איך וויל בעטן די מנהלים, זאלן עס דביק'ן, אפשר וועט עס העלפן.
איך בעט דעם עולם זאל זיך דא נישט צו שרייבן, דאס איז א מעלדונג פאר די נייע מעמבער'ס וואס ווילן זיך איינסיינען דא.
אז איינער פון די מנהלים אדער אחראים, שפירט אז ער וויל עפעס צולייגן, זייער גערן.
שלום עליכם אייך טייערער גאסט, מיר האבן הנאה אייך צו טרעפן דא, ווי ס'זעט אויס האט איר דא אריין שפאצירט, געציילטע מינוטן איידערן זיך אריין סיינען, וויל איך אייך בעטן בשם די הנהלה, און בשם די חברים דא, טראכט איין מינוט פאר איר גיט א דרוק דעם לעצטן קנעפל, וואס דערציילט פארן עולם אז איר האט זיך איינגעסיינט, און מאכט זיכער, אז ס'שטימט מיט די כללים.
1) א ניק וואס איז געמישט מיט, פאליטיק, חסידות, ניבול, וועט דא נישט ווערן אקצעפטירט, סאו פארוואס זאלט איר זיך מוטשענען אומזיסט.
2) א ניק וואס פארשעמט אן אנדערן ניק, אדער סיי וואספארא מענטש בפרטיות, וועט נישט ווערן אנגענומען, סאו פארוואס וכו'.
3) א ניק וואס איז ענליך צו אן אנדערן איינגעסיינטע ניק, וועט נישט ווערן אנגענומען, פזמון.
4) א ניק מיט א פרוי'אישע נאמען, וועט נישט ווערן אנגענומען. וכו'.
5) א ניק וואס איר טראכט, אז אויב איינער זאל אייך אזוי אנרופן אין אייער פערזענליך לעבן, וועט אייך באדערן, פארוואס זאלט איר דאס ניצן דא?
6) ביטע נישט טראכטן, אז קודם וועט איר זיך איינסיינען, און אז ס'וועט נישט שמעקן, וועט מען שוין בעטן ביי די הנהלה, זיי זאלן עס טוישן, פארוואס זאלט איר נישט טראכטן איין מינוט פריער, און נישט נאכדעם דארפן באדערן די הנהלה, וואס ארבעטן דא לשם מצוה?
און אויב נאכן דורך ליינען, האט איר נאך אלס דיסיידעט זיך איינצושרייבן, זאלעס זיין מיט ביידע הענט, און מיט די רעכטע פיס, להנאתכם ולהנאת הקרעטשמע.
מיט דאנק פון פאראויס.
ההנהלה.
האלט! איידער איר סיינט זיך איין
אחראי: אחראי
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2549
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
אויפ'ן פארלאנג פון די וואס ווילן זעהן די תקנות הפורום, האט איר דא דער לינק דערצו:
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=1199
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=1199
איך_הער האט געשריבן:1) א ניק וואס איז געמישט מיט, פאליטיק, חסידות,
און אויב נאכן דורך ליינען, האט איר נאך אלס דיסיידעט זיך איינצושרייבן,
ההנהלה.
וואס מיינט איהר "חסידות" דער עולם דא איז כמעט אינגאנצען "חסידים".
"דיסיידעט" DECIDED
איהר קענט נישט קיין אידיש ווארט פאר דעם?
אפשר באשלאסען?
אפשר באשטעטיגט?
מסתמא איז דא א פאסגער ווארט.
-
- שר חמישים
- תגובות: 87
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 18, 2010 6:02 am
- לאקאציע: brooklyn north, Williamsburg
איך_הער האט געשריבן:איך וויל בעטן די מנהלים, זאלן עס דביק'ן, אפשר וועט עס העלפן.
איך בעט דעם עולם זאל זיך דא נישט צו שרייבן, דאס איז א מעלדונג פאר די נייע מעמבער'ס וואס ווילן זיך איינסיינען דא.
3) א ניק וואס איז ענליך צו אן אנדערן איינגעסיינטע ניק, וועט נישט ווערן אנגענומען, פזמון.
מיט דאנק פון פאראויס.
ההנהלה.
איינער וואס האט נישט דא קיין ניק האט נישט קיין מעגליכקייט צו זען א ליסטע פון אלע ניקים, טא וואס זאל ער טון? ער טראכט פון א ניק און ער סיינט זיך אריין, ס'גייט אדורך א וואך צייט און מ'לאזט אים וויסען "סארי ס'איז ענליך צו א צווייטע ניק" און ער טרייט א צווייט'ס אזוי קען עס גיין חוזר חלילה פאר ווער ווייסט ווי לאנג.
איך האלט אז ס'וואלט געווען א געדאנק צו לאזן יעדעם זען די ליסטע פון אלע ניקים.
- מאנ-יימער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10552
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
- לאקאציע: אויפן וועג ארויף
מיטן זעהן די ליסטע איז מען נאך נישט קיין געהאלפענער, ס'איז עטליכע טויזענט ניקס גיי קוק אלעס דורך פארן אויפסיינען, ס'איז שוין פארגעשלאגן געווארן עטליכע עצות פאר דעם פראבלעם איינס דערפון אז מען זאל באקומען אן אימעיל אבער ביזדערווייל איז נאכנישט אריין אין קראפט קיין אלטערנאטיוו.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
- אַבּערוואַס
- שר האלפיים
- תגובות: 2179
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט