז עס אריבער צו א פארמאכטע פלאץ "נעבן" א רעליגיעזע בנין. פון דארט איז עס אריבער צו א "פארמאכטע פלאץ, פאר רעליגיעזע ענינים".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 1:09 pm

שכוח לכתחילה, אינטערעסאנטער ידיעה
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 1:11 pm

בנימין הלוי האט געשריבן:שכוח לכתחילה, אינטערעסאנטער ידיעה

זייער גערן. אגב, כ'האב עס נישט געוויסט אין קאפ, נאר נאכגעקוקט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

א חסיד
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 3:13 pm

איך האב יעצט גיהערט אז קלויז קומט פון דיא ווערטע 'קהל הויז' אזויוויא אין פולין האט מען עס גערופן שטיבל ווייל די עיקר צייט פון טאג איז מען גיווען אין שוהל סיז געוען אזוי וויא דיא צווייטע שטיב אזוי אויך האט מען גערופן אין רוסלאנד קהל הויז, אין פון דעם איז געווארן קהלויז קלויז

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש נובעמבער 29, 2014 7:10 pm

א חסיד האט געשריבן:איך האב יעצט גיהערט אז קלויז קומט פון דיא ווערטע 'קהל הויז' אזויוויא אין פולין האט מען עס גערופן שטיבל ווייל די עיקר צייט פון טאג איז מען גיווען אין שוהל סיז געוען אזוי וויא דיא צווייטע שטיב אזוי אויך האט מען גערופן אין רוסלאנד קהל הויז, אין פון דעם איז געווארן קהלויז קלויז

אזוי שטייט טאקע דא אין גליון קובץ בית אהרן וישראל.
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 00_121.pdf
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מוצ"ש נובעמבער 29, 2014 11:36 pm

א חסיד האט געשריבן:איך האב יעצט גיהערט אז קלויז קומט פון דיא ווערטע 'קהל הויז' אזויוויא אין פולין האט מען עס גערופן שטיבל ווייל די עיקר צייט פון טאג איז מען גיווען אין שוהל סיז געוען אזוי וויא דיא צווייטע שטיב אזוי אויך האט מען גערופן אין רוסלאנד קהל הויז, אין פון דעם איז געווארן קהלויז קלויז

יי"כ
עס הערט זיך בעסער ווי לכתחלה'ס linguistic acrobatics

א חסיד
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » זונטאג נובעמבער 30, 2014 1:52 pm

ווער נוצט נאך היינט די ווארט קלויז? איך מיין ברסלב נוצט עס נאך אויב איך מאך נישט קיין טעות. ווער נאך?

גרויסעצדיק
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 1:34 pm

תגובהדורך גרויסעצדיק » מיטוואך דעצמבער 03, 2014 11:36 pm

אין באיאן ריפט מען אויך די אלע שטיבלעך קלויזן עס איז דא היפש אפאר איבער די וועלט

איטשע
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 6:36 am

בית הכנסת איז א שוהל
בית המדרש איז א קלויז
בית החסידים איז א שטיבל

אין א שוהל, לייגט מען נישט קיין מזוזה, מען טאר דערין נישט עסן שלאפן.
אין א קלויז, לייגט מען יא א מזוזה, מען מעג דערין עסן און שלאפן. קדושת ביה״מ איז שטערקער ווי פון א ביה״כ.
אין א שטיבל, איז נישטא קיין שום קדושת בית המדרש אדער בית הכנסת, ס׳איז א פלאץ ווי חסידים פלעגן זיך צוזאמענקומען לכל דבר, אינדערהיים האט מען מקפיד געוען נישט צו לאזן די בימה אין צענטער, נאר אינדערזייט, צו ווייזן אז ס׳איז א מקום פאר יעדער זאך. אפילו זאכן וואס זענען אסור אין א בית המדרש.

א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » דינסטאג פאברואר 26, 2019 12:26 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:ווילסט טאקע וויסען? עס קומט פון א ווארט וואס מיינט א "קלענערע פארמאכטע פלאץ". ארגינעל א פלאץ נעבן א קירכע, ווי אינמיטן איז דא א פעלד, און ארום איז דא אזא פלאץ ארום צו גיין, איין זייט פון די וואלקוועי איז פארמאכט, און די אינעווענדיגסטע זייט איז אזעלעכע קאולומס. מען קען עס זעהן אין אלטע בנינים.

די ווארט "קלויסטער" קומט אויך פון דעם..... און מן הסתם אויך די ווארט "קלויזד" (פארמאכט) אין ענגליש.



אזעלכע שטותים צו רעדן!!!


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט