שעת חירום מעלדונג פון די הנהלה

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

שעת חירום מעלדונג פון די הנהלה

תגובהדורך קרעטשמער » דינסטאג מארטש 17, 2020 6:41 pm

אזוי ווי די תגובות פלייץ איז אומגעהויער, און די מנהלים/אחראים קענען נישט געהעריג אניאגן צו האלטן א וואכזאם אויג אויף זאכן וואס זענען קעגן די דיני התורה אדער להבדיל תקנות המקום, זענען מיר געצווינגען צו אינפארסירן אן "עמערדזשענסי צושטאנד".

מיר אפעלירן צו אלע שרייבער: ביטע, נישט אנזייען קיין איבריגע פאניק, און פון די אנדערע זייט קילט נישט אפ דעם מצב. אויב איר האט א נייעס צו מעלדן, ביטע מאכט זיכער אז דאס איז אקוראט און פאסיג צו געשטעלט ווערן אין פובליקום.

שרייבער וואס וועלן שרייבן אקעגן רבנים וכדו', אנזייען איבריגע פאניק אדער פארקערט, וועלן נחסם ווערן עד יעבור זעם!

בברכת והסירותי מחלה מקרבך
ההנהלה

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » דינסטאג מארטש 17, 2020 6:56 pm

א דאנק פאר אייער ארבעט.
לדעתי טראגט אייוועלט א גרויסע אחריות יעצט, אין קיינער וויל נישט זאגן שפעטער ידינו שפכו את הדם.
מיינונגן איז גוט אויף טראמפ אין אויף שטריימקל, אבער יעצט א פאלטשע דיעה זאגער קען זיין א שופך דם.
פיינט האבן טראמפ, מיינט נישט ליב האבן אבאמא!

ששון
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2008 3:55 pm

טראסטבארע אינפארמאציע

תגובהדורך ששון » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:07 pm

מיר באגריסן אייערע מעלדונג. עס איז בעתו ובזמנו!
עס איז זייער וויכטיג צו האבן געטרויעבארע אינפארמאציע כמו שהוא ספעציעל אין פיקוח נפש אומשטענדן.
עס איז וויכטיג אן אפיעל דא אז ווער עס קען זאן נוצן די השפעה אויף עלטערן צו זיין באשיצט ווי די מחלה המדבקת מבינים זאגן - עמי בא בחדריך וסגר דלתיך בעדך חבי כמעט רגע עד יעבור זעם. יעדע סארט הילף דערפאר העלפט מען זיין א מציל נפשות רבות מישראל. די איטאליענער און איראנער קענען זיין רבי געלט אויף וועמען אמעריקאנע און אנדערע קענען זיך דערפון לערנען.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:10 pm

שכח. סאיז זייער א וויכטיגער אשכול אסאך אידען נעמען פון דא זייער אינפארמאציע.
סאיז נישט קיין פלאץ פאר טענערייען אדער אומבאשטעטיגטע נייעס.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:27 pm

איין ניק איז שוין געפלויגן

מיר ווייסן אלע זיינע ניק נעמען, ער זאל בעסער איינרוען
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:36 pm

גוט.
אפשר זאל מען צייטווייליג שפארן אלע קינדערישע פאליטיק אשכולות, אזוי אז עס זאל זיין פלאץ פאר קאראנע.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2809
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג מארטש 17, 2020 8:06 pm

אז איינער שרייבט זאכן וואס דארפן געטוישט ווערן אדער קריטישע הנהגות וואס די רבנים אדרעסירן נישט, הייסט עס נאכנישט בארעדט רבנים.

בארעדן רבנים מיינט ווען איין געוויסע רב זאגט למשל אז מ'זאל יא גיין אין מקוה און א ניק מאכט חוזק דערפון. משא"כ ווען אלע רבנים זאגן גארנישט איבער מקוה און א ניק דרוקט אויס וואונדער דערויף פארוואס אלע רבנים זאגן גארנישט (ווי איך האב געטון היינט) הייסט עס נישט בארעדט אדער אפגעלאכט פון רבנים.

כן נראה לענ"ד.

פאלעסיידס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג מארטש 17, 2020 8:14 pm

מוראדיג, שכח


עטס ווייסט ניטאמאל ווי סך עטס טוטס אויף דערמיט
ווי האט נאר געזאגט די cdc יעדעס ביסעל וואס משפרייט אויס א אנשטעקיגע זאך אלטס מער בייגט עס די פיעק פון פראבלעמען מקען בייגען היסטאריע מיט יעדע שריט וואס מנעמט באצייטענס אפי מזעט נישט תיכף יעצט די חורבן פון "אומשילדיגע מיסאינפארמעשאן" אבער אסאך מאל ווען די תוצאות קומען ארויס איז שוין דא פאטאליטען וואס מקען נישט צירוק דרייען,
און בכלל וואס טוט זיך מיט אל תפתח פה? ווי ווייניגער יעדער וועט רעדען אין פלוידערייען (וואס קענען זיין אסאך מאל אנגעשטעקט מיט קרענק וואס דער טרעגער זעט נישט אייביג עס קען זיין עי סימפטאמאטיק, אבער דע וואס האבען קאמפליקאציעס אדער א שוואכע אימיון סיסטעם קען עס זיין א סכנה פון די אנגעשטעקטע פלוידערייען ) ,

די גויאישע וועלט איז פלענטי אנגעפילט מיט שעדליכע -אסאך מאל במכיון - מיסאינפארמאציע, פון אלע סארטען, ווי למשל כהאב באקומען א מעסעזש אויף א גרופ פון נארמאלע מענטשען אז ווען מבלאזט מיט א האר בלויער פאר א שעה אין א צי אויף די נאז הארגעט עס די וויירוס.. און נארמאלע מענטשען האבען דעס דעבאטירט רח"ל (איך האף די רעגירונגען וועלען זיך ענדליך אויפוועקען צי די נייע סכנה וואס ווערט געפירט אויף אינטערנעט ועכ"ל) א פראפעסער פון די who אויף בי בי סי האט געזאגט נעכטען אז זיי זענען אוועיר ווי שעדליך דע פאלטשע אינפאמאציע איז געווארען אין זיי האלטען א אויג אויף פארשידענע גרופעס וואס טוען דעס ווי אויך אויף צענדליגע פאלטשע פעיסבוק אקאונטס וואס האבען יעצט ארויפגעשפראצט מיט פאלשע אינפא ער האט געגעבען אפאר ביישפילען (און א חלק פון דע האב איך געזען דא נאכזאגען) ער איז ארויסגעקומען מיט א רוף מזאל נאר גלייבען אפיציעלע גאווערמענט סורסעס פון די cdc who אדער לאקאלע אפיציעלע העלט וועבסייטס אין מזאל נישט געטרויען אפי וואס איינעם וואס די קענסט פארווערד דיך ער האט געזאגט אז סאיז א נייע מציאות אז דיין נאנטע חבר וואס די קענסט קענסטו מער נישט דערהערען זיין אינפא איינמאל סאיז אנליין געפארווערד,

על כל פנים דא ביי אונז אידען וועט מען מוזען טעמפערערי מאכען רעגולעשענס (סאושעל דיסטעסינג) וויאזוי משמועסט
אין פאר די הנהלה קומט זיך א ריזיגע שכח פארען נעמען דעי שריט לטובת כלל ישראל, אין די עולם זאל עס פארשטיין אין כדי מזאל עס אויפנעמען גרינגער דארף מען פארשטיין נאך א פוינט מהאט שוין אמאל געשמועסט דא אז סאיז דא א חילוק ווען מטענהט זיך איבער א זאך וואס איז געשען 10 יאר צירוק צי א זאך וואס האלט זיך יעצט לייוו אינמיטען אויפשפילען יעדע ראנג אינפא (וואס קען צימאל ברענגען צי אימזיסטע מסירה אויך, אין מסירה מיין איך נישט דוקא די גאווערמענט, נאר סתם אימגעווינטשענע עלעמענטען) לאמיר העלפען אונזערע הנהלת אין מוסדות חברי הצלה וכו מאכען קריטישע דעסיזשענס מיט א קלארע קאפ אין נישט לייגען איבריגע דרוק אויף זיי געדענקט ווי זאגט די cdc יעדער שפילט א ראלע אין זאל נישט קיין יחיד זאגען נע איך וועל סייווי נישט אויסמאכעו,

אין מזרזין אלא מזירזין ישראל קדושים הם און די זכות פון אחדות וועט מען דורעכגיין מיט אייבירשטענס הילף כהרף עין די אנשיקעניש אין די פאני (ערענסטע) קריזיס וואס איז געקומען אוט אף די בלא וועט פארשווינדען ווערען במצולות הים אזוי ווי סאיז געקומען ,אן קיין שאדען פאר קיין שום אידיש קינד פיזיש אין גייסטיש שלום בגופו ושלום בממונו אמן כן יהי רצון

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3632
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג מארטש 17, 2020 8:35 pm

נאך א הערה.
ביטע לאז עפענען עטליכע אשכולות, נישט אלעס צוזאמשמעלצן אין דעם גרויסן טאפ.
אזוי קען מען זען יעדע סאב-נושא. אין דעם גרויסן אשכול, חזר'ט מען זיך איבער איינמאל און נאכאמאל אן אויפהער.
מענטשן ווילן באקומען אפדעיטס. אנדערע ווילן דן זיין איבער וואס צו טוהן אאז"וו.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3632
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג מארטש 17, 2020 8:38 pm

קרעטשמער האט געשריבן:אזוי ווי די תגובות פלייץ איז אומגעהויער, און די מנהלים/אחראים קענען נישט געהעריג אניאגן צו האלטן א וואכזאם אויג אויף זאכן וואס זענען קעגן די דיני התורה אדער להבדיל תקנות המקום, זענען מיר געצווינגען צו אינפארסירן אן "עמערדזשענסי צושטאנד".

מיר אפעלירן צו אלע שרייבער: ביטע, נישט אנזייען קיין איבריגע פאניק, און פון די אנדערע זייט קילט נישט אפ דעם מצב. אויב איר האט א נייעס צו מעלדן, ביטע מאכט זיכער אז דאס איז אקוראט און פאסיג צו געשטעלט ווערן אין פובליקום.

שרייבער וואס וועלן שרייבן אקעגן רבנים וכדו', אנזייען איבריגע פאניק אדער פארקערט, וועלן נחסם ווערן עד יעבור זעם!

בברכת והסירותי מחלה מקרבך
ההנהלה

ביטע נעמט אין אכט אז מענטשן זענען אין אזא מצב אסאך הייסער און אנגעצויגן, זייט "אביסל" דן לכף זכות און נוטה לכף זכות.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג מארטש 17, 2020 8:43 pm

הנהלה! ביטע פארמעקט דעם פאלגענדן נארישן אשכול!
viewtopic.php?f=104&t=41789

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22863
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 17, 2020 10:49 pm

מאדנע, יעדער איז משוחד צו זיין שיטה, קומט ל"ע א קריטישע געזונטהייט מצב ה"י, אבער יעדער קוקט מיט זיינע ברילן, און רעכנט זיך אפ מיטן צד השני.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
אלטער
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » מיטוואך מארטש 18, 2020 12:54 am

איינפאכער איד האט געשריבן:הנהלה! ביטע פארמעקט דעם פאלגענדן נארישן אשכול!
viewtopic.php?f=104&t=41789

ייש"כ הנהלה פארן פארמאכן דעם קראנקן אשכול...
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2809
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך מארטש 18, 2020 1:46 am

איסר האטלקי האט געשריבן:אז איינער שרייבט זאכן וואס דארפן געטוישט ווערן אדער קריטישע הנהגות וואס די רבנים אדרעסירן נישט, הייסט עס נאכנישט בארעדט רבנים.

בארעדן רבנים מיינט ווען איין געוויסע רב זאגט למשל אז מ'זאל יא גיין אין מקוה און א ניק מאכט חוזק דערפון. משא"כ ווען אלע רבנים זאגן גארנישט איבער מקוה און א ניק דרוקט אויס וואונדער דערויף פארוואס אלע רבנים זאגן גארנישט (ווי איך האב געטון היינט) הייסט עס נישט בארעדט אדער אפגעלאכט פון רבנים.

כן נראה לענ"ד.

ב"ה אז די רבנים האבן זיך צוגעהערט צו מיין בקשה אויף אייוועלט און אלעס איז שוין פארשלאסן. נעקסט טיים מעק נישט אויס אזוי שנעל...

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך מארטש 18, 2020 2:10 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:אז איינער שרייבט זאכן וואס דארפן געטוישט ווערן אדער קריטישע הנהגות וואס די רבנים אדרעסירן נישט, הייסט עס נאכנישט בארעדט רבנים.

בארעדן רבנים מיינט ווען איין געוויסע רב זאגט למשל אז מ'זאל יא גיין אין מקוה און א ניק מאכט חוזק דערפון. משא"כ ווען אלע רבנים זאגן גארנישט איבער מקוה און א ניק דרוקט אויס וואונדער דערויף פארוואס אלע רבנים זאגן גארנישט (ווי איך האב געטון היינט) הייסט עס נישט בארעדט אדער אפגעלאכט פון רבנים.

כן נראה לענ"ד.

ב"ה אז די רבנים האבן זיך צוגעהערט צו מיין בקשה אויף אייוועלט און אלעס איז שוין פארשלאסן. נעקסט טיים מעק נישט אויס אזוי שנעל...

קענט עגרי מאר!
מהאט פון מיר געמעקט עטליכע תגובות איך גלייב אז ווען זיי ווייסן ווען ווי גערעכט אונז האב מיר געשריבן והראיה קוק וואס סגייט יעצט פאר וואלטן זיי נישט געמעקט

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3632
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך מארטש 18, 2020 2:19 am

גא"מ כמובן כידוע וכמפורסם...
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

א גולם
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך מארטש 18, 2020 5:42 am

ישר כח הנהלה. די אינציגסטע פלאטץ ווי איך זעי אפציעל אפדעיטס

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: שעת חירום מעלדונג פון די הנהלה

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מארטש 18, 2020 6:09 pm

טייערע חברים, ארענדער שליט"א האט געטוישט א געוויסע סעטינג אויפ'ן סייט, וואס וועט ערמעגליכן דעם סייט צו לאודן 'שנעל'!

(עס איז נאר צוגעקומען א "RE: מיט'ן קעפל נאמען" ביי יעדע תגובה)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

ב שולם
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » מיטוואך מארטש 18, 2020 6:11 pm

לכאורה האט געשריבן:טייערע חברים, ארענדער שליט"א האט געטוישט א געוויסע סעטינג אויפ'ן סייט, וואס וועט ערמעגליכן דעם סייט צו לאודן 'שנעל'!

(עס איז נאר צוגעקומען א "RE: מיט'ן קעפל נאמען" ביי יעדע תגובה)

שוין באמערקט פריער, מ'קען עס אבער מעקן אויב מ'וויל.. (אזוי ווי איך האב יעצט געטון)
האמנתי כי אדבר - און אויב נישט וועל איך עס זאגן נאכאמאל ביז איך וועל גלייבן!

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: שעת חירום מעלדונג פון די הנהלה

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך מארטש 18, 2020 6:12 pm

לכאורה האט געשריבן:טייערע חברים, ארענדער שליט"א האט געטוישט א געוויסע סעטינג אויפ'ן סייט, וואס וועט ערמעגליכן דעם סייט צו לאודן 'שנעל'!

(עס איז נאר צוגעקומען א "RE: מיט'ן קעפל נאמען" ביי יעדע תגובה)


כל הכבוד!!!!

;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

ב שולם
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » מיטוואך מארטש 18, 2020 6:15 pm

מיר ווילן זיך פון טיפן הארצן באדאנקען בשם אלע ניק'ס און אלע געסט דא,
פאר ארענדער שליט"א און @וויכטיג מאכער פארן אריינלייגן קאפ און מח ווי אזוי צו פארבעסערן און פארשנעלערן די סייט!
האמנתי כי אדבר - און אויב נישט וועל איך עס זאגן נאכאמאל ביז איך וועל גלייבן!

אוועטאר
שלמה מולכו
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

תגובהדורך שלמה מולכו » מיטוואך מארטש 18, 2020 6:19 pm

ב שולם האט געשריבן:מיר ווילן זיך פון טיפן הארצן באדאנקען בשם אלע ניק'ס און אלע געסט דא,
פאר ארענדער שליט"א און @וויכטיג מאכער פארן אריינלייגן קאפ און מח ווי אזוי צו פארבעסערן און פארשנעלערן די סייט!

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שעת חירום מעלדונג פון די הנהלה

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מארטש 18, 2020 6:43 pm

שכח שכח טייערע איבערגעגעבענע מנהלים.

מען זעט אן ענקער ארבעט.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

טשולענט בונדלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 14, 2019 2:18 pm

Re:

תגובהדורך טשולענט בונדלעך » מיטוואך מארטש 18, 2020 6:44 pm

ב שולם האט געשריבן:מיר ווילן זיך פון טיפן הארצן באדאנקען בשם אלע ניק'ס און אלע געסט דא,
פאר ארענדער שליט"א און @וויכטיג מאכער פארן אריינלייגן קאפ און מח ווי אזוי צו פארבעסערן און פארשנעלערן די סייט!


יישר כח
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט

אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:12 pm

תגובהדורך שניי באל » מיטוואך מארטש 18, 2020 6:51 pm

לכאורה האט געשריבן:טייערע חברים, ארענדער שליט"א האט געטוישט א געוויסע סעטינג אויפ'ן סייט, וואס וועט ערמעגליכן דעם סייט צו לאודן 'שנעל'!

(עס איז נאר צוגעקומען א "RE: מיט'ן קעפל נאמען" ביי יעדע תגובה)


!!WOW

שכח!!


צוריק צו “קאראנא וויירוס”