גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

גייט איהר נעמען די וואקסין

יא
50
23%
ניין
72
33%
איך וועל ווארטן א וויילע זעהן ווי אזוי עס ארבעט זיך אויס
39
18%
איך האב שוין אנטי-באדיס בלאו הכי
55
25%
 
סך הכול שטימען: 216

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm
פארבינד זיך:

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך האמת עד לעצמו » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 5:17 pm

והא ראי' אז זיי פארגלייכן עס דארט צו HIV און AIDS, געב א זיך אויף גוגל hiv vs aids, וועט ארויפקומען דאס:
While HIV is a virus that may cause an infection, AIDS is a condition. Contracting HIV can lead to the development of AIDS. AIDS, or stage 3 HIV, develops when HIV has caused serious damage to the immune system.

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 5:21 pm

האמת עד לעצמו האט געשריבן:די קענסט ענגליש? אפשר קוקסטו נאך אין א דיקשיאנערי וואס מיינט דיזיעז? לויט דיר וואלטן זיי געדארפט זאגן אז covid-19 מיינט ווערן אינפעקטירט מיט די וויירוס נישט די דיזיעז,
באמת איז דאס זייער קלאר אין די פראטאקאלס פון די סטאדי אז דאס איז וואס זיי קוקן איך האב פשוט נישט די צייט דאס צו גיין אפירזוכן

אז די קענסט נישט דיינע אייגענע טענות, איז א שאד בכלל צו רעדען מיט דיר.

די כאפסט זיך אן אין נארישקייטען, לשטיתך, איז נישט דא קיין טעסט פאר קאוויד, בלויז פאר סארס-קאוו-2. די טעסט וואס פייזער און מאדערנע האט געמאכט איז פאר סארס-קאוו-2, נישט פאר קאוויד-19, ווייל עס עקזיסטירט נישט קיין טעסט פאר קאוויד-19.

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm
פארבינד זיך:

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך האמת עד לעצמו » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 5:24 pm

אוודאי נישט, א טעסט איז נאר דא איינס, אבער אויב דער מענטש האט אויך סימפטאמען, האט ער covid-19, און אויב נישט האט ער ס"ה געטעסט פאזיטיוו פאר sars-cov-2

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 5:24 pm

יעצט געקוקט די WHO ארטיקל קוק צום סוף

What name does WHO use for the virus?
From a risk communications perspective, using the name SARS can have unintended consequences in terms of creating unnecessary fear for some populations, especially in Asia which was worst affected by the SARS outbreak in 2003.

For that reason and others, WHO has begun referring to the virus as “the virus responsible for COVID-19” or “the COVID-19 virus” when communicating with the public. Neither of these designations are intended as replacements for the official name of the virus as agreed by the ICTV.

Material published before the virus was officially named will not be updated unless necessary in order to avoid confusion.

בקיצור "אפיציעל" הייסט עס סארס-קאוו-2, אבער במציאות רופט עס יעדער קאוויד-19 ווירוס.

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 5:27 pm

האמת עד לעצמו האט געשריבן:אוודאי נישט, א טעסט איז נאר דא איינס, אבער אויב דער מענטש האט אויך סימפטאמען, האט ער covid-19, און אויב נישט האט ער ס"ה געטעסט פאזיטיוו פאר sars-cov-2

די האלטס אז דאס איז אמת? די קענסט איינער וואס מען האט עם געזאגט אז ער האט געטעסט פאזיטיוו פאר סארס-קאוו-2? א שאד זיך צו טענה'ן מיט דיר. קאוויד-19 איז די אפיציעל נאמען פון די סימפטימס, סארס וכו' איז די אפיציעלע נאמען פון די ווירוס, במציאות נוצט מען קאוויד-19 פאר ביידע.

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm
פארבינד זיך:

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך האמת עד לעצמו » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 5:30 pm

האמת עד לעצמו האט געשריבן:באמת איז דאס זייער קלאר אין די פראטאקאלס פון די סטאדי אז דאס איז וואס זיי קוקן איך האב פשוט נישט די צייט דאס צו גיין אפירזוכן

וועל איך עס אפירזוכן ווען איך וועל האבן צייט

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm
פארבינד זיך:

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך האמת עד לעצמו » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 5:36 pm

זעה דא https://pfe-pfizercom-d8-prod.s3.amazon ... ocol_0.pdf פון סוף פעידזש 50 און ווייטער אז א קאוויד קעיס הייסט נאר מיט סימפטאמס

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10683
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 12:08 am

האמת עד לעצמו האט געשריבן:די קענסט ענגליש? אפשר קוקסטו נאך אין א דיקשיאנערי וואס מיינט דיזיעז? לויט דיר וואלטן זיי געדארפט זאגן אז covid-19 מיינט ווערן אינפעקטירט מיט די וויירוס נישט די דיזיעז,
באמת איז דאס זייער קלאר אין די פראטאקאלס פון די סטאדי אז דאס איז וואס זיי קוקן איך האב פשוט נישט די צייט דאס צו גיין אפירזוכן

יא איך קען ענגליש, הגם ווי אייביג קען זיין אז איך מאך א טעות....

וואס איך זעה אין דיין לינק איז אז סארס-קאוו-2 איז די נאמען פון די וויירוס, קאוויד-19 איז די קרענק (דעזיז) וואס דאס ברענגט (אזוי ווי זייער משל מיט AIDS און HIV) ...

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm
פארבינד זיך:

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך האמת עד לעצמו » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 11:22 am

יש ברירה האט געשריבן:
האמת עד לעצמו האט געשריבן:די קענסט ענגליש? אפשר קוקסטו נאך אין א דיקשיאנערי וואס מיינט דיזיעז? לויט דיר וואלטן זיי געדארפט זאגן אז covid-19 מיינט ווערן אינפעקטירט מיט די וויירוס נישט די דיזיעז,
באמת איז דאס זייער קלאר אין די פראטאקאלס פון די סטאדי אז דאס איז וואס זיי קוקן איך האב פשוט נישט די צייט דאס צו גיין אפירזוכן

יא איך קען ענגליש, הגם ווי אייביג קען זיין אז איך מאך א טעות....

וואס איך זעה אין דיין לינק איז אז סארס-קאוו-2 איז די נאמען פון די וויירוס, קאוויד-19 איז די קרענק (דעזיז) וואס דאס ברענגט (אזוי ווי זייער משל מיט AIDS און HIV) ...

איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט יעצט זאגן, דו דינגסט זיך נאך אלס אדער ביסט מסכים?

(איך אנטשולדיג מיך אויב די פארגאנגענע תגובה איז געווען אביסל בלשון אטאקע, וה' הטוב יכפר)

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 11:33 am

יש ברירה האט געשריבן:
האמת עד לעצמו האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס איך זאל עס נעמען, אפגערעדט פון דעם אז איך האב עס שוין געהאט, זעה איך מיך נישט אין א ריזיקע דערפון, איי צו באשיצן אנדערע? דאס גייט דער וואקסין בכלל נישט טוהן, אזוי האט שוין דאקטאר פאוטשי געזאגט https://www.theblaze.com/news/fauci-cov ... ms-disease, און דאס איז חוץ אלע דריידלעך וואס די קאמפאני מאכט אין זייערע סטאדיס סיי אין חלק הסעיפטי און סיי אין חלק העפעקעסי וואס איך וויל נישט דא אריינגיין מפני טהרת האשכול (מ'קען קומען אין אישי)

גוט אז די שטעלסט א לינק,

פאוטשי רעדט דארט בעפאר די פירמעס האבן ארויסגעגעבן זייער מעלדונג אז די וואקסין טוט פאקטיש יא אפהאלטן די וויירוס

זע איך אז קולמע שרייבט היינט פון פאוטשי

דאקטער פאוטשי זאגט אז קאראנא וויירוס וואקסין מיינט נישט אז מען קען אראפנעמען אלע געזונטהייט צוימונגען‎

ה' תולדות פ״א

פאוטשי האָט דיסקוסירט די סוקסעס ביז אַהער מיט די וואַקסינען פון פייזער און מאדערנא, זאָגנדיג אַז עס איז גאָר גוטע נייעס אַז מען האָט באַוויזן צו אַנטוויקלען די וואַקסינען אין א רעקאָרד שנעלע צייט. דאָקטער פאוטשי זאָגט אָבער, אַז וואַקסינען שטעלן נאָר אַהער פאַר'ן מענטש אימיוניטי נישט צו ווערן קראַנק פונעם וויירוס, און עס איז נישט קלאָר צי א וואקסינירטע מענטש קען נישט איבערגעבן דעם וויירוס פאַר אַנדערע.
אין אמעריקע, איז עדות, פאררעכנט ווי הונדערט פראצענטיגע פרוף, מ'טוט כסדר אריינווארפן מענטשן אין טורמע, ריאונירן זייערע לעבנס, און זיי אומברענגען, געבויט אויף אזא באווייז. ווען די מידיע זאגט אז ס'איז נישט דא באווייז, ווייסן זיי אויך אז ס'איז ליגנד.

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך IMBZ » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 12:48 pm

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
האמת עד לעצמו האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס איך זאל עס נעמען, אפגערעדט פון דעם אז איך האב עס שוין געהאט, זעה איך מיך נישט אין א ריזיקע דערפון, איי צו באשיצן אנדערע? דאס גייט דער וואקסין בכלל נישט טוהן, אזוי האט שוין דאקטאר פאוטשי געזאגט https://www.theblaze.com/news/fauci-cov ... ms-disease, און דאס איז חוץ אלע דריידלעך וואס די קאמפאני מאכט אין זייערע סטאדיס סיי אין חלק הסעיפטי און סיי אין חלק העפעקעסי וואס איך וויל נישט דא אריינגיין מפני טהרת האשכול (מ'קען קומען אין אישי)

גוט אז די שטעלסט א לינק,

פאוטשי רעדט דארט בעפאר די פירמעס האבן ארויסגעגעבן זייער מעלדונג אז די וואקסין טוט פאקטיש יא אפהאלטן די וויירוס

זע איך אז קולמע שרייבט היינט פון פאוטשי

דאקטער פאוטשי זאגט אז קאראנא וויירוס וואקסין מיינט נישט אז מען קען אראפנעמען אלע געזונטהייט צוימונגען‎

ה' תולדות פ״א

פאוטשי האָט דיסקוסירט די סוקסעס ביז אַהער מיט די וואַקסינען פון פייזער און מאדערנא, זאָגנדיג אַז עס איז גאָר גוטע נייעס אַז מען האָט באַוויזן צו אַנטוויקלען די וואַקסינען אין א רעקאָרד שנעלע צייט. דאָקטער פאוטשי זאָגט אָבער, אַז וואַקסינען שטעלן נאָר אַהער פאַר'ן מענטש אימיוניטי נישט צו ווערן קראַנק פונעם וויירוס, און עס איז נישט קלאָר צי א וואקסינירטע מענטש קען נישט איבערגעבן דעם וויירוס פאַר אַנדערע.

https://www.dropbox.com/s/m51h4cizvkxjl ... r.mov?dl=0

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2688
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 3:20 pm

דער עולם גייט נישט נעמען די וואקסין. מען האט שוין פאראויס אפגעמאכט קלאר אז עס איז שעדליך. מען לייגט דאך אריין מאנקי שטיקלעך מיט פיגי (מיט א פינטעלע אין פ piggy). מען האט שוין אויך פאראויס אפגעמאכט אז קאוויד איז נישט שעדליך, א חוץ פאר א פאר אלטע מענשטען, וואס דאס איז נישט אונזער אחריות. never mind אז אינגע מענטשען וואס האבן נישט קיין שום אנדערע געזונט פראבלעמען (אין די דרייסיגערס!!!) זענען איצט אין שפיטאל מיט די סעקענט וועיו. ווען די שפיטעלער האבן גענומען אלטע מענטשען און זיי געלאזט שטארבן ביי די ערשטע וועיו, זענען זיי אלע געווען רוצחים. אבער ווען מיר זאגן קלאר (א שטארקע טענה וואס די אנטי וועקסער נוצץ די גאנצע צייט) אז איך דארף מיך נישט אריינלייגן אין א סכנה וועגען אלטע מענטשען, זענען מיר נישט עובר אויף רציחה? נאך דערצו ווען עס איז בכלל נישט קיין סכנה?

און בכלל... איר ווייסט וואס ליגט אין אלע טראפן וואס מען געט איצט אינרויסן פאר אלטע אידן וואס זענען קראנק מיט קראנא? colloidal silver מיט aluminum binders! ווייל aluminum איז נאר א סכנה אין וואקסינס, אבער נישט אין די נאטורליכע טראפן???!!!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

חדשות
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך חדשות » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 4:00 pm

איך גיי נישט נעמען די וואקסין. פינטעל הגם אלע אנדערע וואקסינען נעם איך יא.

איך האב שוין געהאט קאוויד, וואס דארף נאך זיין אזא גוטע באשיצונג ווי די אלע וואקסינען.

איי פאוטשי וכת דיליה וועלן שרייען אז יעדער מוז נעמען אלס גזירה, איז ווי לאנג זיי לאזן מענטשען שטארבן יעדן טאג מיט קאוויד און רעקאמאנדירן נישט קיין זינק און וויטאמין D וואס סייענטיפישע שטודיעס האט געוויזען אז עס קען ראטעווען טויזענטער לעבענס זאלן זיי מוחל זיין מיר נישט זאגן קיין דעות, און אויך זיך נישט זארגן איבער מיין געזונט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2688
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 4:04 pm

חדשות האט געשריבן:איך גיי נישט נעמען די וואקסין. פינטעל הגם אלע אנדערע וואקסינען נעם איך יא.

איך האב שוין געהאט קאוויד, וואס דארף נאך זיין אזא גוטע באשיצונג ווי די אלע וואקסינען.

איי פאוטשי וכת דיליה וועלן שרייען אז יעדער מוז נעמען אלס גזירה, איז ווי לאנג זיי לאזן מענטשען שטארבן יעדן טאג מיט קאוויד און רעקאמאנדירן נישט קיין זינק און וויטאמין D וואס סייענטיפישע שטודיעס האט געוויזען אז עס קען ראטעווען טויזענטער לעבענס זאלן זיי מוחל זיין מיר נישט זאגן קיין דעות, און אויך זיך נישט זארגן איבער מיין געזונט.

פאוטשי פוי. ביידען פוי. טרומפ פוי. אלעס פיין.

אבער...

עס איז בכלל נישט זיכער אז מען איז immune אפילו מען האט עס שוין געהאט. מען זעט קלאר אז מען פארלירט די אנטי באדיס נאך אפאר חדשים. ממילא דארף מען מאכן א decision וואס איז גיט פאר אונז. איי פאוטשי פוי הייסט נישט נעמען ווייטעמין די? ווער האלט אייך אפ פון נעמען. און די אליינס זאלסט דיך זארגן אויף דיין געזונט. און פאר די געזונט פון אלע אידן.

גוט שבת.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

חדשות
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 4:08 pm

Kosher Travel האט געשריבן:

נוץ דיין קעפעלע אביסעל. וואס מאכט מער אנטי באדיס האבן קאוויד אדער א וואקסין???

חוץ אז דו זאגסט אז מען גייט עס דארפן נעמן יעדע פאר חדשים, דאס איז גאנץ אן אנדערע געשעפט.

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re:

תגובהדורך בבקשה » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 4:28 pm

חדשות האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:איך גיי נישט נעמען די וואקסין. פינטעל הגם אלע אנדערע וואקסינען נעם איך יא.

איך האב שוין געהאט קאוויד, וואס דארף נאך זיין אזא גוטע באשיצונג ווי די אלע וואקסינען.

איי פאוטשי וכת דיליה וועלן שרייען אז יעדער מוז נעמען אלס גזירה, איז ווי לאנג זיי לאזן מענטשען שטארבן יעדן טאג מיט קאוויד און רעקאמאנדירן נישט קיין זינק און וויטאמין D וואס סייענטיפישע שטודיעס האט געוויזען אז עס קען ראטעווען טויזענטער לעבענס זאלן זיי מוחל זיין מיר נישט זאגן קיין דעות, און אויך זיך נישט זארגן איבער מיין געזונט.

פאוטשי פוי. ביידען פוי. טרומפ פוי. אלעס פיין.

אבער...

עס איז בכלל נישט זיכער אז מען איז immune אפילו מען האט עס שוין געהאט. מען זעט קלאר אז מען פארלירט די אנטי באדיס נאך אפאר חדשים. ממילא דארף מען מאכן א decision וואס איז גיט פאר אונז. איי פאוטשי פוי הייסט נישט נעמען ווייטעמין די? ווער האלט אייך אפ פון נעמען. און די אליינס זאלסט דיך זארגן אויף דיין געזונט. און פאר די געזונט פון אלע אידן.

גוט שבת.

נוץ דיין קעפעלע אביסעל. וואס מאכט מער אנטי באדיס האבן קאוויד אדער א וואקסין???

חוץ אז דו זאגסט אז מען גייט עס דארפן נעמן יעדע פאר חדשים, דאס איז גאנץ אן אנדערע געשעפט.

דער וואקסין מאכט אנטיבאדיס פאר די ספייק, דאס מיינט אז אפילו אויב די ווירוס מיוטעט, ווי לאנג די ספייק מיוטעט נישט גייט די וואקסין באשיצן, משאכ די ווירוס אליין וואס די אנטיבאדיס זענען לאו דוקא פון די ספייק, אויב עס מיוטעט, דאן גייט נישט די ווירוס אנטיבאדיס באשיצן. די ספייק איז די ווייניגסטע אויסען צו מיוטעטען.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2688
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re:

תגובהדורך Kosher Travel » מוצ"ש נובעמבער 21, 2020 6:45 pm

חדשות האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:איך גיי נישט נעמען די וואקסין. פינטעל הגם אלע אנדערע וואקסינען נעם איך יא.

איך האב שוין געהאט קאוויד, וואס דארף נאך זיין אזא גוטע באשיצונג ווי די אלע וואקסינען.

איי פאוטשי וכת דיליה וועלן שרייען אז יעדער מוז נעמען אלס גזירה, איז ווי לאנג זיי לאזן מענטשען שטארבן יעדן טאג מיט קאוויד און רעקאמאנדירן נישט קיין זינק און וויטאמין D וואס סייענטיפישע שטודיעס האט געוויזען אז עס קען ראטעווען טויזענטער לעבענס זאלן זיי מוחל זיין מיר נישט זאגן קיין דעות, און אויך זיך נישט זארגן איבער מיין געזונט.

פאוטשי פוי. ביידען פוי. טרומפ פוי. אלעס פיין.

אבער...

עס איז בכלל נישט זיכער אז מען איז immune אפילו מען האט עס שוין געהאט. מען זעט קלאר אז מען פארלירט די אנטי באדיס נאך אפאר חדשים. ממילא דארף מען מאכן א decision וואס איז גיט פאר אונז. איי פאוטשי פוי הייסט נישט נעמען ווייטעמין די? ווער האלט אייך אפ פון נעמען. און די אליינס זאלסט דיך זארגן אויף דיין געזונט. און פאר די געזונט פון אלע אידן.

גוט שבת.

נוץ דיין קעפעלע אביסעל. וואס מאכט מער אנטי באדיס האבן קאוויד אדער א וואקסין???

חוץ אז דו זאגסט אז מען גייט עס דארפן נעמן יעדע פאר חדשים, דאס איז גאנץ אן אנדערע געשעפט.

איך נוץ מיין קעפעלע אביסעלע. און דערפאר בעט איך זיך אז די decision זאל נישט זיין ווייל מען האט געהערט אין מקוה אז מען לייגט אריין piggy אין די וואקסין. נאר עס זאל זיין באזירט אויף פאקטן.
פאקטן מיין איך אויך צוזאגן נישט קיין סברות. למשל: וואס מאכט מער אנטי באדיס האבן קאוויד אדער א וואקסין.
מען פארלירט די אנטי באדיס נאך אפאר חדשים.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
נשמת השכל
שר האלפיים
תגובות: 2097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך נשמת השכל » מוצ"ש נובעמבער 21, 2020 9:38 pm

צום קעפל: נישט אין פלאן.

סיבה: היות איך בין בטבע א פחדן, און איך האב מורא מען זאל אריינלייגן אין מיין קערפער סיי וואס, און היות די וואקסינען ווערן געמאכט און עפראווט דורך מענטשן וועמען איך קען נישט - און איך ווייס נישט צו מען קען זיי הונדערט פראצענט געטרויען, ממילא שפיר איך נישט סוקיורט מיטן איבערגעבן מיין געזונטן קערפער [געלויבט גא-ט] צו מר. וואטעווער... אז יענער זאל אין מיר אריינלייגן וואטעווער... וועלעכע האבן א פערמענאנטע עפעקט אויפן מענטשליכן קערפער.

איך ווייס נישט גארנישט, נישט יא און נישט ניין, איך האב פשוט מורא.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2688
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:15 am

נשמת השכל האט געשריבן:צום קעפל: נישט אין פלאן.

סיבה: היות איך בין בטבע א פחדן, און איך האב מורא מען זאל אריינלייגן אין מיין קערפער סיי וואס, און היות די וואקסינען ווערן געמאכט און עפראווט דורך מענטשן וועמען איך קען נישט - און איך ווייס נישט צו מען קען זיי הונדערט פראצענט געטרויען, ממילא שפיר איך נישט סוקיורט מיטן איבערגעבן מיין געזונטן קערפער [געלויבט גא-ט] צו מר. וואטעווער... אז יענער זאל אין מיר אריינלייגן וואטעווער... וועלעכע האבן א פערמענאנטע עפעקט אויפן מענטשליכן קערפער.

איך ווייס נישט גארנישט, נישט יא און נישט ניין, איך האב פשוט מורא.

איך בין זיכער אז איר טרינקט נישט מילך וואס ווערט געפראסעסט אין א פלענט. ווי אויך נעמט איר נישט קיין סופלעמענטס. אבער איין זאך פארשטיי איך נישט. אויב זענט איר בטבע טאקע אזא פחדן, וואלט איר דאך מער געדארפט מורא האבן פון קאוויד.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

KMW
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך KMW » זונטאג נובעמבער 22, 2020 11:13 am

צום קעפיל ניין

ביי טוהן יעדע זאך דארף מען קוקן די הפסד און די ריווח.

-א וואקסין דארף צו זיין סעיף און עפעקטיוו, ווי שוין אויסגעשמועסט נניח אז עס איז עפעקטיוו איז עס לעת עתה זיכער נאך נישט קאנפירמעד סעיף ווייל סעיפטי סטאדיעס נעמט אפאר יאר, און עס גייען קיינמאל נישט זיין קיין סעיפטי סטאדיעס ווייל זיי גייען יעדעם געבן די וואקסין, און אין פאקט זענען שוין געווען פארשידענע פראבלעמען ביי די סטאדיעס פון לייכט-שווער געשעדיגטע ביז טויט.
-אזויווי דאס איז א נייע מין וואקסין און עס ארבעט מיט די DNA וועל איך נישט אריינלייגן אין מיין גוף א וואקסין וואס האט דערין DNA פון א ...
-אזויווי די טויט ראטע ביי אינטער 60 איז נענטער צו 0 (נעם אוועק די געהארגעטע אין שפיטאל און אנדערע פראבלעמען ) און ביי אינטער 20 בכלל נישט (העכסטענס זאלן עס די קראנקע נעמען).
-עס איז זיכער אז וואקסינען קענען אנמאכן שאדן למחצה לשליש ולרביע, אין פאקט זענען געווארן אויסגעטיילט ביליאנען קאמפענסעישן פאר וואקסין געשעדיגטע, און פאר קאראנא האבן זיי צוגעגרייט א נייע קאורט.
-די קאמפאניעס זענען מיר נישט באגלייבט קיין שום כל שהוא ווייל זיי זענען פראטעקטעד אינטער די 1986 געזעץ אז מען קען זיי נישט קלאגן, און ביי די קאראנא וואקסין האבן זיי געבעטן נאכאמאל קאנפירמעישן און האבן עס באקומען.
-די קאמפאניעס זענען מיר נישט באגלייבט קיין שום כל שהוא ווען איך קוק אויף זייער היסטערי וויפיל ביליאנען אנטשעדיגונג זיי האבן באצאלט פאר מעדיצינען וואס זיי האבן געגעבן וויסענדיג אז עס שעדיגן מענטשן און צענדליגע טויזענטער מענטשן זענען געשעדיגט געווארן אדער געשטארבן.
ועוד ועוד
-און אגב ווי שוין געווארן אויפגעוויזן אומצאליגע מאל, יא עס פלעגן שטארבן מענטשן פון מיזעלס אינדערהיים אבער עס האט געסטאפט כמעט אינגאנצן נאך פאר די וואקסין איז אנגעקומען ווי מען זעהט קלאר אויפן טשארט, און נאך א קלארע ראיה אז ביי די מיזעלס אויסברוך פאראיאר זענען געווען זיכער פופציג טויזענט! אנגעשטעקטע צווישן אמעריקע, ענגלאנד און ארץ ישראל און קיין איין פאטאליטעיט.
לעצט פאראכטן דורך KMW אום זונטאג נובעמבער 22, 2020 7:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

KMW
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך KMW » זונטאג נובעמבער 22, 2020 11:45 am

פאר אלע איי וועלט ליינערס פון ענגלאנד, די ענגלישע רעגירונג האט אינטערגענומען א אפעראציע צו אפשטעלן אלע אנטי וואקסין דיסאינפארמאציע, בלייבט איבער צו זעהן אויב זיי וועלן לאזן איי וועלט אפן..

UK spy agency to launch offensive cyber operation against anti-vaccine propaganda

https://www.technocracy.news/government ... hesitancy/

https://intelnews.org/2020/11/09/01-2900/

חדשות
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: Re:

תגובהדורך חדשות » זונטאג נובעמבער 22, 2020 1:37 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:איך גיי נישט נעמען די וואקסין. פינטעל הגם אלע אנדערע וואקסינען נעם איך יא.

איך האב שוין געהאט קאוויד, וואס דארף נאך זיין אזא גוטע באשיצונג ווי די אלע וואקסינען.

איי פאוטשי וכת דיליה וועלן שרייען אז יעדער מוז נעמען אלס גזירה, איז ווי לאנג זיי לאזן מענטשען שטארבן יעדן טאג מיט קאוויד און רעקאמאנדירן נישט קיין זינק און וויטאמין D וואס סייענטיפישע שטודיעס האט געוויזען אז עס קען ראטעווען טויזענטער לעבענס זאלן זיי מוחל זיין מיר נישט זאגן קיין דעות, און אויך זיך נישט זארגן איבער מיין געזונט.

פאוטשי פוי. ביידען פוי. טרומפ פוי. אלעס פיין.

אבער...

עס איז בכלל נישט זיכער אז מען איז immune אפילו מען האט עס שוין געהאט. מען זעט קלאר אז מען פארלירט די אנטי באדיס נאך אפאר חדשים. ממילא דארף מען מאכן א decision וואס איז גיט פאר אונז. איי פאוטשי פוי הייסט נישט נעמען ווייטעמין די? ווער האלט אייך אפ פון נעמען. און די אליינס זאלסט דיך זארגן אויף דיין געזונט. און פאר די געזונט פון אלע אידן.

גוט שבת.

נוץ דיין קעפעלע אביסעל. וואס מאכט מער אנטי באדיס האבן קאוויד אדער א וואקסין???

חוץ אז דו זאגסט אז מען גייט עס דארפן נעמן יעדע פאר חדשים, דאס איז גאנץ אן אנדערע געשעפט.

איך נוץ מיין קעפעלע אביסעלע. און דערפאר בעט איך זיך אז די decision זאל נישט זיין ווייל מען האט געהערט אין מקוה אז מען לייגט אריין piggy אין די וואקסין. נאר עס זאל זיין באזירט אויף פאקטן.
פאקטן מיין איך אויך צוזאגן נישט קיין סברות. למשל: וואס מאכט מער אנטי באדיס האבן קאוויד אדער א וואקסין.
מען פארלירט די אנטי באדיס נאך אפאר חדשים.

פאקטן מיינט צו זאגן אז טויזענטער היימישע אידן האבן שוין געהאט קאראנא אכט חדשים צוריק און אפשר א צענטעל פון א פראצענט האט עס יעצט באקומען נאכאמאל מיט אדער אן אנטי באדיס. ווידער מיטן וואקסין האבן גאנצע 5% פראצענט באקומען קאוויד נאכן נעמען דעם וואקסין.

דאס זענען די טרוקענע פאקטן. יעצט העסטו מיר קומען זאגן הלמאי דער עקספערט און דער סייענס מאגאזין האט געמאכט א שטודיע אויף די לאנג טערמיניגע מאלאקיולס... אויף דעם האב איך דיר געזאגט אז דאס זענען די זעלבע סייענטעסטען וואס רעקאמאנדירן נישט וויטאמין די אבער רעקאמאנדירן "יא" רעמדעסעווער. זיי האבן ביי מיר "זערא" קרעדיביליטי עכ"פ בנוגע קאראנע.

העווינג סעיד דעט, א מענטש וואס האט נאך נישט געהאט קאראנע (פילייכט 10%-20 פראצענט פון אונזער ציבור) איז דעתי העניה זאל עס דוקא יא נעמען בפרט אויב איז ער עלטער וכולי.

אוועטאר
נשמת השכל
שר האלפיים
תגובות: 2097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך נשמת השכל » זונטאג נובעמבער 22, 2020 6:03 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:צום קעפל: נישט אין פלאן.

סיבה: היות איך בין בטבע א פחדן, און איך האב מורא מען זאל אריינלייגן אין מיין קערפער סיי וואס, און היות די וואקסינען ווערן געמאכט און עפראווט דורך מענטשן וועמען איך קען נישט - און איך ווייס נישט צו מען קען זיי הונדערט פראצענט געטרויען, ממילא שפיר איך נישט סוקיורט מיטן איבערגעבן מיין געזונטן קערפער [געלויבט גא-ט] צו מר. וואטעווער... אז יענער זאל אין מיר אריינלייגן וואטעווער... וועלעכע האבן א פערמענאנטע עפעקט אויפן מענטשליכן קערפער.

איך ווייס נישט גארנישט, נישט יא און נישט ניין, איך האב פשוט מורא.

אבער איין זאך פארשטיי איך נישט. אויב זענט איר בטבע טאקע אזא פחדן, וואלט איר דאך מער געדארפט מורא האבן פון קאוויד.

איך ווייס, עס איז א גוטע קשיא, איך ווייס טאקע נישט פארוואס איך נישט מורא געהאט..

KMW
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך KMW » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 10:55 am

דאקטוירים זאגן אז סי-די-סי מוז ווארענען דאס אמעריקאנער פאלק איבער סייד-עפעקטס פון קאראנא וויירוס וואקסין‎

ב' ויצא פ״א
די דאָקטוירים זאָגן, אַז וויפיל זיי האָבן געהערט פון די וואַקסין קאָמפּאַניס, וועלן זיין א גרויסע צאָל פּאַציענטן וואָס וועלן האָבן ערנסטע סייד-עפעקטס פון די ערשטע דאָוזע פונעם וואַקסין. דאָקטוירים זענען באַזאָרגט אַז מענטשן וואָס וועלן ליידן ערנסטע סייד-עפעקטס פון די ערשטע דאָוזע, וועלן נישט צוריקקומען נעמען די צווייטע וויכטיגע דאָוזע.

https://www.yiddish24.com/news/57/29441

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גייט איהר נעמען די קאראנע וואקסין?

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 11:38 am

מען רעדט נישט פון לאנג טערמיניג, מען רעדט פון פילן היבש נישט גוט נאכן נעמען לויט ווי איך האב געליינט.
למשל קאפ ווייטאג, ביינער ווייטאג, אדג
שויתי ה' לנגדי תמיד

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט