וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4145
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מארטש 20, 2020 9:45 am

לב בשר האט געשריבן:מ׳דארף זיך צושטעלן ווייל סוכ״ס פירסטו נישט די זאך, און מיט גיין אקעגן די רולס ווועסטו נאר ערגער מאכן און פארלענגערן די ישועה.

גערעכט, אפילו לו יהא אז מוואלט ווען און מדארף ווען און העטעך פעטעך, לעת עתה וויבאלד די מידיא, סיי די געהעריגע און סיי די סאשעל זענען אזוי שטארק מיטן מהלך
איז די איינציגסטע עצה "על כל גל וגל נעניתי לי ראשי" דאס וועט דורך גיין
אז מ'לעבט דערלעבט מען

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך לב בשר » פרייטאג מארטש 20, 2020 9:47 am

סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:מ׳דארף זיך צושטעלן ווייל סוכ״ס פירסטו נישט די זאך, און מיט גיין אקעגן די רולס ווועסטו נאר ערגער מאכן און פארלענגערן די ישועה.

אי משום הא ביסטו גערעכט

מיטהאלטענדיג וויאזוי די פאקט אז ׳אונז׳ זאלן מרצונינו פארשפארן די שולן און מקוואות איז צוגעגאנגען, בין איך זייער פארווייטאגט לאן הגענו וכו׳, פארט אבער שטעלעך מיר צו %100 צו די רולס.

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4450
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך דריידל » פרייטאג מארטש 20, 2020 9:49 am

אנפארטיונעטלי איז די היזיגע עולם נישט געוואינט איינצוהאלטן תקנות און דאס איז גורם אז ס'זייער שווער איינצושטעלן א סיסטעם וואס ארבעט אין אנדערע פלעצער.

מיין עצה

יעדע מוסד זאל עפענען די בנינים מ'זאל קענען דאווענען 10 אירע פער קלאס צומער. מ'וועט ארויסגיבן סלאטס פאר יעדע מנין ווען מ'קען דאווענען. קינדער און אידן העכער זעכציג וועלן נישט ערלויבט ווערן אריינצוגיין. סינקס און בית כסא'ס וועלן זיין פארשפארט. אויך וועט נישט זיין קיין בענקלעך כדי מ'זאל אפדאווענען און ווייטער גיין.
ווער ס'וויל ארגענעזירן א מנין וועט דארפן שאפן איינער וואס איז בעל אחראי און וועט דארפן איינלייגן א טויזענטער וואס וועו ווערן אוועקגענומען טאמער פארלעצט מען די תקנות. מ'וועט אויפנעמען א סעקיוריטי קאמפעני וואס וועט ארומגיין און מאכן זיכער אז יעדער האלט איין די פארשריפטן, און מ'וועט טשארזשן אפאר דאללער פון יעדע מנין צו דעקן די קאסטן.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4145
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מארטש 20, 2020 9:58 am

לב בשר האט געשריבן:
סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:מ׳דארף זיך צושטעלן ווייל סוכ״ס פירסטו נישט די זאך, און מיט גיין אקעגן די רולס ווועסטו נאר ערגער מאכן און פארלענגערן די ישועה.

אי משום הא ביסטו גערעכט

מיטהאלטענדיג וויאזוי די פאקט אז ׳אונז׳ זאלן מרצונינו פארשפארן די שולן און מקוואות איז צוגעגאנגען, בין איך זייער פארווייטאגט לאן הגענו וכו׳, פארט אבער שטעלעך מיר צו %100 צו די רולס.

לויט מיין אינפא איז צוגעאנגען מער הינטער די קוליסן ווי דאס וואס מען האט געשפילט מיטן ווייסן הויז וכו' און אמת, מיר האלטן ביי א מצב פון עקבתא דמשיחא סוף מס' סוטה ועוד.
נישט מיט קיין מפרשים און פשטים נאר פשוטו כמשמעו, און צוויי זאכן איינס אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים, דער איז דאכט זיך מיר דער בעסטער אנלאנער, און נאכדעם דאס ברענגט דאך למעשה אז מיר שטייען שוין זייער נאנט צו די גאולה שלימה.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3632
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג מארטש 20, 2020 10:09 am

דריידל האט געשריבן:אנפארטיונעטלי איז די היזיגע עולם נישט געוואינט איינצוהאלטן תקנות און דאס איז גורם אז ס'זייער שווער איינצושטעלן א סיסטעם וואס ארבעט אין אנדערע פלעצער.

מיין עצה

יעדע מוסד זאל עפענען די בנינים מ'זאל קענען דאווענען 10 אירע פער קלאס צומער. מ'וועט ארויסגיבן סלאטס פאר יעדע מנין ווען מ'קען דאווענען. קינדער און אידן העכער זעכציג וועלן נישט ערלויבט ווערן אריינצוגיין. סינקס און בית כסא'ס וועלן זיין פארשפארט. אויך וועט נישט זיין קיין בענקלעך כדי מ'זאל אפדאווענען און ווייטער גיין.
ווער ס'וויל ארגענעזירן א מנין וועט דארפן שאפן איינער וואס איז בעל אחראי און וועט דארפן איינלייגן א טויזענטער וואס וועו ווערן אוועקגענומען טאמער פארלעצט מען די תקנות. מ'וועט אויפנעמען א סעקיוריטי קאמפעני וואס וועט ארומגיין און מאכן זיכער אז יעדער האלט איין די פארשריפטן, און מ'וועט טשארזשן אפאר דאללער פון יעדע מנין צו דעקן די קאסטן.

;l;p- ;l;p-
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך לב בשר » פרייטאג מארטש 20, 2020 10:15 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:אנפארטיונעטלי איז די היזיגע עולם נישט געוואינט איינצוהאלטן תקנות און דאס איז גורם אז ס'זייער שווער איינצושטעלן א סיסטעם וואס ארבעט אין אנדערע פלעצער.

מיין עצה

יעדע מוסד זאל עפענען די בנינים מ'זאל קענען דאווענען 10 אירע פער קלאס צומער. מ'וועט ארויסגיבן סלאטס פאר יעדע מנין ווען מ'קען דאווענען. קינדער און אידן העכער זעכציג וועלן נישט ערלויבט ווערן אריינצוגיין. סינקס און בית כסא'ס וועלן זיין פארשפארט. אויך וועט נישט זיין קיין בענקלעך כדי מ'זאל אפדאווענען און ווייטער גיין.
ווער ס'וויל ארגענעזירן א מנין וועט דארפן שאפן איינער וואס איז בעל אחראי און וועט דארפן איינלייגן א טויזענטער וואס וועו ווערן אוועקגענומען טאמער פארלעצט מען די תקנות. מ'וועט אויפנעמען א סעקיוריטי קאמפעני וואס וועט ארומגיין און מאכן זיכער אז יעדער האלט איין די פארשריפטן, און מ'וועט טשארזשן אפאר דאללער פון יעדע מנין צו דעקן די קאסטן.

;l;p- ;l;p-

די עולם זיצט אין די הייזער, און מיט אביסל יושב הדעת כאפט מען וואס אונז האמיר זיך אליינס אנגעווערטשאפט...

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך למדן וצדיק » פרייטאג מארטש 20, 2020 10:24 am

לב בשר האט געשריבן:מיטהאלטענדיג וויאזוי די פאקט אז ׳אונז׳ זאלן מרצונינו פארשפארן די שולן און מקוואות איז צוגעגאנגען, בין איך זייער פארווייטאגט לאן הגענו וכו׳, פארט אבער שטעלעך מיר צו %100 צו די רולס.

די שאלה איז צו סאיז דא יעצט עפעס א נארמאלע היתר נישט צו דאווענען תפילה בציבור
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4145
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מארטש 20, 2020 10:28 am

למדן וצדיק האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:מיטהאלטענדיג וויאזוי די פאקט אז ׳אונז׳ זאלן מרצונינו פארשפארן די שולן און מקוואות איז צוגעגאנגען, בין איך זייער פארווייטאגט לאן הגענו וכו׳, פארט אבער שטעלעך מיר צו %100 צו די רולס.

די שאלה איז צו סאיז דא יעצט עפעס א נארמאלע היתר נישט צו דאווענען תפילה בציבור


נעכטן האט מען מיר געוויזן א בריוו פון ר' ישראל דוד הארפענעס לגבי זוכן א מנין אין די הייזער וכו' וואס ער שרייבט מ'דארף נישט זוכן.
לגבי רבים האבן מיר ב"ה רבנים ומורי הוראה וואס האבן גע'פסק'נט און מיר מוזן זיי פאלגן און מקבל זיין צו מיר ווילן צו נישט, דאס איז דער קיום התורה וקיום כלל ישראל עי' בספר החינוך במצות ונשיא בעמך לא תאור, און די בריוו פון ראב"ד ירושלים שרייבט ער אז מ'מוז מרבה זיין באמונת חכמים
אז מ'לעבט דערלעבט מען

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך קיסריה » פרייטאג מארטש 20, 2020 11:30 am

אויב איין איד וועט חלילה נפטר ווערן, צוליב נישט אויספאלגן ן די הוראה פון די רעגירונג און ווי רבנים האבן געהייסן איינהאלטן:

ווער קען זאגן ידינו לא שפכה?

פיקוח נפש קינדערלעך.

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך א מחי' » פרייטאג מארטש 20, 2020 11:53 am

קיסריה האט געשריבן:אויב איין איד וועט חלילה נפטר ווערן, צוליב נישט אויספאלגן ן די הוראה פון די רעגירונג און ווי רבנים האבן געהייסן איינהאלטן:

ווער קען זאגן ידינו לא שפכה?

פיקוח נפש קינדערלעך.


נאכאמאל?? פארוואס גראסעריס וכדו' זענען געהעריג אפען אן קיין רולס אבער שוהלן איז'ס שפיכת דמים?

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך לב בשר » פרייטאג מארטש 20, 2020 12:14 pm

א מחי' האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:אויב איין איד וועט חלילה נפטר ווערן, צוליב נישט אויספאלגן ן די הוראה פון די רעגירונג און ווי רבנים האבן געהייסן איינהאלטן:

ווער קען זאגן ידינו לא שפכה?

פיקוח נפש קינדערלעך.


נאכאמאל?? פארוואס גראסעריס וכדו' זענען געהעריג אפען אן קיין רולס אבער שוהלן איז'ס שפיכת דמים?

דיין קשי׳ שרייט עד לב השמים.
די סיבה איז פשוט ווייל ביי די אלגעמיינע וועלט איז א שול א קאמיניטי סענטער. טא, פ״וו נישט פארשפארן אננעסיסערי קאמיוניטי סענטערס? משא״כ סטארס איז זייער וויכטיג.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2809
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג מארטש 20, 2020 12:15 pm

א מחי' האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:אויב איין איד וועט חלילה נפטר ווערן, צוליב נישט אויספאלגן ן די הוראה פון די רעגירונג און ווי רבנים האבן געהייסן איינהאלטן:

ווער קען זאגן ידינו לא שפכה?

פיקוח נפש קינדערלעך.


נאכאמאל?? פארוואס גראסעריס וכדו' זענען געהעריג אפען אן קיין רולס אבער שוהלן איז'ס שפיכת דמים?

דו פארשטייסט נישט די חילוק? פארמאכן גראסעריס מיינט אז מענטשן האבן נישט קיין עסן. פיקוח נפש. און די גראסעריס וועלן נישט קענען דעליווערן פאר יעדעם אויב אלעס איז פארשפארט.

און אגב, גראסעריס האבן יא רולס, ס'מעג נאר אריינגיין האלב פון די געווענליך ערלויבטע צאל, ביז 50 מענטשן.

נקודהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך נקודהלע » פרייטאג מארטש 20, 2020 12:18 pm

נאך א שאלה פון די שפיכת דם אידן, לכל הדעות איז אנזייען א פאניק גורם שפיכות דמים ממש!!!!!!!! וואס טוט זיך מיט דעם???
קענט איר זאגן ידינו לא שפכה???
און פאר דיר איסר, אסאך שוהלן גייען אויך מיט ראלס, און רוב מענשטן אין גראסערי קויפן נישט נאר ברויט און מילך און לויפן ארויס... די נאש גייט נאך פינקט אזוי...
(קלארשטעלונג: פאלגט אייערע רבנים, חס ושלום זייט נישט מחמיר מער ווי זיי...)
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך למדן וצדיק » פרייטאג מארטש 20, 2020 12:51 pm

קיסריה האט געשריבן:אויב איין איד וועט חלילה נפטר ווערן, צוליב נישט אויספאלגן ן די הוראה פון די רעגירונג און ווי רבנים האבן געהייסן איינהאלטן:

ווער קען זאגן ידינו לא שפכה?

פיקוח נפש קינדערלעך.

און וואס איז די היתר צו גיין סתם א נארמאלע טאג אין שול, נאכדערצו רח״ל מיט א קאר, אפשר וועט זיין א עקסידענט און ווער קען זאגן ידינו לא שפכה? עפ״י הלכה מיין איך איז זייער קלאר אז די גאנצע מצב גייט אפילו נישט אריין אין די גדר פון א ספק ספיקא שבספיקא פון פיקוח נפש.

אודאי דארף מען אויספאלגן די רעגולאציעס פון די רעגירונג, אבער זיין פרומער פון די רעגירונג מיין איך איז נישטא קיין שום ענין.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך למדן וצדיק » פרייטאג מארטש 20, 2020 12:56 pm

lebediger berel האט געשריבן:נעכטן האט מען מיר געוויזן א בריוו פון ר' ישראל דוד הארפענעס לגבי זוכן א מנין אין די הייזער וכו' וואס ער שרייבט מ'דארף נישט זוכן.
צוגעלייגטע
72B687E4-7CE2-4080-877C-783446D86BB2.jpeg
72B687E4-7CE2-4080-877C-783446D86BB2.jpeg (114.51 KiB) געזעהן 822 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך לב בשר » פרייטאג מארטש 20, 2020 12:56 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
א מחי' האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:אויב איין איד וועט חלילה נפטר ווערן, צוליב נישט אויספאלגן ן די הוראה פון די רעגירונג און ווי רבנים האבן געהייסן איינהאלטן:

ווער קען זאגן ידינו לא שפכה?

פיקוח נפש קינדערלעך.


נאכאמאל?? פארוואס גראסעריס וכדו' זענען געהעריג אפען אן קיין רולס אבער שוהלן איז'ס שפיכת דמים?

דו פארשטייסט נישט די חילוק? פארמאכן גראסעריס מיינט אז מענטשן האבן נישט קיין עסן. פיקוח נפש. און די גראסעריס וועלן נישט קענען דעליווערן פאר יעדעם אויב אלעס איז פארשפארט.

און אגב, גראסעריס האבן יא רולס, ס'מעג נאר אריינגיין האלב פון די געווענליך ערלויבטע צאל, ביז 50 מענטשן.

1) די רולס איז בכלל נישט אינפארסט.
2) אויב בתי מדרשים דארפן זיין פארמאכט, מעגן גראסעריס האבן אסאך שטרענגערע רולס. ווי למשל, נאר דעליוועריס וכו׳

קום אריבער צו טשעסנאט גראסערי אין וומסב״ג, מ׳שטייט אין צודריקטע ליינס פאר טעיק אוט, סושי, קאפי.. נעקסט טיר, מורטיל שול, קאמפליטלי פארשלאסן.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג מארטש 20, 2020 1:06 pm

אזאלעכע חכמים. זייט נישט אלע אזא עם קשה עורף.
אלע רבנים זאגן מען זאל דאווענען אין שטוב. איי א גראסערי איז אפען? איך זעה אין מאנסי איז מען יא שטרענג.
איי די שקצים קריגען זיך אלע אין די פארקס? מיהר זענען שקצים? מיהר האבן די חיוב גמור פון וחי בהם.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך לב בשר » פרייטאג מארטש 20, 2020 1:26 pm

Kosher Travel האט געשריבן:אזאלעכע חכמים. זייט נישט אלע אזא עם קשה עורף.
אלע רבנים זאגן מען זאל דאווענען אין שטוב. איי א גראסערי איז אפען? איך זעה אין מאנסי איז מען יא שטרענג.
איי די שקצים קריגען זיך אלע אין די פארקס? מיהר זענען שקצים? מיהר האבן די חיוב גמור פון וחי בהם.

פארשטייעך נישט פונקטליך. אבער, אקעי.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2809
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג מארטש 20, 2020 2:06 pm

למעשה ווערן אלע בתי מדרשים פארשלאסן, נאך קאומא'ס יעצטיגע ארדער אז אלעס ווערט פארמאכט חוץ גראסעריס און פארמעסיס וכדומה.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מארטש 20, 2020 2:14 pm

א גראסערי וואס האט נישט קיין סימפל רול אז נאר איינער אינעם משפחה מעג אריינקומען, איז עס טאקע אומ'אחריות'דיג.


נאכאמאל, די סיבה פארוואס מ'האט צו געמאכט די בתי מדרשים, איז ווייל ווי געפראווט געווארן האלט מען נישט איין די רעגולאציעס אין פובליק בתי מדרשים.
אידן האבן נאך געגעסן תיקון אין בית מדרש דינסטאג צופרי.
א פריוואטע הויז איז אבער טאקע אנדערש, און קיינער זאגט נישט אז מ'מעג נישט דאווענען מיט מנין אים א הויז, אויב מ'פאלגט אויס די רעגולאציעס.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אפשר פארקערט
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך אפשר פארקערט » פרייטאג מארטש 20, 2020 2:32 pm

נקודהלע האט געשריבן:נאך א שאלה פון די שפיכת דם אידן, לכל הדעות איז אנזייען א פאניק גורם שפיכות דמים ממש!!!!!!!! וואס טוט זיך מיט דעם???
קענט איר זאגן ידינו לא שפכה???
און פאר דיר איסר, אסאך שוהלן גייען אויך מיט ראלס, און רוב מענשטן אין גראסערי קויפן נישט נאר ברויט און מילך און לויפן ארויס... די נאש גייט נאך פינקט אזוי...
(קלארשטעלונג: פאלגט אייערע רבנים, חס ושלום זייט נישט מחמיר מער ווי זיי...)

ווען די רבנים וואלטען געווען די בעלי בתים פון די סטארס וואלט עס טאקע געווען פארמאכט ליידר זענען די בעלי בתים געלט גייציגע חברה

ברענג מיר איין שיל ווי יעדער שטייט אויפגעריגט

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך קאטאגאריש » פרייטאג מארטש 20, 2020 6:39 pm

כהאב גארנישט ניי, אבער איך בין געווען אין א בעקעריי היינט פרייטיג נאכמיטאג, סאיז געווען 20 מענטשען, קיינער האט נישט געריפען פאליציי, קיינער האט נישט געשריגען רוצחים, יעדער האט ראיג געקויפט סעווען לעיר,

אבער איך זאל נישט גיין אין בית המדרש
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4450
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך דריידל » מוצ"ש מארטש 21, 2020 9:48 pm

Kosher Travel האט געשריבן:אזאלעכע חכמים. זייט נישט אלע אזא עם קשה עורף.
אלע רבנים זאגן מען זאל דאווענען אין שטוב. איי א גראסערי איז אפען? איך זעה אין מאנסי איז מען יא שטרענג.
איי די שקצים קריגען זיך אלע אין די פארקס? מיהר זענען שקצים? מיהר האבן די חיוב גמור פון וחי בהם.

שקר!
איך ווייס פון עטליכע שולן וואס זענען געווען אפען און ס'געווען מנין אינאיינעם מיט די רבנים (פארשטייט זיך אז דער עולם איז געווען אויסגעשפרייט איינער פער טיש).

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך Kosher Travel » מוצ"ש מארטש 21, 2020 10:10 pm

דריידל האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:אזאלעכע חכמים. זייט נישט אלע אזא עם קשה עורף.
אלע רבנים זאגן מען זאל דאווענען אין שטוב. איי א גראסערי איז אפען? איך זעה אין מאנסי איז מען יא שטרענג.
איי די שקצים קריגען זיך אלע אין די פארקס? מיהר זענען שקצים? מיהר האבן די חיוב גמור פון וחי בהם.

שקר!
איך ווייס פון עטליכע שולן וואס זענען געווען אפען און ס'געווען מנין אינאיינעם מיט די רבנים (פארשטייט זיך אז דער עולם איז געווען אויסגעשפרייט איינער פער טיש).

I am sorry, I take it back.
נישט "אלע" רבנים.
רוב רבנים און אדמורי"ם פון גרויסע קהילות.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

willibugy
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך willibugy » מוצ"ש מארטש 21, 2020 10:19 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:אויב איין איד וועט חלילה נפטר ווערן, צוליב נישט אויספאלגן ן די הוראה פון די רעגירונג און ווי רבנים האבן געהייסן איינהאלטן:

ווער קען זאגן ידינו לא שפכה?

פיקוח נפש קינדערלעך.

און וואס איז די היתר צו גיין סתם א נארמאלע טאג אין שול, נאכדערצו רח״ל מיט א קאר, אפשר וועט זיין א עקסידענט און ווער קען זאגן ידינו לא שפכה? עפ״י הלכה מיין איך איז זייער קלאר אז די גאנצע מצב גייט אפילו נישט אריין אין די גדר פון א ספק ספיקא שבספיקא פון פיקוח נפש.

אודאי דארף מען אויספאלגן די רעגולאציעס פון די רעגירונג, אבער זיין פרומער פון די רעגירונג מיין איך איז נישטא קיין שום ענין.

זייער אינטערעסאנט וויאזוי מענטשן פארגעסן פון אפענע פסוקים ונשמרתם "מאוד" לנפשותיכם, ועוד ועוד, די הייליגע רבי עקיבא איגר האט יא פארשטאנען צו זיין פרומער פון די רעגירונג, פארקערט ער האט געהייסן שטעלן שוטרים, עיי"ש
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...


צוריק צו “קאראנא וויירוס”