מאכן א LIKE קנעפל אונטער יעדע תגובה

אויפנאמס צימער

אחראי: אחראי

שוין צייט צו מאכן א LIKE קנעפל אונטער יעדע תגובה, נישט אייביג האב איך צייט צו טייפן א שכוח.

די וואלן האבן זיך פארמאכט מאנטאג דעצמבער 01, 2014 4:16 pm

איך וואלט זייער הנאה געהאט. אונטער יעדע תגובה
52
50%
ס'זאל זיין אן אפציע. יעדער זאל קענען לייגן אזא קנעפל אויף זיין תגובה. נאר ווער ס'וויל.
22
21%
נע, נישט וויכטיג די גאנצע געדאנק
30
29%
 
סך הכול שטימען: 104

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

מאכן א LIKE קנעפל אונטער יעדע תגובה

תגובהדורך פשוט'ער אידל » מאנטאג נובעמבער 24, 2014 4:16 pm

שוין צייט צו מאכן א LIKE קנעפל אונטער יעדע תגובה, שרייבן (גוט) נעמט צייט און אסאך גוטע שרייבער וואלטן באקומען חיזוק אנצוגיין, נישט אייביג האב איך צייט צו טייפן א שכוח.

א דיסלייק קנעפל וואלט איך נישט געמאכט, כ'ציטער...
לעצט פאראכטן דורך פשוט'ער אידל אום מיטוואך נובעמבער 26, 2014 10:57 am, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
written using the Meshimer web filter

גראדע מעכעלע
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 12:35 pm

תגובהדורך גראדע מעכעלע » מאנטאג נובעמבער 24, 2014 4:22 pm

ווי אויך וועט א לייק.קנעפל פארשפארן די ענדלאזע בלעטער מיט פשוטע שכויעח'ס

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג נובעמבער 24, 2014 4:26 pm

ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » מאנטאג נובעמבער 24, 2014 4:26 pm

וויי געוואלד, שרייבט מיר איינער אין אישי אז ס'איז שוין געווען 'היינט' אזא אשכול, און ס'איז שוין אויסגעדראשן. שוין לאמיך אויסמעקן ס'גאנצע זאך דא.

אאפס, כ'קען נישט מעקן.

אנקעטע:
יא קענען טאטאל אויסמעקן די אייגענע אשכולות
נישט קענען
written using the Meshimer web filter

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג נובעמבער 24, 2014 4:29 pm

ער האט דא מחדש געווען א נקודה.

וואס דארך אוועק נעמען רוב פראבלעמען דהיינו יעדער זאל אליינס קענען לייגען דעם לןייק אפשען אויף זיין תגובה
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

זיסקייט
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2012 3:17 pm

תגובהדורך זיסקייט » מאנטאג נובעמבער 24, 2014 6:10 pm

האו באוט א דיסלייק קנעפל?

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:33 pm

איך האב געשטימט אויף יא, אבער די ווארט לייק הערט זיך פראסט.
אנשטאט וואלט איך געשריבן א ״איך גלייך עס״ קנעפל, ״געגליכן״ ״געווארן געגליכן״ ״כגלייך עס נישט״ וכדומה

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:36 pm

איך צווייפל נישט אין צווייפל'ס ווערטער.
זייער ריכטיג.
הק' איש ימיני

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מאנטאג נובעמבער 24, 2014 11:57 pm

די נושא איז שוין פילע מאל אויסגעדראשן געווארן ווי איר קענט טאקע זען. די מיינונג פון פולע גוטע שרייבער איז אז זיי ווילן ליבערשט באקומען צען-פופצן זאפטיגע יישר כח'ס און ווערטלעך נאך אן ארטיקל, ווי איידער א הונדערט עלעקטעראנישע דאנקעס/לייקס/גלייך/גלייךנישט וכו'... וכל שום וחניכא דאית לי'.

ווידעראום זענען פארהאן אנדערע וואס האלטן נישט אזוי. (ע"פ רוב זענען עס די דאנקער -נישט די שרייבער- וואס זענען פשוט פויל צו נעמען די מיה און אפשרייבן א יישר כח, זיי וואלטן געוואלט געבן איין דרוק אויף'ן דאנק קנעפל און פערטיג.)

איז וואס איז מיין מיינונג? (#די מיינונג פון איין מאן... קרעדיט חילי)
די ערשטע אפציע וואס ליגט דא אויפן אנקעטע, איז קיין אפציע! (יא יא, די וואס האט דערווייל די מערסטע שטימען), דו ווילסט אינפארסירן מיט געוואלד א זאך וואס דו ווייסט נישט צו יעדער שרייבער איז מסכים? פארוואס?
ווידער די צווייטע אפציע; אה, דאס איז צום זאך! יעדער שרייבער זאל אליין אויסוועלן צו ער וויל א דאנק קנעפל אונטער זיין תגובה צו נישט. אויף דעם קען מען דן זיין, פון איין זייט קען עס זייין גאר א גוטע זאך, ווידער פון די צווייטע זייט וועט אונזער קרעטשמע פארלירן גאר אסאך פון איר חן ווען אנשטאט די ביז יעצטיגע זאפטיגע תגובות וואס האבן נאכגעפאלגט נאך אן ארטיקל, וועט נאכפאלגן א רייע פון גרינע לייקס, און דעץ איט.

קלער איך אזוי: (זאג, ס'האט אייך איינער געפרעגט..? שוין האק נישט איבער.. לאז אויסרעדן...)
דערווייל ווילאנג מען שלאגט זיך ארום צי מען זאל אינסטאלירן א דאנק קנעפל אין קרעטשמע, זאל מען עס קודם אינסטאלירן אין די אנדערע פארום'ס ווי עס נעמט גארנישט אוועק, למשל אין די נייעס פארום מאכט דאך נישט קיין סענס ווען חילי אדער מחותן קומט אן מיט א טאץ נייעס און דער עולם באפאלט אים מיט שקויעך'ס... איי מיען דארט איז געמאכט צו הערן נייעס, דעבאטירן מיינונגען, פאליטיק און שוין. די יישר כח'ס וועלן עס סתם הארגענען. דארט וואלט א דאנק קנעפל געווען אין פלאץ.

אדער ביי די איש את רעהו יעזורו אפטיילונג: איך טרעף אמאל אן אינטרעסאנטע טיפ אויף א פראגראם, וואס איינער האט געשריבן פאר 2 יאר צוריק, און עס העלפט מיר יעצט גאר שטארק ארויס. וויאזוי קען איך יענעם באדאנקען דערפאר? א דאנק קנעפל!

וואס נאך? אה מען האט שוין גערעדט דערפון? שוין עמיר דא בלייבן... גוטע נאכט!

(ס'גייט סייווי נישט ווערן, סא וואס גייט מיך אן צו דמיונען?)

---

קליק דא צו באדאנקען די תגובה
קליק דא צו 'נישט' באדאנקען די תגובה
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג נובעמבער 25, 2014 1:26 am

לאדיךארויס האט געשריבן: זאל מען עס קודם אינסטאלירן אין די אנדערע פארום'ס ווי עס נעמט גארנישט אוועק, למשל אין די נייעס פארום מאכט דאך נישט קיין סענס ווען חילי אדער מחותן קומט אן מיט א טאץ נייעס און דער עולם באפאלט אים מיט שקויעך'ס... איי מיען דארט איז געמאכט צו הערן נייעס, דעבאטירן מיינונגען, פאליטיק און שוין. די יישר כח'ס וועלן עס סתם הארגענען. דארט וואלט א דאנק קנעפל געווען אין פלאץ.

]

געשאסען צוויי פויגעל, אויף איינמאל, דאס איז גאנץ א גיטער פלאן.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » דינסטאג נובעמבער 25, 2014 9:50 am

זאגסטדאך גוט.
לאדיךארויס האט געשריבן:ווידער די צווייטע אפציע; אה, דאס איז צום זאך! יעדער שרייבער זאל אליין אויסוועלן צו ער וויל א דאנק קנעפל אונטער זיין תגובה צו נישט. אויף דעם קען מען דן זיין, פון איין זייט קען עס זייין גאר א גוטע זאך, ווידער פון די צווייטע זייט וועט אונזער קרעטשמע פארלירן גאר אסאך פון איר חן ווען אנשטאט די ביז יעצטיגע זאפטיגע תגובות וואס האבן נאכגעפאלגט נאך אן ארטיקל, וועט נאכפאלגן א רייע פון גרינע לייקס, און דעץ איט.

קלער איך אזוי: (זאג, ס'האט אייך איינער געפרעגט..? שוין האק נישט איבער.. לאז אויסרעדן...)
דערווייל ווילאנג מען שלאגט זיך ארום צי מען זאל אינסטאלירן א דאנק קנעפל אין קרעטשמע, זאל מען עס קודם אינסטאלירן אין די אנדערע פארום'ס ווי עס נעמט גארנישט אוועק, למשל אין די נייעס פארום מאכט דאך נישט קיין סענס ווען חילי אדער מחותן קומט אן מיט א טאץ נייעס און דער עולם באפאלט אים מיט שקויעך'ס... איי מיען דארט איז געמאכט צו הערן נייעס, דעבאטירן מיינונגען, פאליטיק און שוין. די יישר כח'ס וועלן עס סתם הארגענען. דארט וואלט א דאנק קנעפל געווען אין פלאץ.


קליק דא צו באדאנקען די תגובה
קליק דא צו 'נישט' באדאנקען די תגובה[/center]
written using the Meshimer web filter

אוועטאר
ירמי'
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 1:36 pm

תגובהדורך ירמי' » דינסטאג נובעמבער 25, 2014 10:35 am

למשל לאדיך ארויס האט גאנץ גוט געזאגט, צענדליגע גייען עס ליינען און האלטן אזוי, וואלסטו נישט געוואלט אז די אלע וואס האלטן ווי דיר זאל שרייבן ''תודה''?

ווען מען שרייבט א לאנגע ארטיקל וועט סייווי זיין אסאך וואס וועלן מגיב זיין געהעריג און צוגאב צו די פילע תודות, אבער ווען דו ברענגסט סתם ארויס א פוינט, אדער ווען דו לייגסט ארויף א נוצבארע זאך וואס האט צענדליגע דאונלאודס, וואלסטו הנאה געהאט ווען אלע וואס האלטן ווי דיר גיבן דיר א תודה.

נאכמער, די תודות ווערן אוועקגעלייגט אויף דיין פראפייל, און דאס גיבט צו א גוטע געפיל שטענדיג, אבער די תגובות ווערן פארגעסן.

ס'איז שוין עטליכע מאל איבערגעוויזן געווארן אז רוב האלטן דערפון, מיין השערה איז אז ס'איז סתם ענגע אינטערעסן פון די אלטגעסעסנע וואס האבן מורא אז מ'וועט אנהויבן מעסטן ניק'ס לויט וויפיל תודות זיי האבן און נישט ווי אלט זיי זענען #קאנספעראציע
!
ענדליך...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23401
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 25, 2014 11:45 am

שוין בערך 4 יאר וואס די "לייק" אישו ווערט ארויפגעברענגט יעדעס מאל די מנהלים האבן א קאנפרענץ... און אז מ'וועט צוריקקוקן העט מען זעהן אז ס'איז שוין דא אסאך אשכולות דערוועגן!

סיז גאר אינטערעסאנט אז געווענליך זענען די וואס דארפן א לייק קנעפל מער "וואוקל" דערוועגן, זיי וועלן שרייבן, ווידער די וואס ווילן דאס נישט וועלן אריינשיקן אדער רעדן פריוואט...

און ווי שוין אויסגעשמיעסט כמה פעמים, איינע פון די שענסטע זאכן וואס אייוועלט פארמאגט זענען די תגובות - רעאקציעס אויף ארטיקלען... אמאל איזעס געווען בני היכלא און זארעכפעפער, מאשקע איך הער סאכדעס און קרעמער, היינט איזעס מער גרויזי צום זאך מאן יימר און ידיד, ווען זאלצי מוישע יאכעס און שמאטע גייען אריין אין א שמיעס, גיסט זיך שמאלץ! איך דריימעך נישט אזוי סאך אין פארברענגען, אבער טייבעלע און MSP צווישן אנדערע קעמענישט אוועקמאכן! און אוודאי נישט די רייכע ידיעות אין ביהמ"ד פון מיללער ענד קאמפעני... איך קעניש טראכטן וויזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען מילער שרייבט א שיינע חידוש אויף די היינטיגע שיעור אין תורתך שעשועי און שמעלקא טויב לייגטעם א לייק! די אשכול וואלט געגאנגן שלאפן אויפן פלאץ! ועכשיו אז סיניש דא קין לייק קנעפל, האט שמעלקא צוגעלייגט זיינע פערל ווערטער...

ווען לכתחילה לייגט אראפ א גוט שטיקל פאליטיק אדער ענליך, קומט מידער און שרייבט פארקערט, יודל מענדלזאהן ווענדט אים אפ און מי חכם פרעגט צוריק ביז מחותן מאכט א פשרה... קענסטעך אימעדזשענען וויזוי ס'וואלט אויסגעקוקט אזא אשכול? איה"נ פון די 20 תגובות דארט זענען דא 10 שכח'ס! מיט א לייק קנעפל וואלט נישט געווען די 10 שכח'ס טאקע, ס'וואלט אבער נישט געווען די 10 אנאליזן אויך נישט!

די גאנצע עמעזאן אשכול איז פול מיט שכח'ס! איי קענט אימעדזשין די אשכול זאל אויסקוקן אזוי ווען ס'איז ווען דא א לייק קנעפל! נעווער!!!

סאו יעדעס מאל מ'רעדט פון א לייק קנעפל, ס'קוקט שוין אויס ווי אט אט גייטעס געשעהן, שפרינגט ארויף נאכאמאל די אישו פון זאפטיגע תגובות וואס גייען פארלוירן ווערן און דאס האלט צוריק די לייק קנעפל...

דאס איז חוץ א מעשה אז א לייק קאסט נישט קיין געלט, ס'קאסט נישט קיין צייט, ס'קאסט גארנישט! ווען איך זעה אז איינער שטרענגט זיך אן צו שרייבן א שכח, ווייסעך אז ער האט הנאה געהאט, אויב לייגטער א לייק ווייסעך נישט צו ער האט הנאה געהאט, איך ווייס אז אויפגערעגט האבעכעם נישט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » דינסטאג נובעמבער 25, 2014 12:54 pm

מיט רוב פון דיין תגובה בין איך איינשטימיג, חוץ מיט די עטליכע שורות:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווען לכתחילה לייגט אראפ א גוט שטיקל פאליטיק אדער ענליך, קומט מידער און שרייבט פארקערט, יודל מענדלזאהן ווענדט אים אפ און מי חכם פרעגט צוריק ביז מחותן מאכט א פשרה... קענסטעך אימעדזשענען וויזוי ס'וואלט אויסגעקוקט אזא אשכול? איה"נ פון די 20 תגובות דארט זענען דא 10 שכח'ס! מיט א לייק קנעפל וואלט נישט געווען די 10 שכח'ס טאקע, ס'וואלט אבער נישט געווען די 10 אנאליזן אויך נישט!

איך זע נישט פארוואס יודל זאל נישט קענען אפווענדן לכתחילה, בלויז ווייל עס איז דא א לייק קנעפל... נייעס איז געמאכט אוסצושמועסן און אויב איינער האט סיי וועלכע פראגן אדער אנדערע מיינונג, ווארפט ער אריין זיינע 2 סענט, אפגעזען פונעם לייק קנעפל.

ווידעראום א יישר כח פארגינט קיינער נישט פאר די נייעס באריכטער ווייל מען וויל נישט פארדרייען פונעם נושא.

למשל דיין יעצטיגע תגובה העטעך ווען געגעבן א לייק... צוליב וואס איך בין איינשטימיג דערויף כמעט אינגאנצן. אבער היות איך האב דאך אויף איין פרט אנאנדער מיינונג וואלט איך מיר נישט אפגעהאלטן פון אריין ווארפן מיין מיינונג, אפילו ס'דא א לייק קנעפל...

ס'וואלט אבער נישט געווען די 10 אנאליזן אויך נישט!

פארוואס קלערסטו אזוי?
וויכטיג מאכער האט געשריבן:די גאנצע עמעזאן אשכול איז פול מיט שכח'ס! איי קענט אימעדזשין די אשכול זאל אויסקוקן אזוי ווען ס'איז ווען דא א לייק קנעפל! נעווער!!!

זאגסט וואס דו ווייסט? איך ווייס נאר אז איך האב שוין כמ"פ געהאלפן א צווייטן מיטן טרעפן א פאנט, פאטאשאפ הילף, אידיזיין וכו', און גארנישט באקומען דערפאר.
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » דינסטאג נובעמבער 25, 2014 1:01 pm

פארוואס מאכט מען נישט א פראבע פאר א שטיק צייט און אויב איבערצייגט זיך אז די טענות פון וויכי איז ריכטיג וועט מען אנולירען דעם קנעפל

נישט קיין שלעכטער איינפאל ;l;p-

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג נובעמבער 25, 2014 1:06 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך קעניש טראכטן וויזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען מילער שרייבט א שיינע חידוש אויף די היינטיגע שיעור אין תורתך שעשועי און שמעלקא טויב לייגטעם א לייק! די אשכול וואלט געגאנגן שלאפן אויפן פלאץ! ועכשיו אז סיניש דא קין לייק קנעפל, האט שמעלקא צוגעלייגט זיינע פערל ווערטער...


לייק ;l;p-
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג נובעמבער 25, 2014 2:01 pm

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:פארוואס מאכט מען נישט א פראבע פאר א שטיק צייט און אויב איבערצייגט זיך אז די טענות פון וויכי איז ריכטיג וועט מען אנולירען דעם קנעפל

נישט קיין שלעכטער איינפאל ;l;p-

ווען מען קלאפט זיך אליינס אין רוקן דארף מען זייער אכט געבן אז די הענט זאל זיך נישט אויסבייגן, ס'קען פארשאפן אומגעהויערע יסורים וואס קען אנהאלטן א לענגערע צייט

;l;p-
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג נובעמבער 25, 2014 2:03 pm

לכאורה, האסט אכט געגעבן?

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג נובעמבער 25, 2014 2:36 pm

לכאורה האט געשריבן:
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:פארוואס מאכט מען נישט א פראבע פאר א שטיק צייט און אויב איבערצייגט זיך אז די טענות פון וויכי איז ריכטיג וועט מען אנולירען דעם קנעפל

נישט קיין שלעכטער איינפאל ;l;p-

ווען מען קלאפט זיך אליינס אין רוקן דארף מען זייער אכט געבן אז די הענט זאל זיך נישט אויסבייגן, ס'קען פארשאפן אומגעהויערע יסורים וואס קען אנהאלטן א לענגערע צייט

;l;p-

;l;p- ;l;p- ;l;p-
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג נובעמבער 25, 2014 2:38 pm

וויכטיג האסט מיר קאנווינסט איך לייק שוין נישט דעם לייק אפשען.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג נובעמבער 25, 2014 3:01 pm

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:פארוואס מאכט מען נישט א פראבע פאר א שטיק צייט און אויב איבערצייגט זיך אז די טענות פון וויכי איז ריכטיג וועט מען אנולירען דעם קנעפל

נישט קיין שלעכטער איינפאל ;l;p-

מיין מיינונג איבערן לייק איז שוין באוויסט.... אבער "פאר א שטיק צייט" איז זיכער נישט קיין פלאן, ווייל די פראבלעמען פון די "לייק סיסטעם" וועט זיך נישט אנזעהן בכלל אין די ערשטע שטיק צייט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דינסטאג נובעמבער 25, 2014 3:04 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:וויכטיג האסט מיר קאנווינסט איך לייק שוין נישט דעם לייק אפשען.

Rt

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דינסטאג נובעמבער 25, 2014 3:06 pm

לאדיךארויס האט געשריבן:דערווייל ווילאנג מען שלאגט זיך ארום צי מען זאל אינסטאלירן א דאנק קנעפל אין קרעטשמע, זאל מען עס קודם אינסטאלירן אין די אנדערע פארום'ס ווי עס נעמט גארנישט אוועק, למשל אין די נייעס פארום מאכט דאך נישט קיין סענס ווען חילי אדער מחותן קומט אן מיט א טאץ נייעס און דער עולם באפאלט אים מיט שקויעך'ס... איי מיען דארט איז געמאכט צו הערן נייעס, דעבאטירן מיינונגען, פאליטיק און שוין. די יישר כח'ס וועלן עס סתם הארגענען. דארט וואלט א דאנק קנעפל געווען אין פלאץ.



אקעי א וואוט פאר דעם פלאן, א לייק נאר אין נייעס און אין חזק פארום, קרעטשמע און ביהמ"ד זאל בלייבן אן.

-----------------

ווער נאך איז פאר דעם פלאן?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דינסטאג נובעמבער 25, 2014 4:25 pm

ניק ניק האט געשריבן:
לאדיךארויס האט געשריבן:דערווייל ווילאנג מען שלאגט זיך ארום צי מען זאל אינסטאלירן א דאנק קנעפל אין קרעטשמע, זאל מען עס קודם אינסטאלירן אין די אנדערע פארום'ס ווי עס נעמט גארנישט אוועק, למשל אין די נייעס פארום מאכט דאך נישט קיין סענס ווען חילי אדער מחותן קומט אן מיט א טאץ נייעס און דער עולם באפאלט אים מיט שקויעך'ס... איי מיען דארט איז געמאכט צו הערן נייעס, דעבאטירן מיינונגען, פאליטיק און שוין. די יישר כח'ס וועלן עס סתם הארגענען. דארט וואלט א דאנק קנעפל געווען אין פלאץ.



אקעי א וואוט פאר דעם פלאן, א לייק נאר אין נייעס און אין חזק פארום, קרעטשמע און ביהמ"ד זאל בלייבן אן.

-----------------

ווער נאך איז פאר דעם פלאן?

;l;p-

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » דינסטאג נובעמבער 25, 2014 11:22 pm

LIKE
written using the Meshimer web filter


צוריק צו “ברוכים הבאים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט