קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך נו שוין » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:32 am

די שווארצע האבן כאטש לאקאלע פאליטישאנס וואס נעמען זיך אן פאר זיי, אונז האמיר סוקסעספולי זיך צוקריגט מיט "אלע" לאקאלע פאלעטישאנס, איין זאך האמיר יא, טאקער קארלסאן.

פשוט מסודר
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 6:09 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך פשוט מסודר » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:33 am

ווי עס קוקט אויס איז דאס די איינציגסטע שפראך וואס אונזער חשובער גאווערנער/מעיאר פארשטייען לע"ע, חדשים פון BLM פראטעסטן ווען קאראנא האט געפלאקערט איז נישט בלויז טאלערירט געווארן, נאר אויך אפלאדירט געווארן, אבער ווען ס'איז געקומען צו קעמפס, מ'האט פרעזענטירט געוואלדיגע פלענער איז געווען די לעכערליכע תשובה אז עס איז דא עפעס א נייע שרעקליכע וויירוס ביי קינדער......

עס קוקט אויס ווי זיי בעטן זיך פאר די שפראך וואס זיי פארשטייען, די געזעץ גיבט דאס רעכט פאר יעדן בירגער צו דעמאנסטרירן, בפרט ווען דער העכסטער פירער פון לאנד האלט אויך אזוי.

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:35 am

Goodmorning האט געשריבן:מען דארף קומען מיט א אנדערן פלאן, און פארהאנדלן מיט א פעסטקייט. סתם שרייען אז מען זאל אונז אפלאזן ווען אידן ווערן קראנק גייט אזוי בעקפייערן.

איך וואלט געזאגט אזוי

1. מען זאל צושפארן די ווייבער שולן דעם יו״ט צו קענען צושפרייטן דעם עולם.
2. מאסקעס שטרענג אינפארסירט
3. צוויי שיפטס פון תפילות און הקפות, און אלע גרויסע זאלן אויך האבן מנינים צו צושפרייטן.
4. מען זאל בעטן הונדערטער טויזענטער רעפיד טעסטינג קיטס. יעדער וואס וויל זיין אין שול מוז האבן א נעגעטיוו סטעמפ אויף די הענט...
5. חדרים אויך מיט טעסטינג בעפאר, מאסקעס און פיבער טשעקס, האלטן קלאסן אפגעזונדערט, ריסעס און לאנטש אינעווייניג ביז די נומערן ווערן בעסער.

אז מיר וועלן ווייזן אז מער זענען נישט פארנעכלעסיגט, קען מען שוין נאכדעם קעמפן קעגן צומאכן.
מען דארף נישט זיין שווארץ אדער ווייס, מען דארף מישן קאלירן


1) אנטשולדיגט. רעכן דיך מיט די טייערע נשים. כ'מיין וואס עפעס זענען זיי איינס אויף דיין ליסט,... שעשנו כרצונו!
2) ביים טאנצן? פלאנסט עהרנסט אזוי צו טון אליין?
3) מאכט סענס.
4) לאנג אווערדו. ווייס איך נישט פארוואס די שולן האבן נישט געקענט דאס טון בעוד מועד. מ'קען עס מארגן אנהייבן אין אלע שולן. נישט ווייל בלאזיא קאומא זאגן נאר ווייל דאס איז טאקע פשוט'ע השתדלות

גראדע זאגט מיר איינער אז הצלה האלט אז מ'קען נישט פארמיידן די וויירוס סייווי און בעסער מ'זאל עס יעצט באקומען ווי איידער ווינטער. ווייס איך נישט צו ס'האט סיי וואספארא האפט.

5)הונדערט פראצענט. וואלט געדארפט געשען איידער זאכן גייען אזוי ראנג. איך האב שוין דא געוויינט אז מ'זאל נישט זיין אזא ברוטאל פאסיוו.
לעצט פאראכטן דורך שפע רב אום מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:37 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:36 am

נו שוין האט געשריבן:די שווארצע האבן כאטש לאקאלע פאליטישאנס וואס נעמען זיך אן פאר זיי, אונז האמיר סוקסעספולי זיך צוקריגט מיט "אלע" לאקאלע פאלעטישאנס, איין זאך האמיר יא, טאקער קארלסאן.

וואס מיינסטו לאקאלע?

Like news
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 26, 2020 12:11 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענ

תגובהדורך Like news » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:39 am

Goodmorning האט געשריבן:איך האב געוויסט אז דאס גייט געשען דריי וואכן צוריק. און עס וואלט געשען מיט עני גאווט פירער וואס זעט אז אונזערע פאציענטן זענען 99% פון איי סי יו אין מט סיני און זיינע געבעטן און רעגולאציעס ווערן אנגעפיפן. וואס וואלט געשען ווען 4 וואכן צוריק הייבט מען אן צו אינפארסירן מאסקעס אויף די סקול באסעס, מאסקעס און סאשעל דיסטענסינג אין שולן און געשעפטן? און א אינפארסירן אז עני וואן עקספאסט צו די וויירוס וואס גייט ארויס איז א רוצח און אויסגעשפיגן? די נומערן וואלטן געפאלן און קאומא׳ס צארן וואלט זיך נישט צופלאקערט.

מען עסט דאס וואס מען האט געקאכט.

דיסקלעימער, איך דאווען און וויין מען זאל טרעפן א מיטל וועג, האלטן אפן מיט פארזיכטיגקייט. מיינע קינדער דארפן מוסדות און איך בין א איד וואס זיצט אסאך אין שול מיט חברותות, נישט צו שמועסן, און הקפות איז מיין היילייט פון יאר. אבער דאס איז די אמת. מיר זענען אליינס שולדיג ליידער

אבער עני פאליטישאן אלט דאס געטון ווען מען טוט גארנישט צו אפשטעלן די מגיפה. ער איז נישט א איד וואס פארשטייט צו תורה און תפילה

פון ווען מען האט ערענסט געהייסן איז מען געגאנגגען מיט מאסקעס

metsboy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך metsboy » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:40 am

פשוט מסודר האט געשריבן:ווי עס קוקט אויס איז דאס די איינציגסטע שפראך וואס אונזער חשובער גאווערנער/מעיאר פארשטייען לע"ע, חדשים פון BLM פראטעסטן ווען קאראנא האט געפלאקערט איז נישט בלויז טאלערירט געווארן, נאר אויך אפלאדירט געווארן, אבער ווען ס'איז געקומען צו קעמפס, מ'האט פרעזענטירט געוואלדיגע פלענער איז געווען די לעכערליכע תשובה אז עס איז דא עפעס א נייע שרעקליכע וויירוס ביי קינדער.....

עס קוקט אויס ווי זיי בעטן זיך פאר די שפראך וואס זיי פארשטייען, די געזעץ גיבט דאס רעכט פאר יעדן בירגער צו דעמאנסטרירן, בפרט ווען דער העכסטער פירער פון לאנד האלט אויך אזוי.


קאומוי און דיבלזאיא זעהט קלאר אז מען קען טוען וואס מען וויל מיט אונז, זיי האבען די פאר גרויסע עסקנים און טאש און קיינער טוט גארנישט.

ווען מען האט פארמאכט די קעמפס האט מען געוואלט מאכען פראטעסטען, אבער די מוסדות האבען נישט געלאזט. וואס איז געווארען? נישט געווען קיין קעמפס

אוועטאר
שאשא
שר האלפיים
תגובות: 2701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך שאשא » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:41 am

metsboy האט געשריבן:
פשוט מסודר האט געשריבן:ווי עס קוקט אויס איז דאס די איינציגסטע שפראך וואס אונזער חשובער גאווערנער/מעיאר פארשטייען לע"ע, חדשים פון BLM פראטעסטן ווען קאראנא האט געפלאקערט איז נישט בלויז טאלערירט געווארן, נאר אויך אפלאדירט געווארן, אבער ווען ס'איז געקומען צו קעמפס, מ'האט פרעזענטירט געוואלדיגע פלענער איז געווען די לעכערליכע תשובה אז עס איז דא עפעס א נייע שרעקליכע וויירוס ביי קינדער......

ווער ס'האט מיטגעהאלטן אביסעל די טעראר וואס מוסדות החינוך זענען דורכגעגאנגען ביי די מיזלס פרשה ווערט נישט יעצט ערשטוינט, ס'איז אנגענומען ביי די אינסטאנצן אז מיט'ן ערליכ'ן ציבור קען מען טוען וואס מ'וויל, עס איז נישטא קיין קאנסעקווענצן.

עס קוקט אויס ווי זיי בעטן זיך פאר די שפראך וואס זיי פארשטייען, די געזעץ גיבט דאס רעכט פאר יעדן בירגער צו דעמאנסטרירן, בפרט ווען דער העכסטער פירער פון לאנד האלט אויך אזוי.


קאומוי און דיבלזאיא זעהט קלאר אז מען קען טוען וואס מען וויל מיט אונז, זיי האבען די פאר גרויסע עסקנים און טאש און קיינער טוט גארנישט.

ווען מען האט פארמאכט די קעמפס האט מען געוואלט מאכען פראטעסטען, אבער די מוסדות האבען נישט געלאזט. וואס איז געווארען? נישט געווען קיין קעמפס
פיין געווען
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:42 am

א איד מאכט נישט קיין פראטעסט אין גלות ווייל ער גלייכט קעמפ. אפשר א ראלי מיט א בעטן'דיגע טאן.

מחובר לקרקע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 15, 2020 6:34 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך מחובר לקרקע » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:42 am

IMG-20201007-WA0007.jpg
IMG-20201007-WA0007.jpg (139.85 KiB) געזעהן 1175 מאל
סאטמאר מהר"א

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:45 am

זייט קלוג און נישט גערעכט
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך zibala » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:45 am

איין פראגע האבעך, איז דאס אמת אז אונזער קאמיוניטי פארשפרייט דאס צו איז דאס א בילבול?

אןיב איז דאס אמת ווי איז דאס אחריות? אויב איז דאס א בילבו5דעלמאלטס פארוואס טוט מענישט פאבליק רילעישאמס?
שבעה מי יודע!?

אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך אידישע געדאנקען » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:47 am

שואלכענין האט געשריבן:איך פרעג אויף די פארקערטע וועג, אויב לאזט מען דאווענען מיט צען מענטשן (מנין), איז די גאנצע רעדע נאר פון "ברוב עם", איך גלייב זייער שווער אז דאס איז אזוי שטארק, אז מען זאל מאכן א חילול השם, אדער אריינלייגן אין סכנה ח"ו איין אידיש נפש.

וואו זעט מען אין דעם עפעס קעגן אידישקייט?

לגבי עפענען חדרים, איז עפעס אנדערש. אבער איך באצי מיך צום חלק פון דאווענען. פארוואס זאגט מען אז מען לאזט אונז נישט דאווענען? מען לאזט יעדן דאווענען מיט מנין!

ביסט אן אמת'ער שואל כענין.

אבער פון דעם שטיקל טינק
Think and Thank האט געשריבן:וואוטן רעפובליקען דאון די ליין. ווען קואמא וועט זען ווי צענדליגער פארמעסטן אויף אלע לעוולס פון סיטי און סטעיט גייען רויט, ווען ער וועט זעהן אז מיר האבן גענוג א כח צו רוקן קאנגרעס פארמעסטן, סיטיווייד פארמעסטן און די סטעיט לעגיסלאטור צו די רעפובליקאנער און מיר זענען גרייט צו נוצן דעם כח, וועט ער זיך גאנץ פיין מוזן רעכענען מיט אונז על אפו ואל חמתו.

מיט זיין פארשלאג וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט'ן פראבלעם זעט מען דאך שוין פונקטליך וואס זיי מיינען ר"ל ווען זיי רעפארירן צו אידישקייט.

פון יענע "אידישקייט" איז שוין פאלגן דאס געזעץ שוין איינמאל א סתירה, אבער פון א "תורה-אידישקייט" פערספעקטיוו איז אייגענטליך א חרפה אין א בושה אז דער גוי דארף אונז פארציילן ווי הארב פקוח נפש איז ביי איר.

ברוך הוא אלקינו וכו' והבדלנו מן התועים.
לעצט פאראכטן דורך אידישע געדאנקען אום מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:52 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

ווער איז דאס
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך ווער איז דאס » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:49 am

Goodmorning האט געשריבן:מען דארף קומען מיט א אנדערן פלאן, און פארהאנדלן מיט א פעסטקייט. סתם שרייען אז מען זאל אונז אפלאזן ווען אידן ווערן קראנק גייט אזוי בעקפייערן.

איך וואלט געזאגט אזוי

1. מען זאל צושפארן די ווייבער שולן דעם יו״ט צו קענען צושפרייטן דעם עולם.
2. מאסקעס שטרענג אינפארסירט
3. צוויי שיפטס פון תפילות און הקפות, און אלע גרויסע זאלן אויך האבן מנינים צו צושפרייטן.
4. מען זאל בעטן הונדערטער טויזענטער רעפיד טעסטינג קיטס. יעדער וואס וויל זיין אין שול מוז האבן א נעגעטיוו סטעמפ אויף די הענט...
5. חדרים אויך מיט טעסטינג בעפאר, מאסקעס און פיבער טשעקס, האלטן קלאסן אפגעזונדערט, ריסעס און לאנטש אינעווייניג ביז די נומערן ווערן בעסער.

אז מיר וועלן ווייזן אז מער זענען נישט פארנעכלעסיגט, קען מען שוין נאכדעם קעמפן קעגן צומאכן.
מען דארף נישט זיין שווארץ אדער ווייס, מען דארף מישן קאלירן

גיוואלדיג!!
דאס וואלט געדארפט ווערען אויסגעשמיסט דורך די העלט אפישעלס אין די קאמאו היינט

סאו זיי ווייסען פין איין זאך מאסקעס אין פארמאכן פארשליסען וואס האט נישט קיין שום סייענס דעקונג

אנשטאט מאסקעס טיילן טייל ווייטעמין די, קוק נאך די יארגאנג לויט דעם מאך רעגלאציעס וכדומה וכדומה

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:53 am

zibala האט געשריבן:איין פראגע האבעך, איז דאס אמת אז אונזער קאמיוניטי פארשפרייט דאס צו איז דאס א בילבול?

אןיב איז דאס אמת ווי איז דאס אחריות? אויב איז דאס א בילבו5דעלמאלטס פארוואס טוט מענישט פאבליק רילעישאמס?

איז אמת אז עס איז דא ביי אונז א סעקאנד וועיוו און גאנץ נו יארק נישט? מיר וואוינען נישט אויף אן אינזל.

דערפאר וויין איך אז מיר זאלן זיך אליין אבאכט געבן אז נישט זיי זאלן קומען אל די וועי
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:54 am

ווער איז דאס האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:מען דארף קומען מיט א אנדערן פלאן, און פארהאנדלן מיט א פעסטקייט. סתם שרייען אז מען זאל אונז אפלאזן ווען אידן ווערן קראנק גייט אזוי בעקפייערן.

איך וואלט געזאגט אזוי

1. מען זאל צושפארן די ווייבער שולן דעם יו״ט צו קענען צושפרייטן דעם עולם.
2. מאסקעס שטרענג אינפארסירט
3. צוויי שיפטס פון תפילות און הקפות, און אלע גרויסע זאלן אויך האבן מנינים צו צושפרייטן.
4. מען זאל בעטן הונדערטער טויזענטער רעפיד טעסטינג קיטס. יעדער וואס וויל זיין אין שול מוז האבן א נעגעטיוו סטעמפ אויף די הענט...
5. חדרים אויך מיט טעסטינג בעפאר, מאסקעס און פיבער טשעקס, האלטן קלאסן אפגעזונדערט, ריסעס און לאנטש אינעווייניג ביז די נומערן ווערן בעסער.

אז מיר וועלן ווייזן אז מער זענען נישט פארנעכלעסיגט, קען מען שוין נאכדעם קעמפן קעגן צומאכן.
מען דארף נישט זיין שווארץ אדער ווייס, מען דארף מישן קאלירן

גיוואלדיג!!
דאס וואלט געדארפט ווערען אויסגעשמיסט דורך די העלט אפישעלס אין די קאמאו היינט

סאו זיי ווייסען פין איין זאך מאסקעס אין פארמאכן פארשליסען וואס האט נישט קיין שום סייענס דעקונג

אנשטאט מאסקעס טיילן טייל ווייטעמין די, קוק נאך די יארגאנג לויט דעם מאך רעגלאציעס וכדומה וכדומה

עס איז דא אסאך סטודיס אז אויב יעדער האט מאסקעס שניידר עס די פארשפרייטונג, מען זעט עס איבעראל.

עס איז טאקע נישט הונדערט פראצענט, אבער וואס געשעט שוין ווען מען האט עס
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 1:17 am

שפע רב האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:מען דארף קומען מיט א אנדערן פלאן, און פארהאנדלן מיט א פעסטקייט. סתם שרייען אז מען זאל אונז אפלאזן ווען אידן ווערן קראנק גייט אזוי בעקפייערן.

איך וואלט געזאגט אזוי

1. מען זאל צושפארן די ווייבער שולן דעם יו״ט צו קענען צושפרייטן דעם עולם.
2. מאסקעס שטרענג אינפארסירט
3. צוויי שיפטס פון תפילות און הקפות, און אלע גרויסע זאלן אויך האבן מנינים צו צושפרייטן.
4. מען זאל בעטן הונדערטער טויזענטער רעפיד טעסטינג קיטס. יעדער וואס וויל זיין אין שול מוז האבן א נעגעטיוו סטעמפ אויף די הענט...
5. חדרים אויך מיט טעסטינג בעפאר, מאסקעס און פיבער טשעקס, האלטן קלאסן אפגעזונדערט, ריסעס און לאנטש אינעווייניג ביז די נומערן ווערן בעסער.

אז מיר וועלן ווייזן אז מער זענען נישט פארנעכלעסיגט, קען מען שוין נאכדעם קעמפן קעגן צומאכן.
מען דארף נישט זיין שווארץ אדער ווייס, מען דארף מישן קאלירן


1) אנטשולדיגט. רעכן דיך מיט די טייערע נשים. כ'מיין וואס עפעס זענען זיי איינס אויף דיין ליסט,... שעשנו כרצונו!
2) ביים טאנצן? פלאנסט עהרנסט אזוי צו טון אליין?
3) מאכט סענס.
4) לאנג אווערדו. ווייס איך נישט פארוואס די שולן האבן נישט געקענט דאס טון בעוד מועד. מ'קען עס מארגן אנהייבן אין אלע שולן. נישט ווייל בלאזיא קאומא זאגן נאר ווייל דאס איז טאקע פשוט'ע השתדלות

גראדע זאגט מיר איינער אז הצלה האלט אז מ'קען נישט פארמיידן די וויירוס סייווי און בעסער מ'זאל עס יעצט באקומען ווי איידער ווינטער. ווייס איך נישט צו ס'האט סיי וואספארא האפט.

5)הונדערט פראצענט. וואלט געדארפט געשען איידער זאכן גייען אזוי ראנג. איך האב שוין דא געוויינט אז מ'זאל נישט זיין אזא ברוטאל פאסיוו.

1.פרויען קומען נאר צו זען, און יעצט איז עס וויכטיגער פאר מענער צו צושפרייטן. נעקסטע יאר אי״ה וועט מען זיי געבן א קידוש אלס פארגיטיגונג
2. אויב יעדער טוט אזוי, יא.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 1:35 am

לייטער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:גאנץ בארא פארק איז איבערגעדרייט מיט פראטעסטן

הקפות מקדם, בארא פארק האט שוין א אלטע שווארצע היסטאריע מיטן זיך שלאגן מיט די פאליציי גלות נוסח הייקינד

דו ווילסט איך זאל דיר ברענגען באריכטן איבער קאנפראנטאציעס צווישן היימישן עולם און די פאליציי אין וויליאמסבורג? וואס שרייבסטו אבי געהאקט אין קאפ אריין!

פרעג
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:43 pm

תגובהדורך פרעג » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 1:45 am

Goodmorning האט געשריבן:מען דארף קומען מיט א אנדערן פלאן, און פארהאנדלן מיט א פעסטקייט. סתם שרייען אז מען זאל אונז אפלאזן ווען אידן ווערן קראנק גייט אזוי בעקפייערן.

איך וואלט געזאגט אזוי

1. מען זאל צושפארן די ווייבער שולן דעם יו״ט צו קענען צושפרייטן דעם עולם.
2. מאסקעס שטרענג אינפארסירט
3. צוויי שיפטס פון תפילות און הקפות, און אלע גרויסע זאלן אויך האבן מנינים צו צושפרייטן.
4. מען זאל בעטן הונדערטער טויזענטער רעפיד טעסטינג קיטס. יעדער וואס וויל זיין אין שול מוז האבן א נעגעטיוו סטעמפ אויף די הענט...
5. חדרים אויך מיט טעסטינג בעפאר, מאסקעס און פיבער טשעקס, האלטן קלאסן אפגעזונדערט, ריסעס און לאנטש אינעווייניג ביז די נומערן ווערן בעסער.

אז מיר וועלן ווייזן אז מער זענען נישט פארנעכלעסיגט, קען מען שוין נאכדעם קעמפן קעגן צומאכן.
מען דארף נישט זיין שווארץ אדער ווייס, מען דארף מישן קאלירן


4- מיט געלע טינט.

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2484
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: Re:

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 1:49 am

באקסער בוים האט געשריבן:ר׳ אביגדור שלום מייזעלס לרפו״ש קינדער דערציילן אז אין לענעקס זענען 2/3 פאציענטן אין די קאוויד ICU יוניט היימישע אידן

אלע אידן ווילן גיין קיין לענעקס, עס הייסט די בעסטע ביי אונז.

אין אנדערע גוטע מאנהעטענער שפיטעלער קומען אויך נאר אן אדער אידן, אדער די בעסערע חברה, די דורכשניטליכע גוים קומען אן אין אנדערע שפיטעלער.

Programming
שר האלף
תגובות: 1990
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך Programming » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 1:52 am

עס איז טראגי-קאמיש צו ליינען די תגובות דא, א גאנץ זומער זענען מיר געשטאנען און געלאכט פון די גוים און די אינסטאנצן וועלכע זענען נעבעך אזוי דום און נישט אזוי געריבן ווי אונז, זיי גייען נאך אן מיט די 'ליבעראלע עבודה זרה' פון מאסקעס און סאשעל דיסטענסינג בעת מיר דער עם חכם ונבון האבן דערקלערט ויהי אחרי המגפה און עס איז שוין נישטא וואס צו זארגן.

אצינד ווען עס שטעלט זיך ארויס אז מיר צאלן א גאר טייערן פרייז דערויף, אלע הבטחות פון די נביאי שקר איבער 'הערד אימיוניטי' און 'יעדער האט עס שוין געהאט' שטעלן זיך ארויס צו זיין דורכאויס פאלש, דער לאקדאון דאן האט טאקע געהאלפן צו אפשטעלן די קייט פון אנשטעקונגען אבער אריינדרינגער פון אויסלאנד און אויססטעיט האבן עס פריש אנגעברענגט, קאראנע איז דא צוריק ביי אונז - און טאקע כמעט נאר ביי אונז - אין גרויסן. אלע הנחות וואס מיר האבן געמאכט איבער די אומוויכטיגקייט פון סאשעל דיסטענסינג און די אומווירקזאמקייט פון די רעגירונג פארלאנגטע מיטלען שטעלן זיך ארויס צו זיין א גאר קאסטבארער טעות, און מיר האבן נאך די חוצפה צו עפענען דאס מויל??

לאמיר זיין זייער קלאר: מאכן א לאקדאון, שטרענג אינפארסירן די רעגולאציע'ס זענען טאקע זייער אומבא'טעם'ט, אבער נישט אננעמען די שריט באדייט פיל ערגער, עס מיינט נאך טויזענטער און טויזענטער פרישע אנגעשטעקטע, און נאך צענדליגער אויב נישט הונדערטער ח"ו אין שפיטאל אדער חלילה ערגער.

ב"ה אז איצט ווייסט מען שוין בעסער וויאזוי דאס צו באהאנדלען, און בעיקר, א דאנק די נארישע ניו יארק ער באפעלקערונג וועלכע האט זיך יא צוגעהערט צו די רעגירונג און ווייטער געלייגט וויין אין די פאס בעת מיר האבן געלייגט וואסער, האט אונזער 'הפקרות' (איך שרייב הפקרות און דאס איז עקזעקטלי וואס עס איז געווען) נישט אנגעברענגט א חורבן ממש אויפן סיסטעם און אונזערע חולים באקומען א רעלאטיוו גוטע באהאנדלונג אין די שפיטעלער, די 'רוצחים' וועגן וועלכע קינד און קייט ווייסן צו זאגן האבן פאר א מיסטריעזע סיבה אויפגעהערט מיט די רציחות, די נוירסעס וואס פלעגן שלעפן פלאגס (ווי פלוני האט זיך געשוואוירן ביי די קופקע און עולם גולם האט עס אפגעקויפט פאר גוט געלט) האבן חרטה געהאט און חודש אלול און זיי טוען עס מער נישט, און דער אייבישטער זאל העלפן עס זאל טאקע ווייטער נישט געשען קיינע טראגעדיעס ח"ו, און אלע חולי ישראל זאלן אהיים קומען געזונטערהייט, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון דעם חיוב בדיני שמים און בדיני אדם אפצוהיטן זיך און אנדערע. די סכנה איז גרויס און ווערי ריעל.

אפגערעדט אז אויך נאכן זיך ערהוילן - און אפילו אויב מען האט עס אויף א מילדן אופן - קען זיין לאנג טערמיניגע סייד עפעקטס, דאס ביסל וואס מען ווייסט שוין יא (אריין גערעכנט די מעגליכקייט פון קאראנע צו טון די ארבעט פאר די שכנים וועלכע זארגן זיך פון פן ירבה) און אסאך וואס מען ווייסט נאכנישט, עס איז רב הנסתר על הגלוי.

נאך א זאך וואס איז קלאר איבערגעוויזן געווארן מיט די צייט איז אז די טענה אז די עלטערע און מיט א שוואכערע געזונט צושטאנד זאלן זיך אפהיטן בעת עולם כמנהגו נוהג איז א שיינע פאנטאזיע אן קיין אחיזה אין רעאליטעט, אויב דער וויירוס פארשפרייט זיך קומט עס אן צו יעדן. גרויסע הקפות זענען א זיכערע רעצעפט פאר נאך חולי ישראל אין די שפיטעלער, און יא, אפילו ווער עס קומט אהין זיך צו פרייען מיט די תורה, כיון שניתנה רשות למשחית שוב אינו מבחין, נאך ערגער איז ווי געזאגט אז אפילו ווער עס קומט בכלל נישט אהין ווערט אויך אויסגעשטעלט צו א פיל גרעסערע סכנה.

פארוואס שרייב איך דאס? איך ווייס דאך אז די ווערטער וועלן פאלן אויף טויבע אויערן, אויב עס וועט בכלל האבן מזל איבערצולעבן די צענזור דא, פארט ווערט צומאל נמאס צו מיטהאלטן ערוואקסענע מענטשן שפילן דעם געים, איגנארירן פשוט'ע פאקטן וואס זענען אפן פאר יעדן תינוק דלא חכים ולא טיפש, און אנשטאט גיין מאכן פראטעסטן אין די גאסן קעגן די רעגירונג'ס פרואוון אונז צו ראטעווען פון זיך אליינס.

willibugy
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך willibugy » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 1:59 am

Programming האט געשריבן:עס איז טראגי-קאמיש צו ליינען די תגובות דא, א גאנץ זומער זענען מיר געשטאנען און געלאכט פון די גוים און די אינסטאנצן וועלכע זענען נעבעך אזוי דום און נישט אזוי געריבן ווי אונז, זיי גייען נאך אן מיט די 'ליבעראלע עבודה זרה' פון מאסקעס און סאשעל דיסטענסינג בעת מיר דער עם חכם ונבון האבן דערקלערט ויהי אחרי המגפה און עס איז שוין נישטא וואס צו זארגן.

אצינד ווען עס שטעלט זיך ארויס אז מיר צאלן א גאר טייערן פרייז דערויף, אלע הבטחות פון די נביאי שקר איבער 'הערד אימיוניטי' און 'יעדער האט עס שוין געהאט' שטעלן זיך ארויס צו זיין דורכאויס פאלש, דער לאקדאון דאן האט טאקע געהאלפן צו אפשטעלן די קייט פון אנשטעקונגען אבער אריינדרינגער פון אויסלאנד און אויססטעיט האבן עס פריש אנגעברענגט, קאראנע איז דא צוריק ביי אונז - און טאקע כמעט נאר ביי אונז - אין גרויסן. אלע הנחות וואס מיר האבן געמאכט איבער די אומוויכטיגקייט פון סאשעל דיסטענסינג און די אומווירקזאמקייט פון די רעגירונג פארלאנגטע מיטלען שטעלן זיך ארויס צו זיין א גאר קאסטבארער טעות, און מיר האבן נאך די חוצפה צו עפענען דאס מויל??

לאמיר זיין זייער קלאר: מאכן א לאקדאון, שטרענג אינפארסירן די רעגולאציע'ס זענען טאקע זייער אומבא'טעם'ט, אבער נישט אננעמען די שריט באדייט פיל ערגער, עס מיינט נאך טויזענטער און טויזענטער פרישע אנגעשטעקטע, און נאך צענדליגער אויב נישט הונדערטער ח"ו אין שפיטאל אדער חלילה ערגער.

ב"ה אז איצט ווייסט מען שוין בעסער וויאזוי דאס צו באהאנדלען, און בעיקר, א דאנק די נארישע ניו יארק ער באפעלקערונג וועלכע האט זיך יא צוגעהערט צו די רעגירונג און ווייטער געלייגט וויין אין די פאס בעת מיר האבן געלייגט וואסער, האט אונזער 'הפקרות' (איך שרייב הפקרות און דאס איז עקזעקטלי וואס עס איז געווען) נישט אנגעברענגט א חורבן ממש אויפן סיסטעם און אונזערע חולים באקומען א רעלאטיוו גוטע באהאנדלונג אין די שפיטעלער, די 'רוצחים' וועגן וועלכע קינד און קייט ווייסן צו זאגן האבן פאר א מיסטריעזע סיבה אויפגעהערט מיט די רציחות, די נוירסעס וואס פלעגן שלעפן פלאגס (ווי פלוני האט זיך געשוואוירן ביי די קופקע און עולם גולם האט עס אפגעקויפט פאר גוט געלט) האבן חרטה געהאט און חודש אלול און זיי טוען עס מער נישט, און דער אייבישטער זאל העלפן עס זאל טאקע ווייטער נישט געשען קיינע טראגעדיעס ח"ו, און אלע חולי ישראל זאלן אהיים קומען געזונטערהייט, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון דעם חיוב בדיני שמים און בדיני אדם אפצוהיטן זיך און אנדערע. די סכנה איז גרויס און ווערי ריעל.

אפגערעדט אז אויך נאכן זיך ערהוילן - און אפילו אויב מען האט עס אויף א מילדן אופן - קען זיין לאנג טערמיניגע סייד עפעקטס, דאס ביסל וואס מען ווייסט שוין יא (אריין גערעכנט די מעגליכקייט פון קאראנע צו טון די ארבעט פאר די שכנים וועלכע זארגן זיך פון פן ירבה) און אסאך וואס מען ווייסט נאכנישט, עס איז רב הנסתר על הגלוי.

נאך א זאך וואס איז קלאר איבערגעוויזן געווארן מיט די צייט איז אז די טענה אז די עלטערע און מיט א שוואכערע געזונט צושטאנד זאלן זיך אפהיטן בעת עולם כמנהגו נוהג איז א שיינע פאנטאזיע אן קיין אחיזה אין רעאליטעט, אויב דער וויירוס פארשפרייט זיך קומט עס אן צו יעדן. גרויסע הקפות זענען א זיכערע רעצעפט פאר נאך חולי ישראל אין די שפיטעלער, און יא, אפילו ווער עס קומט אהין זיך צו פרייען מיט די תורה, כיון שניתנה רשות למשחית שוב אינו מבחין, נאך ערגער איז ווי געזאגט אז אפילו ווער עס קומט בכלל נישט אהין ווערט אויך אויסגעשטעלט צו א פיל גרעסערע סכנה.

פארוואס שרייב איך דאס? איך ווייס דאך אז די ווערטער וועלן פאלן אויף טויבע אויערן, אויב עס וועט בכלל האבן מזל איבערצולעבן די צענזור דא, פארט ווערט צומאל נמאס צו מיטהאלטן ערוואקסענע מענטשן שפילן דעם געים, איגנארירן פשוט'ע פאקטן וואס זענען אפן פאר יעדן תינוק דלא חכים ולא טיפש, און אנשטאט גיין מאכן פראטעסטן אין די גאסן קעגן די רעגירונג'ס פרואוון אונז צו ראטעווען פון זיך אליינס.

דברים של טעם, מהאט שוין באצאלט א פרייז פאר שמחת פורים, לאמיר זיין פארזיכטיג ביי שמחת תורה.
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 2:00 am

זייער אינטערעסאנט פארוואס די אנטיסעמיטן האבן זיך פונקט יעצט אויפגעוועקט, ווען מיר פייפן שוין פון אייר. ווייסט איינער פארוואס פונקט יעצט קומען זיי ביי אונז אפשפארן?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5074
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 2:10 am

נחוניא האט געשריבן:אויב אין א שוהל וועלן זיך יא צוזאמנעמען מער מענטשן, האט די פאליציי א רעכט זיך אריינצוברעכן און פארטרייבן די מענטשן?

איז עס בלויז א נידון פון א געלט שטראף, אדער ער קען עס פיזיש ענפארסן?

אין אמעריקע קען פאליציי נישט אריינגיין אין קיין שום פרייוועט פראפערטי אן קיין וואראנט, אויסער אין עקסטרעמע אויסנאמס פעלער.

פרוכט בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך פרוכט בוים » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 2:12 am

העי וואס וועקסטו אויף דער עולם אונז לעב מיר און א אינזל ווי קאראנא ווייסט נישט וויזוי מען קומט דא אן
נישט דא א יוד שפיטאל פון קאראנא
די יודן אויף ווענטילעטרס איז שטותים מען וויל סתם רייסן געלט פון די אינשורענס קאמפעניס
און די משפחות וואס האבן עגמת נפש פון נאנטע און שפיטאל זענען די זעלבע וואס רעדן זיך אפ אויף אלעמען
און יא סאושעל דיסטענס העלפט נישט והא ראיה ביי יודן איז דא מער אנגעשטעקטע וואס אונז האמיר זיך אלץ געהיטן
מאסקעס האלט נישט צוריק די דראפלעטס פון א אן געטשעקטע פון אנשטעקן אנדערע עס העלפט אבער ווען די מויל האט א שלעכטע שמעק אז די ארומיגע זאלן עס נישט שפורן
לעצט פאראכטן דורך פרוכט בוים אום מיטוואך אוקטובער 07, 2020 2:15 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יצחק אייזיק
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך יצחק אייזיק » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 2:15 am

Goodmorning האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט פארוואס די אנטיסעמיטן האבן זיך פונקט יעצט אויפגעוועקט, ווען מיר פייפן שוין פון אייר. ווייסט איינער פארוואס פונקט יעצט קומען זיי ביי אונז אפשפארן?

ווער איז די 'מיר' וואס פייפן? אידן און גויים פייפן גלייך, מער שווארצע פייפן ווי אידן. דאס צילן אויף א קאמיוניטי איז ריין ראסיזם.

לגבי אויב מיר דארפן זיך מער היטן קומט נישט אריין אין דעם אשכול. אפי' אויב קאומא און דעבלאזיא זענען ריין גערעכט זענען זיי ריינע ראסיסטן פארן טייטלן אויף אונז. אויף די שווארצע וואלטן זיי דאס נישט געטון. פארוואס? ווייל די שווארצע פראטעסטירן.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט