פון קנעפלעך און קעסטלעך...

די קומענדיגע וואלן וועלן אי"ה פארקומען חנוכה תשס"ט

אחראי: אחראי

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

פון קנעפלעך און קעסטלעך...

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך נובעמבער 21, 2007 11:46 am

אין דעם קאלום, "פון קנעפלעך און קעסטלעך", וועלן מיינע קנעפלעך ארויסקלאפן אנטווארט און קאמענטארן צו אייערע קנעפלעך וועלכע האבן זיך אפגעפינען ביי מיר פון אייער פריוואט-קעסטל צו מיין פריוואט-קעסטל.

איך האב הערשט נעכטן ארויסגעשטעלט צום פובליקום איינע פון די פילע אזעלכע אנפראגן, אבער ליידער, ליידער, מסתמא צוליב איר אומאינטערסאנטקייט (אזוי טראכט איך...), איז מקוים ביי מיר דער פסוק "באו זרים ויחללוה"..., דעריבער האב איך זיך געמאכט דעם חשבון אט אזוי:
איך וועל זיך גרינדן א באזונדער קאלום אינערהאלב דער בודקע, דערויף זיך שטעלן אין ווינקל א קוק טאן און זען: ההצליח דרכי. יא יא, נישט נישט...

אט צייכן איך אייך א לינק פון מיינע נעכטיגע שטותים. און איך וועל דאס טאקע אריבערפירן דא צו מיין נייער ווינקל.

ווי געראכטן!
ווי נאר איך האב ארויסגעלייגט מיינע פארשלאגן אויף דער טיש צו די וויילער, האט מיין פאסט שאכטל זיך אויפגעוועקט. איך וועל אויסקלויבן אייניגע אויסצוגן, אין וועלכע איך טרעף ריכטיגע קאמענטארן, און אויף זיי ענטפערן.
דו מעשוגענער זארעכ, ביסטאך א ריכטיגער דזשורנאליסט, שרייבסט ריזיג, ליינענדיג דיין ארטיקל שווענקסטו דעם ליינער מח, פירסט אים אריין אין דיינע רעיונות אז מ'קען מיינען דו רעדסט דא ווייסעך וואס, דו נעמסט אים איבער פון אויבן ביז אונטן, אבער אז מע'געט א טראכט אריין אין דיינע ווערטער זעט מען אז ס'הוילע דעמאגאגיע און שטותים, רישא לאו סיפא וסיפא לאו רישא.

דו שרייבסט דארט אזוי געשליפן אז מיט די קשיא פון וואס זענען דיינע פארשלאגן האט מען ציווארפן דיין גאנצע פארטיי אידילאגע ווי דו רופסט דאס, חחח דיין גאנצער ציל איז דאך אז מ'דארף זיין נייטראל און פאר קיינעם נישט וועלן, אויב אזוי פארוואס דארף דיין פארטיי פארשלאגן עפעס, ענטפער פשוט און גראד אז קאנדידאט וואס זוכט א ערוועלונג דארף האבן פארשלאגן אבער מענטשן וואס האלטן זיך צוריק פון וואוטן פארוואס דארפן זיי פארשלאגן, וואוט נישט און פארטיג.
ביסט א ריזיגער לץ שבלצים

איך וועל אים ענטפערן:
איר פרעגט גוט! ס'מערקט זיך אין אייערע ווערטער אז איר האט ריכטיג אפגעשאצט מיינע געדאנקען. דער פראבלעם אייערער איז נאר, אז איר האט זיך נישט דערגרונטעוועט ביז אויס, איר זענט געבליבן ערגעץ פארהאנקעט אינדערמיט. טאקע אטא אייער פראגע איז מיין אנטווארט! און לאמיך אייך ערקלערן צו וואס איך ציל.

האט איר שוין אמאל געהערט דעם אויסדריק: "עיר שכולו ראש הקהל'ים?" דער מאדנער סאלאגאן, וואס איר הערט יעצט, דאס איז אין איין ווארט אן אפשאצונג אויף אונזער גאנצען דערפל. מיר זענען א באנדע "ראש הקהל'ים", יעדער איינוואוינער באזונדער דינט אלס "ראש הקהל". יעדע שמאלציגע תגובה וואס א מעמבער שטעלט צו אינעם פורום, טוט אטומאטיש באטיטולירן דעם מעמבער אלס "ראש הקהל". און מיין נייטראליסטישע אידיעלאגיע שטעלט טאקע פאר מיט זיך, אטא דער געדאנק ממש.

ס'הייסט מיר זענען נייטראל צו א פערזאן, אבער מיר זענען בהחלט איינשטימיג צום פאסטן. ווי כאפט דער אינטערשיד? בלויז ביי די וואלן! אין איינפאכע יום המעוננ'ס, א שטייגער ווי די פארגאנגענע דריי מעסלעסן, כאפט קיין חילוק! יעדער אינדיווידואלער מעמבער האט די "ראש הקהל'ישע" אויפגאבע אהער צושטעלן א גוטס, א זאפטיגס און א שמאלציג'ס!

זייט מוחל, ליינט אצינד איבער מיין ארטיקל וועט איר בעסער פארשטיין פארוואס איך האב פריש געדארפט איבערארבעטן מיין פארטיי'ס אידעלאגיע, און פארוואס די פראגע האט מיר געטראפן אין פינטל.

מיין פארשלאגע איז בלויז א ביישפיל (משל) וועלכע גיט צו פארשטיין מיין גאנג. ליינט דאס ביטע איבער מיט אויפמערקזאם, און זייט מדיייק מיין אריכות וואו איך דערצייל די וויילער אז יעדער איז "ראש הקהל" און עס ליגט אין יעדנס האנט באזונדער אויפצוקומען מיט א גוטס שמאלציגס און זאפטיגס!

און זאלן טאקע מיינע אויבנדערמאנטע שורות דינען ווי א מעלדונג, אז:
הנני - דא בין איך! יא, איך לויף אויך!

אבער... נישט אליין, נאר צוזאמען מיט אייך אלע!
כאפט אייך גוט אן אין מיין גארטל און לאמיר אלע צוזאמען ארויס אין א געלויף, ווייל ס'איז אן עיר שכולו "ראש הקהל'ים!"

וועלן מיר ערשינען אויפן שטים באלאט? איבערדעם אין אן אנדער געלעגנהייט.
****

אין א צווייט בריוול שטעלט יעמאנד א פראגע:
קענסט מיר זאגן וואס דו ווילסט?, וואלן מאכט דאך אביסל לעבעדיג אין קרעטשמע נאך אלעם יענטאאש איז אין די כלים, קרעמער האט זיך אויפוועקט פון זיין טיפן דרימל, מאשקע וועט ארבעטן, היכלא איז אין די פעדערן, וואס נאך דארפסטו, וואס דרייסטו א קאפ?

א גוטן יום מעונן אייך, (מערקוועדיג, שוין דער פערטער טאג נאכאנאנד וואס מיר האבן די מעגליכקייט זיך צו באגריסן מיט דעם אויסדריק. וראה עניי...).

איר פרעגט איינפאך אבער גוט. אייער פראגע איז דאך אן אלגעמיינע פראגע וואס יעדער צוגלייך - כולל זארעכפעפער - פרעגט שוין נישט פון היינט. די פראגע שווימט אפיר אויפן אויבערפלאך ביי יעדן וואל-סעזאן באזונדער.

איר פרעגט וואס איך וויל? וואס הייסט וואס? איך וויל טאקע אקוראשט דאס וואס איר שרייבט... מאכן אביסל לעבעדיג! פונקט ווי איר פארשטייט אז צו מאכן לעבעדיג פעלט זיך אויס א קאנדידאט, דאן זייט מוחל און פארשטייט אז צו מאכן לעבעדיג פעלט זיך פונקט אזוי אויס צו גרינדן א נייטראליסטישע פארטיי. איך גיב אייך רעכט מיט דעם אז די וויילער אין אלגעמיין צייגן נישט קיין אינטערעסע אין מיין אידיעלאגיע. און טאקע דערפאר האב איך אנגעהויבן מיין היצטיגער קאלום מיט די ווערטער: יא יא, נישט נישט...

דאס איז אין פאקטיש גערעדט, אבער טעארעטיש געשמועסט האב איך שוין נישט איינמאל ארויסבערענגט מיין מיינונג איבער די ענינים.

בלייבט געזונט און האלט אייך פריילעך.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך נובעמבער 21, 2007 12:13 pm

זארעכ, זארעכ, חביבי ויקירי.

מוזר בעיני, מאימתי אני זר בעיניך, ואם זר אני בעיניך, הרי ראש לזרים אני!! ועוד תמוה, דמאימת אנחנא מחללין ית היכלך, בעידנא דביה אנא מצלאין ומתכלין קדם חיי דמר דיצלח לחדו בכולא עסקין דילך.

ואם אמנם נכון הדבר, שאכן בא הזר המוזר ויחללה, אזי הזר הזה עומד ומבקש ממעלתכם אנא השם זארעכ, כפר נא וכו' ותמחלו ותסלחו ותכפרו לחטאים עוונות ופשעים שנכשל ושנשגג ונאנס בהם בכפיה ובשדפון ובבהלון ובקרחת-רוח, כמתעסק בעלמא..

ומהודעא, אז איך בני היכלא מקטני דקטני דעבד עבדים דקרעטשמע יע"א, בין פולערהייט איינשטימיג מיט זארעכ'ס קנעפלעך און קעסטלעך, מיר כאפן זיך ארויף און פארן מיט'ן וואגאן זיינע, ווי שוין געמאלדן, אז איך שטום שוין אפילו פאר אים.

ובזה יצאתי ידי חובתי

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך נובעמבער 21, 2007 7:19 pm

הה"ד, דאס קנעפל פאלט נישט ווייט פון קעסטל.
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “שטים בודקע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט